ווען א רחמנות ווערט אן אויסנוצער

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7057 מאל

ווען א רחמנות ווערט אן אויסנוצער

שליחה דורך כוכב »

ליינענדיג די שטארק באקאנטע געשיכטע פון שטילע אינגערמאן מיט משפחת עביוזערס וואס מיר אלע קענען גוט, האב איך מיך דערמאנט פון דריי איראנישע פראגן איך בין לעצטנס געפרעגט געווארן:

האלא, אפשר קענסטו נעמען מיין מי רגלים שיסל און עס אויסשווענקען?
טו מיר א טובה, איך בין זייער הונגעריג, קענסט מיר אפשר גיין קויפן א פרענטש רייס?
איך דארף גיין דאווענען מנחה אפשר באגלייטסטו מיר, אז זאלסט מיר קענען ארויפנעמען די שטיגן?

דאס זענען דריי ווירקליכע טובות וואס איך בין געבעטן געווארן אין א קורצע צייט אפשניט פון מיין שכן, א בחור וועמען דער רבונו של עולם האט געשאנקען א לעבן פון דארפן פארברענגען אין א ראד שטול.

מיין הארץ גייט אויס פון צער און מיטלייד יעדעס מאל איך באגעגען אים. זיין לעבן איז פול מיט צער און שוועריקייטן און הלוואי ווען איך קען אים מיט עפעס העלפן.
ווען אימער איך גיי אים דורך גריס איך אים ווארעם, איך זאג אים א גוט ווארט און איך פרוביר אים ארויסצוהעלפן.

די פראבלעם ווערט אבער ווען די טובה געבעטאכצן ווערן אבסורד.
עס איז ליידער - - און איך באטאן נאכאמאל, מיטן פולסטן מיטלייד בצערם - - וואס א רחמנות ווערט א ביטערע אוסניצער.
ביי אונז אין ביהמ'ד למשל דאוונט א בחורל מיט א וואלקער, אן אמתדיגער רחמנות, א לעבעדיגע יתום שאכמ'ל, די זאך איז נאר אז דער גאנצער ביהמ'ד דארף אים באדינען, יעדער איז אים אלעמאל שולדיג די וועלט.
רעדנדיג מיט זיין קאונסלער גיבט ער מיר צו פארשטיין, אז צוליב זייער באגרעניצטע מעגליכקייט זענען זיי זייער פויל, ווי אויך צוגעוואוינט צו ווערן געהאלפן דורך אנדערע און דעריבער נוצן זיי אויס מענטשנס שוואכקייטן און לאזן זיך באדינען. דאס זאגט ער מיר פון א פראפעסיאנאלן קוק ווינקל.

איך גלייך זייער צו טון טובות, אבער בעטן פון יענעם צו וואשן א מי רגלים שיסל איז אן אוממענטשליכקייט אפילו נעבעך נעבעך דו ביזט אנגעוויזן דערויף. קיינער דארף נישט גיין זעקס גאסן דיך קויפן א פרענטש רייס וכו וגו.

איך האב לעצטנס געהאט אן ענליכע פאל ווען מיין משפחה מיטגליד האט מיטגעמאכט א געזונטהייט פראצעדור, און דערפאר באלעסטיגט די גאנצע משפחה אן א חשבון אויף אן עקסטרעמען פארנעם, מיט זאכן וואס יענער וואלט זיך גאנץ פיין געקענט אן עצה געבן אן יעדן אביוזען. מיטן גרעסטן געפיל פאר דיין צרה, בלייבסטו אן אויסנוצער און א באטריגער אפילו ביזט אין א סיטואציע.

א מענטש דארף זיך אלעמאל רעכענען מיט יענעם, אפילו בעת צר. אן עדינותדיגע מענטש זוכט ווי ווייניגער צו דארפן צו קומען צו יענעם, און ווי מיין פאטער זאגט אלעמאל, געבענטש זענען די הענט וואס טון אליין, און אפילו איר זענט ריכטיג אנגעוויזן אויף א צווייטן דארף דאס זענען במידה ובמשקל און נישט נעמען אדווענטעזש ווייל דו געפינסט דיך אויף א מצב וואס יענער וועט נישט קענען אפזאגן.

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר