בלאט 1 פון 3

א תפילה איז געװאָרן א גאָרילע

נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 3:30 pm
דורך שלום בערגער
א תפילה איז געװאָרן א גאָרילע
און פאָגראָמירט די שטאָט.
װער האָט זיך אקעגנגעשטעלט?
א כופר האָט.

נישטאָ קײן משיב! שרײט דער רעטער.
אזא טאָר נישט ארײן.
איז די גאָרילע, מיט טריבער מינע,
אוועק א דומם זײן.

נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 3:46 pm
דורך כוכב
טייערער רבי שלום, דאס איז נישט די ערשטע פאעזיע וואס איר שרייבט דא און איר לאזט עס איבער אלס אן אומאנטשידענע רעטעניש.
זייט מוחל, קיינער פארשטייט נישט וואס איר זאגט, אז איר ווילט דער עולם זאל הנאה האבן, ביטע עלאבארירן.
א דאנק

נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 3:52 pm
דורך outspoken
כ'פלאג מיר אויך צופארשטיין, אבער פון די ''לייקס'' זעע איך אז ער האט א קליענטעל וואס פארשטייט און האט הנאה. כה לחי

נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 3:54 pm
דורך כוכב
מ'לייקט מפני הכבוד, און ווייל סדא וואס גלייכן פאעזיעס וואס זיי פארשטייען נישט...
עלי ועל צווארי קיינער פארשטייט נישט וואס ער וויל.
סאיז נישט קיין שום חסרון אין פאעזיע, פאעזיע איז קיינמאל נישט געמאכט געווארן מזאל נישט פארשטיין.

נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 4:00 pm
דורך קינד_אן_קייט
ר׳ שלום, שטארק צום פינטל.

אינספירירט דורך ״אויפגאנג פון מאלפע׳ס פלאנעט״ אדער פון יואלי׳ש קרויס׳לעך ודומיהם?

נ.ב. ׳כוכב׳ איז אפשר גאר טאקע פון אן אנדערער פלאנעט, ווי מ׳זאלט ערוואקסענע אריין זעצן אין קינדער בענקלעך און ביכער פיטערן ערשט נאכדעם וואס איז עס איז צומאלן און צושניטען אויפ׳ן שפיץ גאפל.

נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 4:07 pm
דורך כוכב
קינד, אפשר רעדסטו קלארער, איז דאס עפעס אן עליטע קלאב פון מענטשן וואס רעדן צום דופן עקומה. כמיטשע מיך נאך מיט דיין ויקחו אליך£€¢¥¤°°¬*~>

נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 4:27 pm
דורך קינד_אן_קייט
ליבער שטערן,

אז עמיציר שרייבט אויף אן אנדער׳ן שטייגער וואס איז דיר נישט צום הארצן (מחמת געוואוינהייט אדער בחירה) איז יענער דערפאר נישט פונעם העכער׳ן שטייסל, און אז ס׳לייגט זיך דיר נישט אויפ׳ן שכל ביזטו נישט דערפאר א יוצא דופן.

דער פעדער איז א וואונדערליכער קראן, און דורך איר טינט רינט דורך די נשמה און הארץ פונעם שרייבער. כשם שאין פרצופיהם דומים כך אין דעותיהם שוות, פאר יענעם איז עס קונסט, פאר דיר איז עס מיסט, אך ווי הערליך!

פאעזיע איז ווי א שפיגל ווי יעדער זעהט בעיקר זיך. ווי א ניגון אן ווערטער לערנט יעדער אליינס אריין פשט און עס קען גיין עד אין סוף. ע״פ רוב איז די כוונה פונעם משורר גאר עפעס אנדערש און מען מוז נישט יורד זיין לסוף דעתו. דאס איז איר שיינקייט.

א פירוש אויפ׳ן פירוש? ווי הסברה אויף א וויץ. ס׳איז אוודאי מעגליך, אבער ס׳פארלירט דעם טעם.

נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 4:39 pm
דורך פלעין יודיש
טרענסעלעיטעד אויף french, יעצט איז די ענין שוין קלאר, אצינד איז דאס א נחת צו ליינען.......

Une prière était un gorille
Et fogromirt la ville.
Qui n'a akegngeshtelt?
Une rançon a été.

Pas de réponse! S'écrie le manger.
Tel ne puisse pas entrer.
Est le gorille, avec des pilotes face,
Hors d'un inanimé être.

נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 5:39 pm
דורך איך אויך
כ'מיין אז זרלע ע''ה האט אמאל געהאט א אשכול איבער די גרעפצערייען הנקרא כהיום פאזיע.

ר' פלעין ,אויף זולו איז עס נאך מער קלאר.

