בלאט 1 פון 2
רציחת נערי ישראל, הי"ד, האומנם ?
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 12:34 am
דורך נהורא נפישא
איך שטיי אין איך שטוין ווי איז אוועק אינזער אידישער שטאלץ, איך זעה פיל רעכענען אז מיטן שטיין פאסיוו, וועט גאט נקמה נעמען אינעם פארגאסענעם בלוט, האבן מיר דאן באקומען אן אנזאג אז ה' ילחם לכם ואתם תחרישון, השם ינקם דמם איז געזאגט געווארן על ר"ע וחבריו, ווען דאס אידישע פאלק האט זיך ליידער נישט געקענט פארמעסטן אנטקעגן די רומישע אימפעריע ודומיהן, אבער איצט אז גאט האט אינז געגעבן כח ועוז, אזוי ווי מיר בעטן ה' עוז לעמו יתן, און איז דאנק גאט יד ישראל תקיפה, ווער גיט אינז רעכט צו שטיין פאסיוו און נישט נקמה נעמען פון די בלוט פון אינזערע ברודער, אוודאי ווערט נישט געמוטיגט קיין געוואלדאטן, אבער די מינומום וואס א פאראנטווארטליכע רעגירונג דארף טון צו שיצן זייערע בירגער, דארף מען דאס שטיצן מיט א שטאלץ, נישט זיין פארנומען מיט אזוינע נישטיגע לאזונגען ווי הי"ד,
האבן מיר פארגעסן פונעם פסוק שופך דם האדם, באדם דמו ישפך, האבן מיר פארגעסן אז מטאר נישט נעמן קיין כופר נפש פאר א רוצח, האבן מיר פארגעסן אז מאיז אפילו מחלל שבת אויף מלחמה צו האלטן מיט צוררי ישראל וואס ווילן איינעמן עיירי ישראל, האבן מיר פארגעסן פון הבא להרגך השכם להרגו, האבן מיר פארגעסן פון די מושג פון מלחמת מצוה ????
אוודאי איז דאס זיך באנוצן מיט געווער גנאי הוא לו ווייל מיר ווארטן אויף די צייט ווען סוועט זיין אן עולם התיקון ויקויים בנו לא ישא גוי אל גוי חרב ולא ילמדו עוד מלחמה אבער ביז צו דער צייט איז דאך ההכרח לא יגונה, און מיר דארפן טון לויט די השקפת התורה, וצאי לך בעקבי הצאן אבות אבותינו משה, יהושע, גדעון, דוד, אזוי אלע אינזערע העלדן ביז בר כוכבא, ויה"ר שילמדו תועים בינה וגו'
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 12:54 am
דורך דריידל
זיי מסביר וואס דיר שטערט. חוץ נטורי קרתא ווייס איך נישט פון איינער וואס זאגט אז ישראל זאל נישט כאפן די שולדיגע און ברענגן צו גערעכטיגקייט. אויב ווילסטי אז מ'זאל אפשפארען עזה, נישט אריינלאזן קיין עסן און לאזן די מענטשן אויסגיין פאר הינגער, דארפסטי מסביר זיין די לאגיק דערפון.
מ'זאגט הי"ד, פשוט ווייל עפ"י דרך הטבע איז נישטא קיין וועג ארויס פון די טעראריסטן ר"ל. די זענען פרא אדם'ס וואס שרעקן זיך נישט פאר'ן טויט ואין לנו להישען רק על אבינו שבשמים. 50 60 יאר צוריק האט מען זיי געקענט מאכן איינזיצען אבער היינט איז אן אנדערע וועלט.
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 1:07 am
דורך נהורא נפישא
עס איז נישט נאר די מערדער וואס האבן בפועל אויסגעפירט דעם מארד, לפי השקפת התורה האלט מען די גאנצע פיינטליכע אומה קאלעקטיוו פאראנטווארטליך פאר די מעשים וואס ווערן געטון פון יחידים פונעם פאלק, אחוץ געציילטע רחב הזונות, דאס איז די איינציגע מערסט ווירקזאמע מיטל, די אלע שטיצן דאס, און זיי פייערן די רציחות, מיר דארפן זען נקמה.
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 1:23 am
דורך שת.אדמזאהן
אית מאן דפרע בגופו (צבא הגנה לישראל)
ואית מאן דפרע בממוניה
https:/www.fidf.org
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 1:56 am
דורך ישמעאל הכהן
מ'דארף נקמה נעמען אין מדינת ישראל פאר'ן ארויסלאזן די צוויי מערדער פון תפיסה
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 2:11 am
דורך קינד_אן_קייט
ס׳איז א זינלאזער ויכוח מחמת כמה טעמים, הן ע״פ רוח היהדות והן ע״פ שכל וסדר העולם.
א׳ - די מהות פון ׳נקמה׳ איז דירעקט נישט קיין אידישער מהלך, דער מושג פון אפשטילן צער דורך פארגיסן פריש בלוט איז נישט בלויז תאוות נקם נאר אויך תאוות רציחה, ס׳איז א געמיינע תכונה וואס מען טרעפט ביי בעלי חיים און אויך ביי אוממענטשן אבער א דרך פון וואס דער עם הנבחר דארף זיך דערווייטערן.
טאקע ביי די פראי אדם ביי וועמען ס׳קאכט א געמיינע תאוות רציחה פון ׳ועל חרבך תחיה׳ קען מען זעהן בחוש ווי ס׳איז זיי נישט מעגליך צו שטילן דעם דורשט אזש ביז מען הארגעט זיך אויס איינער דעם צווייטן, צו איז דאס מחמת כבוד המשפחה - ווי אייגענע עלטערן זענען אומשטאנד צו הארגענען זייערע קינדער, צו איז דאס אין נאמען פון רעליגיע און סעקטע דיפערענצן אזוויווי ס׳שפילט זיך יעצט אויס אין עיראק, סיריע, וכהנה וכהנה.
