בלאט 1 פון 8
קרעטשמע מהו?
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 12:00 pm
דורך כוכב
מיט שאק האב איך געעפענט א לינק צו א פרישן וועבזייטל מיטן נאמען 'קרעטשמע' אויפן זעלבן פארעם ווי ק'ש און אייוועלט.
שטעלצוך מיין שאלה, מהו? שמוץ איז שוין דא אין פאליש, מעסיג דא, און הייליג אין אייוועלט.
וואס ווילן זיי? א חשד, הייליגער ווי אייוועלט.
בכל אופן איז עס א דורכברוך אז אידישקייט ציעט זיך אריבער צום ווירטואלען וועלט. מזל טוב.
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 12:04 pm
דורך [NAMELESS]
זעהט אויס אייוולעט סטייל, נאר מ'וועט נישט קענען מעקען אין די וועלט אריין אהן א חשבון
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 12:05 pm
דורך רויטע וואנצעס
די 500 ניקס וואס מ'האט פון דא פארשיקט, האבן זיך גע'עפענט א גלות היים.
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 12:25 pm
דורך אפטעמיסט
לינק ביטע?
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 12:34 pm
דורך בר דעת
יעדער האט א ליבעראל און עקסטרעמיסט וועמען ער גלייכט נישט. קאווע שטיבל איז פאליש'ס עקסטרעמיסט, אייוועלט איז קאווע שטיבל'ס עקסטרעמיסט, קרעטשמע איז אייוועלט'ס עקסטרעמיסט.
כמובן אז קאווע שטיבל איז די עכטע אמתע דרך האמצעי
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 1:50 pm
דורך חבקוק הנביא
אפטעמיסט האט געשריבן:לינק ביטע?
http://kretchme.org/
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 2:00 pm
דורך פישלע העררינג
[tag]ראשעקאל[/tag] דהתם היינו ראשעקאל דהכא?
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 2:04 pm
דורך [NAMELESS]
גארנישט מיט מיר. א נאמען גנב
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 4:45 pm
דורך positive.yid
אין קאווע שטיבל זיצן צוויי אידן, טאקע אנע קאפלעך, אבער דאך, אידן.
דארט איז דא דער אותו האיש.
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 6:18 pm
דורך איך אויך
זייער נישט קלוג אנציהייבן מיט יאשקע. איז עס טאקע ער?
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 6:52 pm
דורך טיטאניק
זעט אויס ווי א נאדווערנער אייניקעל האט געוואלט עפענען א בית מעדרעש אבער עס איז שוין נישטא פארוועמען
דעריבער האט ער געפענט א "קרעטשמע" און ער זיכט מנין......................
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 7:42 pm
דורך שמעקעדיג
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 7:43 pm
דורך כוכב
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 12:14 pm
דורך עפל סיידער
ראשעקאל האט געשריבן:זעהט אויס אייוולעט סטייל, נאר מ'וועט נישט קענען מעקען אין די וועלט אריין אהן א חשבון
אזוי זאגט דארט א ניק @ראשעקאל.
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 12:37 pm
דורך יידל
צוויי אידן, דריי דעות.
לענין דער לאגא זייערער, איז עס סתם גע'גנב'ט פון ויקיפדיה'ס "
ויקרעטשמע"
אבער וואס איז טאקע פשט מיטן זיך באנוצן מיט ישו'ן אלס פאן-טרעגער?
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 12:48 pm
דורך אפטעמיסט
מ'דארף אריינמישן יד לאחים
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 3:49 pm
דורך פינחס מאנדעל
זייער לאוגאו איז שוין געטוישט.
http://www.kretchme.org/
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 4:09 pm
דורך חרבונה
זעהט אויס יד לאחים האט דא אגענטן.
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 5:09 pm
דורך חרבונה
[justify]
כוכב האט געשריבן:מיט שאק האב איך געעפענט א לינק צו א פרישן וועבזייטל מיטן נאמען 'קרעטשמע' אויפן זעלבן פארעם ווי ק'ש און אייוועלט.
שטעלצוך מיין שאלה, מהו? מעסיג דא, און הייליג אין אייוועלט.
וואס ווילן זיי? א חשד, הייליגער ווי אייוועלט.
.
מען קען אפטייטשען זייער מכוון בתרי אנפין, אלף אז ס'איז א מלחמה מיט קאווע שטיבעל צו ווייזען אז מען קען זיין ברייט אנדעם וואס מען דארף צוקומען צום צמצום פון אייביג האקען אויפען סיסטעם, או אפ''ל אז ס'איז א מלחמה מיט אייוועלט ווייזענדיג אז מען קען זיין אידיש אנדעם וואס מען זאל דיקטעטן, והבוחר יבחר.[/justify]
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 5:23 pm
דורך כוכב
כהאב אביסל אריינגעקוקט דערין, די גרינדער זענען קליינקעפיגע קינדערלעך וואס בענקען נאך הייד פארק און האבן בעיקר צימעסדיגע אינטערעסן.
אונזער צימעס איז זיי נישט גענוג, סשטערט זיי אז סאיז בשכינות פון דברים של טעם.
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 6:06 pm
דורך [NAMELESS]
לכאורה איז [tag]חרבונה[/tag] די גרינדער פון קרעטשמע. ער האט דא געמאלדען איבער דעם אזוי כאילו בדרך אגב אין זיין
עוז והדר אשכול. דארטען האט ער געשריבן וועגן "עפעס א קרעטשמע פארום".... ווי כאילו ס'גייט אים גארנישט אהן. ער האט געעפענט יענע אשכול און ער האלט אפילו נישט מיט מיט די שמועס. די איינציגסטע זאך וואס אינטערסירט אים איז צו שרייבען אין די דאזיגע אשכול וועגן קרעטשמע.
אויך איז אינטערסאנט צו באמערקען די פינטעלעך ביי די ענדע פון די קעפלעך אויף זיינע אשכולות.....
אין קאווע שטיבעל
101.JPG
אין קרעטשמע
102.JPG
איי וועט איר פרעגן וואס גייט מיר אהן? וועל איך דיר ענטפערן, נעקסטיים גנב'ע נישט מיין נאמען ביטע!
.........
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 6:13 pm
דורך חרבונה
געכאפט ביי די מעשה.
עס האט מיר איינער געשיקט ביידע לינק'ס פון די נושא, און @ראשעקאל בויעט שוין גג על גג, עס איז פיינע נייעס.
גראדע האב איך א שטארקע אינטערעסע אין די עוז והדר נייעס ווייל איך האב בעבר אסאך פארדינט פון זיי.
@ראשעקאל איך האב מורא די רעדסט צופיל פינעם קרעטשמע, ווייל די ביסט דער גאנצער מהרס דא וואס וויל צוברעכן דעם שטיבעל.
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 6:14 pm
דורך כוכב
שטארק! ראשעקאל.
נו, יעצט שטעלט זיך די שאלה, וואס איז חרבונה'ס אנדערע ניק דא...