על שלשה פשעי ישראל

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 819 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1041 מאל

על שלשה פשעי ישראל

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

יעצט אז ס׳איז ליידער באשטעטיגט געווארן דער ביטערער גורל פון אונזערע דריי אידישע ברודער וואס זענען על לא עוול בכפם ערמארדערט געווארן הי״ד, קענען די מחשבות זיך ווידמען אויפ׳ן חלק ההתבוננות.

איך בין נישט אויסען אויסצומאלן מוסר השכל׳ס אדער זיך אהערצושטעלן אלץ גאט׳ס פארשטייער וואס פארשטייט פונקטליך די פירצות הדור, איך ווייס נישט הימלישע חשבונות און איך אליינס האלט ליידער ווייט פון פשפוש במעשים כראוי, אבער א פאלק אדער געזעלשאפט וואס נעמט נישט קיין פארגרעסערונג גלאז אין די האנט צו באטראכטען אייגענע נגעים בלייבט נישט נאר קרעציג נאר ווערט נעבאך אויך בלינד.

עס איז גרינג אונטערצושאצן די עפעקט וואס א טראגעדיע (אפילו ממרחקים) האט אויף א מענטש׳נס געוויסן, דער שכל האנושי איז געבויעט אויף פארשטאנד, ס׳וויל זיך לעבן אין א וועלט ווי אלעס מאכט ״סענס״ מיט א פארשטענדליכער פארוואס און פארווען. און אין א מצב פון אומזיכערקייט און אנגסט מוטשעט זיך דער מוח און פרובירט ענדלאז צו דערגרייכן א לאגישער וועג ארויס.

אז חז״ל צייגן אן אויף ׳בכיסו בכעסו ובכוסו׳ אלץ אומשטענדן ווי מען פארלירט שכל הישר איז אוודאי אז ס׳איז שווער פאר מענטשן צו רעאגירן מיט א גראד׳ן בליק אונטער דרוק, און ביי מאנכע און אפילו מערערע איז דאס גורם צו פארלירן דעם דעת.

יעדער טרעפט זיך אן אופן וויאזוי צו באהאנדלן דאס ווייטאג, יעדער קרייז מיט זיין אייגנארטיגקייט לויט ווי מען האט אים געלערנט און ערצויגן, אבער ס׳איז נאך אלץ פארהאן א צד השווה וואס פאראייניגט דעם רוב. צו איז דאס א רחמנות מיטגעפיל, צו איז דאס א רצון פון פרובירן עפעס אויפטאן בין ברוחניות בין בגשמיות, אאו״ו סימנים וואס זענען מעיד אז כולנו בני אחד, בני אברהם יצחק ויעקב.

אבער אז עס שטעלן זיך ארויס מענטשן בלבוש ישראל און פאררופן זיך מיט קאלטבלוטיגקייט כאחד הרוצחים אונטער׳ן שלייער פון השקפה, שטעלט דאס פאר א פראגע און א ווארענונג׳ס צייכן מיט וואס מען מוז זיך ספראווען.

אין די תוכחה ווערט עטליכע מאל איבער׳גע׳חזר׳ט די לשון הנבואה פון ״על שלשה פשעי ישראל ועל ארבעה לא אשיבנו״, זענען די מפרשים מדייק אז כדין תם ומועד איז מען נישט נתחייב געווארן כליה מכח די ערשטע דריי עבירות (וואס לויט א טייל איז דאס געווען ממש עבודה זרה, גילוי עריות און שפיכות דמים) נאר אלץ אן עונש אויף די פערטע עבירה. שטעלט זיך די פראגע, וואס האט שוין געקענט זיין ערגער ווי די דריי הארבסטע וואס זענען ביהרג ואל יעבור?

זאגט דער פסוק: ״על מכרם בכסף צדיק ואביון בעבור נעלים״, אז אייגענע ברודער קענען מיט קרומע פשטים זיך באגיין מיט אכזריות קעגן אייגן בלוט און פלייש און אים אויסשליסן פון ברודערשאפט, דאס איז היפוך פון מידת ישראל און היפוך פון מידת רחמנות שישראל מצויינים בו. אפילו ס׳פארמאגט עפעס א חשבון אדער א פשעטיל, קיין שום השקפה שטעלונג קען נישט זיין אויסגעהאלטן אויב עס שטעלט פאר מפקיר צו זיין א איד צו א באנדע ישמעאלים פראי אדם.

