בלאט 1 פון 1
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 2:55 pm
דורך טיטאניק
ווייל בעצם זאגען די נטורי קרתא וואס אלע סאטמארע טראכטען אין הארץ אבער האבען נישט די עזות עס צי זאגען
איינער וואס לערנט דארעך דעם ויואל משה מיט ערענסקייט זעט נישט ווי די נטורי קרתא גייט ראונג
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 3:14 pm
דורך פלעין יודיש
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 3:16 pm
דורך טיטאניק
איך האב דיר ליב
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 3:23 pm
דורך געפילטע פיש
ווייל איינער פון די יסודות אין עקסטרעמיזם איז נישט ריספעקטירן יענעמ'ס רעכט צו האלטן אנדערש, און די וואס זענען מער אפען פארשטייען אז יענער מעג האלטן אנדערש ווי מיר.
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 3:30 pm
דורך טיטאניק
געפילטע פיש האט געשריבן:ווייל איינער פון די יסודות אין עקסטרעמיזם איז נישט ריספעקטירן יענעמ'ס רעכט צו האלטן אנדערש, און די וואס זענען מער אפען פארשטייען אז יענער מעג האלטן אנדערש ווי מיר.
אמת
דערפאר טאקע טיט נישט די מעלות רעספעקטירען קיינעם אויסער די עקסטערמיסטען וואס טיען פאר זיי די שמיציגע ארבעט
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 3:31 pm
דורך מאטי
ס'נישט אז זיי "רעספעקטירן" עקסטרעמיזם. ענדערש "אידענטיפיצירן" זיך דערמיט.
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 3:34 pm
דורך טיטאניק
מאטי האט געשריבן:ס'נישט אז זיי "רעספעקטירן" עקסטרעמיזם. ענדערש "אידענטיפיצירן" זיך דערמיט.
זאגסט זייער גיט
שפתים קושאק
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 3:37 pm
דורך פלעין יודיש
טיטאניק האט געשריבן:איך האב דיר ליב
דאס העסטו זאגן פאר דיין ווייב.....
מיט וואס האב איך אנגעצינדען דיין ליבשאפט צו מיר
מה פשעי ומה חטאתי כי דלקת אחרי.........
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 3:40 pm
דורך טיטאניק
פלעין יודיש האט געשריבן:סתם א שאלה, וויאזוי זאגט מען די ווארט "לייק" אין פלעין יודיש?
אין אידיש זאגט מען
"איך האב עס ליב"
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 3:53 pm
דורך Ben-Shishim
טיטאניק האט געשריבן:ווייל בעצם זאגען די נטורי קרתא וואס אלע סאטמארע טראכטען אין הארץ אבער האבען נישט די עזות עס צי זאגען
איינער וואס לערנט דארעך דעם ויואל משה מיט ערענסקייט זעט נישט ווי די נטורי קרתא גייט ראונג
You are so wrong
Stop hallucinating
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 6:48 pm
דורך טיטאניק
האלא נעם אפיר עני בריוו פון הרה"ק רבי יואל מסאטמאר זצ"ל
זיינע לשונות
די קללות
די סעיטמענטס
אוודאי נאך דעם וואס דער הייליגער רבי האט גענדיגט זאגען תורה און זיך אפגעווישט די טרערען האט ער געשמייכעלט און געוויסט ווי אזוי מען איז א דיפלאמאט אויך
אבער ניתי ספר ויואל משה, ספר דברי יואל, כתבים, שו"ת וועט מען זען אז אויב וויל מען האלטען זיין שיטה אן קיין קינצען און חכמות זענען די נטורי קרתא גארנישט אזוי ווייט פון וואס ער שרייבט
אדרבה די מער מעסיגע סאטמארע חסידים זיי זענען די וואס פארגלעטען גאנצע שטיקער פון תורת רבם
איך פארשטיי די מעסיגע ווייל משוגע זענען זיי נישט אבער טיף אין הארץ ווייסט יעדער ערנסטע תלמיד נאמן פון דער רבי זי"ע אז די נטורי קרתא טיען וואס זיי וואלטען ווען געוואלט טין נאר זיי שעמען זיך
איך האב אסאך פארברענגט מיט 60 יעריגע "תלמידים" פון דער רבי און שטילערהייט זאגען זיי בעצם נעמען די נטורי קרתא די שיטה אן קיין קינצען און שארט-קאטס
נאר זיי לייגען צי מיט שמייכעל "אבער יעדער ווייסט אז דער רבי האט עס נישט געמיינט עד כדי כך ווי ער האט געזאגט, ער האט נאר געשריגען מנהמת ליבו וכו'" אבער אבער אבער..... אבער אזוי האט ער געזאגט, ניין?
דער בעל הבית (דער מאן פון די בעל הבית'טע) פון מעלות קען איך גיט, דער איד איז א איד א צדיק א ריכטיגער סאטמערע תלמיד וואס עס שטערט עם נישט אז משה בער בעק מאכט די שמיציגע ארבעט אדרבה שש ושמח.......
און דערפאר לייגט ער אריין זיין עד
אבער אויב וועט א בעלזער אדער א גערער פיסכאלאג שרייבען א שלום בית ספר וועט ער עס נישט וועלען מפרסם זיין בשום אופן
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 7:50 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 10:17 pm
דורך יאיר
רבותי, לייגט אוועק די גמרא קעפ, עס איז דא א פשוט'ערע תירוץ. איינער וואס איז פרומער ווי דעם פרומער טוט נישט קיין עבירה, איינער וואס איז מאדערנער פון אים טוט (לשיטתם) אן עבירה.
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 7:54 am
דורך איחוד פעלד
איז עס טאקע אזוי?
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 8:01 am
דורך שת.אדמזאהן
א פרומער וועט האלטן אז דער אזוי גערופענע מער-פרומער, אפילו זיינע שיטות זענען נישט גערעכט, איז ער אבער במהותו כשר, און כלפי ענינים וואס האבן נישט מיט דעם ענין וואס מאכט אים כביכול פרומער איז ער מותר לבוא בקהל.
משא"כ אויב יענער איז נכשל אין ציונות איז א סימן - לשיטת הפרומער - אז יענער איז טריפה דורך און דורך, אפילו זאל ער ווען נאר איבערדרוקען חידושי הרשב"א, טאר מען חלילה נישט אריינקוקען אין דעם.
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 10:09 am
דורך יאיר
ווייל די וועג אראפ לינקס איז סאך שיפער
.
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 12:01 pm
דורך מאטי
יאיר האט געשריבן:ווייל די וועג אראפ לינקס איז סאך שיפער
.
וועגן דעם גייען זיי שיפע טאשן....
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 1:24 pm
דורך berlbalaguleh