Umthandazo wayengumuntu gorilla
Futhi fogromirt komuzi.
Abangazange akegngeshtelt?
Isihlengo kwaba.

Ayikho impendulo! Okhala the udle.
Ezinjalo ningangeni.
Ingabe gorilla, ne abashayeli nazo,
Off a engenalutho oluphilayo kube.

נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 12:39 am
דורך petergrifin
@איך אויך דו שעלסט עפעס צוזאם גארילעס מיט נאציס, ריכטיג? האב איך גוט פארשטאנען?

נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 1:51 am
דורך שמעקעדיג
א אשכול איז געווארן א גארילע........ ;)

נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 2:17 am
דורך ישמעאל הכהן
שלום איז זיך טועה. כוכב האט געשריבן אז פאעזיע איז קיינמאל נישט געמאכט געווארן מ'זאל נישט פארשטיין.
יעצט ליין איבער זיין לעצטע שורה וויאזוי ער טייטשט איבער כוכב'ן

זייט מוחל

נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 9:03 am
דורך שלום בערגער
זייט מוחל, כ'וועל דאס פארריכטן. טעות אין פשט.
כ'שאץ אפ די דיסקוסיע. כ'וועל ענטפערן אי"ה ביי א געלעגנהייט.

נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 9:33 am
דורך שבת אחים
אינטערסאנט ר' שלום איר האט צייט איבער צו טייטשן א האלבע אשכול פון קאווע שטיבל אויף פעיסבוק אבער מסביר צו זיין א קורצע פאעזיע פון אפאר ווערטער וואס איר האט געשריבן דא נעכטן וואס קיינער דא קען נישט דעם פירוש המילות האט איר נישט פלוצלינג קיין צייט? :wink:

יעצט לויף נישט צוריק צו פעיסבוק שרייבן וואס איך האב יעצט געזאגט פאר דו ביסט נישט מסביר פארן גאנצען קאווע שטיבל געמיינדע די ענינים פון די בעל תפילה מיטן גאָרילע,
דער עולם ווארט מיט שפאַן :) :D

נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 10:10 am
דורך זיגמונד פרויד
איך בין בכלל נישט קיין EXPERT אבער איך וועל פרובירן צי אויסטייטשען די POEM:
די THEME איז וועגן א א איד, א כופר וואס האלט א דרשה.
די גאנצע שטאט רעדט וועגן דעם.
דער כופר מאכט א חורבן אין שטאט. מ'איז ברוגז אין קיינער וויסט נישט ווי אזוי מווערט פטור פין איהם.

נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 10:29 am
דורך אפטעמיסט
מעריב איז געווארן א הינדל
און גע'קטנ'ט אויפ'ן שטאט.
ווער האט אים גע'שחט'ן?
דער שוחט האט.

נישטא קיין כפרות! שרייט דער חסיד,
יום כיפור טאר נישט אריין.
איז מנחה אנטוישטערהייט,
אוועק א צומח זיין.

נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 10:31 am
דורך שבת אחים
קאווע שטיבל סאיז ממש א מחי'ה
ס'מאכט נישט קיין חילוק צי סאיז א חתונה אדער א לוי'ה
איר וועט דארט טרעפן אלע געשמאקע נייעס
ווילאנג משרייבט נישט ארויס קיין שם הוי'ס
און יעדער צי זיינע ווערטער ברענגט אנדרע ראיות
דער עולם בעט מ'זאל זיך האלטן ראוהיג
און נישט פאפירן אזוי ווי דער טיטאניק
יעדער זאל שרייבן אויף א שיינעם אופ'ן
כדאי דער עולם זאל אויף איי וועלט נישט אנטלויפן
נישט יעדער איינער איז די טייפ
צי רעדן א גאנצען טאג פון ר' אהרן און ר' זלמן לייב
אז מ'ועט נאר שטותים שרייבן
וועט דער עולם נישט וועלן דא בלייבן
אפילו די פאעזיע איז נישט אינגאנצען צום זאך
זייט אבער מודה אז ס'האט אייך געקאסט א לאך

א גארילע איז געווארן א פאעזיע

נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 10:25 pm
דורך יאיר
א גארילע איז געווארן א פאעזיע
און האט פאגראמירט די גאנצע שטיבל
עסהאט ארויסגעלאזט קולות משונהדיקע
יעדער האט זיך קעגנגעשטעלט

נישטא קיין משיב! שרייען די קריטיקירער
אזא טאר נישט זיין
אזוי איז די פאעזיע, מיט א קרומע מינע
צוריק א גארילע געווארן

נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 11:19 pm
דורך יואב
הגם ס׳איז ביי מיר קלאר אז איך קען נישט יורד זיין לסוף דעתו של אותו גאון ר׳ שלום, און אויב קען מיר געלונגען צו כאפן זיינע טיפזיניגע שורות, וואלט איך געזאגט דאס איז געוויס עפעס איבער עוועלוציע, און איבער דעם קריעצעניסטישן צוגאנג דערצו. פארט וועל איך אבער ווי, און אלס א חסיד, אריינשטופן א תורה׳לע דערויף.