דער חורבן איז גאר גרויס היינטיגע צייטן ווען דער מושג פון ערנסטע מנהיגי הדור עקזיסטירט כמעט נישט און פון די אנדערע זייט איז אכשיר דרא און יעדער בר בי רב איז א גאנצע דעה זאגער. מלפנים בישראל, האט השקפה באלאנגט צום זעלב׳ן אויטאריטעט וואס האט גע׳פסקנ׳ט שאלות און האט ממלא געווען כריסו בש״ס ופוסקים. היינט קען א שטרוי זאק מיט בלויז א ברייט׳ן סאמעטען (וואס אין אנדערען אויסשטעל וואלט מן הסתמא געווען א קינדערישער שוויצער וואס איז פארנומען נאכצולויפן פאליטיקאנטן אדער זיך איינשאפן כבוד מיט בליטשקעדיגע לעמפלעך) אנדרייען די נערוון פון טויזענטער אומשולדיגע אידן.

ווען ס׳האט זיך געשאפן די תנועת המוסר זענען דאס געווען בלויז אויסגעארבעטע תלמידי חכמים וואס האבן זיך ערלויבט צו רעדן פאר אנדערע, און זייער גאנצער מהות איז גאר געווען רעדן צו זיך בקול רם. זאגן מוסר פאר יענעם? ווי נעמט מען אזא העזה, מי שמך לאיש. אז ס׳האט זיך געמאכט א איד ווי ר׳ יעקב קראנץ וואס איז געווען א יודע ספר און האט געדארפט פרנסה האט ער נישט אנגענומען זאגן מגידות איידער ער איז נסמך געווארן פונעם גר״א. א שיינער רעדנער מיט בליציגע רעיונות? מהיכי תיתי, מען האט געדארפט זיין ראוי לאותו איצטלא.

וואס איז צום באדויערן איז נישט די פאר עשבים שוטים וואס כדוגמת די אראבישע חבר הכנסת׳טע שעפן חיות פון נער׳ישע פראוואקאציעס, יעדער בר הכי פארשטייט זיי צו איגנארירן און זעהט ווי רובם ככולם זענען נעבאך נישט מיט אלעמען, אבער דאס אז מען לאזט זיי זיך אנהענגן באילן גדול, דאס אז זיי ווערן ערלויבט זיך אהער שטעלן אלץ פארשטייער פון אנגעזעהנע אויטאריטאטען און רעדן בשמם, דאס שטעלט פאר א חורבן פון וואס מיר ברויכן זיך היטן און אויסשפייען.

מיר לעבן טאקע אין א דעמאקראטיע ווי מען קען נישט צוריק האלטן אנדערע פון לופטערן זייערע מיינונגען - זאל עס איז זיין קרומער ווי דער טורעם פון פיסא אדער מער געלעכערט ווי די מחיצות אין ווייבער שול, אבער ווילאנג עס געפונען זיך יא אנדערע (תלמידים, פאררופענע ממשיכי דרך, וכדומה) וואס קענען מיט רעכט פארשטעלן די אמת׳ע השקפה וואס די שוטים פארטייטשן פאלשערהייט, טארן זיי נישט שטילשווייגן.

און דאס איז לכאורה פארוואס דער פסוק באנוצט זיך מיט א לשון פון ״ועל ארבעה לא אשיבנו״, דאס נישט אפענטפערן, דאס אז מען ערמעגליכט עס זאל בלייבן אונטער א פראגע צייכן, דאס איז אן עוון בל יכופר אויף וואס דער נביא קלאגט און בעהט, און אז מען וועט דאס מתקן זיין, וועט אפשר בזכות זה יבוא גואל ויגאלנו ב״ב.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קינד_אן_קייט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
כאן, חבל טבור הארץ.

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר