שיינע געשעפט אדער ביליגע פרייזן?
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 11:13 am
[justify]לאור דעם אנקעטע בנוגע וועלכע צייטונגען דער עולם ליינט, וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן נאך איידיעס און געדאנקן איבער וואס מען זאל הערן דעם דעת הקהל און מאכן אנקעטעס.
גראדע ביי דעם אנקעטע איבער צייטונגען, איז נישט געווען ציפיל חידושים, פשוט ווייל די זאכן זענען זייער קלאר פאר יעדעם. חוץ אפשר אז מאמענט איז אריינגעקומען גאנץ שטארק. אבער עס איז דא געוויסע זאכן וואס איז נישט אזוי שווארץ אויף ווייס וואס די רוזעלטאטען גייען זיין, און וואלט געווען אינטערסאנט צו זעהן זייער אויסגאנג.
איך וועל אנהייבן מיט א זאך וואס איך קלער און האב שוין ספיקות דערין א לאנגע צייט.
אין די לעצטע פאר יאר קע"ה, עפענען זיך גרויסע שיינע עלעגאנטע געשעפטן, בעיקר גראסערי"ס, ווי שוועמליך נאך א רעגן. א שטייגער ווי פאמעגערענע"ט, גארמע"י גלא"ט, ברעדבערר"י, עווערגרי"ן, וכו' וכו' . איז מיין שאלה איז; גייט טאקע דער עולם מער פאר א שיינע סטאר, ווי גוטע פרייזן? די אלע גראסערי"ס האבן געפעפערטע פרייזן, אזש אז מיין פוד סטעמפס וואלט זיך אויסגענוצט נאך א וואך, אבער די געשעפטן גייען אן איינס נאכן צווייטען און אפילו די אלטע מאכן זיך איבער כדי להגדיל הקאנקערענ"ט.
וויל איך פארשטיין אזוי; קודם איז א שיינע געשעפט מיט ביליגע פרייזן א סתירה? קען עס נישט גיין צוזאמען? בלייב מיט דיין הערליכע געשעפט אבער די פרייזן זאלן כאטש זיין מעסיג.
און לאמיר זאגן אז ניין דאן וואס איז די חשבון?
לאמיר נעמן א משל "גארמע"י גלא"ט" ער האט נישט געהאט קיין פראבלעם זיך צו עפענען גלייך אנטקעגן איבער כולל! קענסט מיר מסביר זיין זיין חשבון מילא ביסט ביליג און אויך שיין הער איך, אבער כולל ברענגט דאך מענטשען פון איבעראל, ער האט פרייזן וואס קיינער האט נישט, איז וואס איז דיין פלאן?
טראכט איך אבער, אז אפשר האב איך א טעות, אפשר גלייכן יא מענטשען איבער-צוצאלן מיט צוואנציג דרייסיג דאלער, אבי צו האבן א שיין געשעפט, און א גוי יעדע דריי פיס צו זיין בייהילפיג ( כנהוג בברעדבער"י)
וויל איך וויסן דעם דעת הקהל וואו קויפט איר איין, אין א ביליגע געשעפט מיט גוטע פרייזן אדער א שיינע רייכע געשעפט אבער פעפעטיגע פרייזן?[/justify]