״א תפילה איז געװאָרן א גאָרילע״

דער אלטער מאטאד פון דאווענען איז געווארן דער טייוול אליינס. מ׳האט מורא זיך צו פארלאזן דערויף, אזש ווי ס׳זאל ווען זיין א גערילע. אנשטאט לויפט מען נאך סגולות. או יאמר, גערילע גייט ארויף אויף דער עצם סגולה. דאווענען איז פארוואנדלט געווארן אין א צירקוס שפיל. ס׳טייטש יענער דאווענט אנשטאט דיך. מ׳קויפט, און מ׳פארקויפט.

״און פאָגראָמירט די שטאָט.״

ס׳איז ממש א פאגראם אויף דער מענטשהייט. מען דרייט דערפאר איבער ס׳שטאט. ערב בוקר וצהרים שרויפט מען דעם עולם, מיט אלע מאדנע און ווילדע סגולות.

״װער האָט זיך אקעגנגעשטעלט?
א כופר האָט.״

שוין ליידער דערקייקלט צו אזא ביטערן פארנעם, אז אויב איינער זאל זיך אוועק שטעלן, און פראבירן צו אילוסטרירן ווי לעכערליך זיי זענען, וועט יענער בא׳טיטול׳ט ווערן אלס כופר.

״נישטאָ קײן משיב! שרײט דער רעטער.״

״דע מה שתשיב לאפיקורס״, זאגט דער העלד וואס שטעלט זיך יא אוועק, אפצו׳חוזק׳ן פון די נארישע סגולות. אז קענסטו נישט אפפרעגן דעם ציניקער, איז א סימן אין דברים בגו.

״אזא טאָר נישט ארײן״

די בעלי סגולה, זיי זענען גאר די אפיקורסים, און דאס איז וואס די תורה פארבאט.

״איז די גאָרילע, מיט טריבער מינע,
אוועק א דומם זײן.״

נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 11:25 pm
דורך מאטי
א תפילה איז געווארן א גארילע


תפילה איז געווארן א "מצות אנשים מלומדות'דיגע" ריטואל


און פאגראמירט די שטאט


דאס גאנצע שטאט זאגט און זאגט אבער דאס מוח איז אפגעשטארבן, ערגעץ ווייט.


ווער האט זיך קעגן געשטעלט?

א כופר האט.


"דאס דאווענען דינט בלויז א גילט פון נישט האבן געדאווענט," שרייט דער אנגעבליכע כופר. וואס טויג אזא דאווענען, ענדערש בלייב איך אינדערהיים



נישטא א משיב שרייט דער רעטער.

אזא טאר נישט זיין.



די פרומע שרייען: דאווענען אפילו אן כוונה איז כאטשיג עפעס, און רעטעט אפילו אזוי פון א צרה.



איז די גארילע מיט טריבע מינע

אוועק א דומם זיין



אנשטאט אויפקלערן דאס חשיבות התפילה אויפצו-וואכן דעם המון עם, האבן זיי באצווינגען צו בלייבן ווייטער אזוי דאווענען כמעשה קוף בעלמא. איבערלאזנדיג דעם עולם מיט א טריבע זויערן טעם אין מויל מיט א באצווינגענע דומם'דיגע געדאווענאכטס.

נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 11:39 pm
דורך petergrifin
איך מײן איך בין דער אײנציגסטער נעבעך װאס קען נישט אויף קומען מיט א פשט אויפן גראם.. :oops:

נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 7:39 am
דורך שבת אחים
petergrifin האט געשריבן:איך מײן איך בין דער אײנציגסטער נעבעך װאס קען נישט אויף קומען מיט א פשט אויפן גראם.. :oops:


זיי נישט צובראכן מיין טייערער פיטער די ביסט גארנישט דער איינציגסער וואס פארשטייט נישט פשט דאַכצעך מיר אז דער בעל מחבר אליין ר׳ שלום קען אויך נישט דעם פשט :D :lol:

דערווייל מאכט ער אונז צו נער אויף פעיסבוק און לאזט אלע חכמי השטיבל זיך ברעכן קאפ מיט די מיסטעריע פאעזיע :x

נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 7:58 am
דורך פלעין יודיש
א תפילה איז געװאָרן א גאָרילע......

א גארילע געכאפט דאווענען

2.jpg

1.jpg