די לשונות וואס דו שלעפסט צוזאם זענען ע״פ רוב פארבינדן מיט מלחמות קיום און נישט נקמה לשם נקמה. קוק אריין אין חינוך אויף ״לא תקום״:
״משרשי המצוה, שידע האדם ויתן אל לבו כי כל אשר יקרהו מטוב עד רע, הוא סיבה שתבוא עליו מאת השם ברוך הוא, ומיד האדם מיד איש אחיו לא יהיה דבר בלתי רצון השם ברוך הוא, על כן כשיצערהו או יכאיבהו אדם ידע בנפשו כי עוונותיו גרמו והשם יתברך גזר עליו בכך, ולא ישית מחשבותיו לנקום ממנו כי הוא אינו סיבת רעתו, כי העוון הוא המסבב״.
ב׳ - כהיום הזה איז די מערב וועלט א ציוויליזירטער פלאץ, דער צוגאנג פון ״עין תחת עין״ האט אפשר געקענט אנגיין צווישן אידן בינם לבין עצמם בזמן הסנהדרין ווען אידן האבן פארמאגט אן אייגענע אטאנאמיע, און אויך דאס האבן חז״ל פארוואסערט אז ס׳מיינט נישט כפשוטו.
אז מען וועט מקיים פסק זיין אויף א אופן פון נקמה איז אין לדבר סוף, ס׳איז א בלאטע פון וואס מען קען קיינמאל נישט ארויס קריכן, און ווי גאנדי האט שוין ערווענט:
“An eye for an eye makes the whole world blind”.
ג׳ - לאמיר רעדן פראקטיש, וואס שלאגסטו פאר, מ׳זאל גיין רצח׳נן אין די גאסן? מענער, פרויען, קינדער? ביזט אראפ פון זינען?
אויב די רעדע איז פון די קידנעפערס גופא בין איך מיט דיר מסכים הונדערט פראצענט אז ס׳קומט זיך זיי טויט שטראף און ווי אמשנעלסטן, דו ווילסט דאך אבער פארטיליגען יעדן אן קיין אונטערשייד, דאס איז סיי נישט אויסגעהאלטן און סיי נישט רעאליסטיש אלץ א לייזונג.
פארהאן אזעלכע וואס שוועבן אין פאנטאזיעס אז נאר מיט ׳כח׳ וועט זיך דאס ענדיגן, אזויווי אריק שרון האט געטון אין די ערשטע יארן, אריין אין א דארף און גע׳שחט׳ן רעכט׳ס אויף לינק׳ס. דאס איז וויסטע דמיונות, מ׳האלט מיר א יובל יארן שפעטער און דער פראבלעם איז נאך דא און אפילו פילפאכיג גרעסער. נקמה איז נישט קיין רעצעפט אדער לייזונג. גרינגשעצן און פארגיסן בלוט לויזערהייט - אפילו דעם שונא׳ס, איז גענאסייד און ווער נאך ווי אונז ווייסט ווי נישט ריכטיג דאס איז.
צום שלוס, כאפ א בליק וואס גראף פאטאצקי האט געענטפערט דעם תליין וואס האט אים געפרעגט צו ער וועט זיך אין אים נוקם זיין אויף יענע וועלט:
אלץ קליין קינד, פלעג איך בויען פיגורן פון ליים, אמאל האב איך זיך געפלאגט א לאנגע צייט צו מאכן מענטשעלעך מיט הענט און פיס און א צווייטער קינד, א חבר מיינער, האט פרעכערהייט אלעס צושטויסן.
מיט טרערן אין די אויגן בין איך געלאפן צו מיין פאטער און זיך געבעטן ער זאל יענעם באשטראפן פאר די עולה, אבער מיין טאטע האט זיך אויסגעלאכט און דאס אוועק געמאכט, האב איך זיך פארגענומען אין הארצן אז ווען כ׳וועל זיין גרויס און האבן א ביקס וועל איך נקמה נעמען און יענעם דערשיסן. ווען איך בין עלטער געווארן, האט דאס שוין נישט נושא מקום געווען.
אזוי אויך יעצט ביי מיר, אז איך גיי אויף קידוש השם, נעמט׳ס עט׳ס בלויז מיין קערפער, בידו אפקיד רוחי, און אז כ׳וועל זיך געפונען בשמי מרומים וועט מיר נישט אנגיין די מענטשעלעך געמאכט פון ליים און אוודאי נישט צו נקמה נעמען אין זיי.
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 2:27 am
דורך שמעקעדיג
שפתים קישאק משיב דברים נכוחים!!!
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 6:03 am
דורך נהורא נפישא
נקמה איז א תכונה וואס גאט האט איינגעווארצעלט אין מענטש דאס צו נוצען ווען ספעלט זיך אויס למען יושר וצדק, נקמה צונעמן ווען איינער האט דיר נישט געטאן א טובה און צוהאלטן חשבון ווען מקען יענעם אפצאלן איז א מדה מגונה וואס די תורה וויל אויסווארצלן, מקען זאגן אז שפיכת דמים איז די הארבסטע זאך אין יהדות, עד כדי כך אז אפילו בשוגג האט די תורה געגעבן רשות פאר די גואל הדם צו נעמן נקמה, נאר וויבאלד ס'איז סוכ"ס בשוגג ת"ח מלווה אותו ומלמדין אותו נישט נקמה צו נעמן, אבער ווען מרעדט פון א פאלק פון מערדער, א פאלק וואס פייערט און שאלט אויף יעדן טראפ פארגאסן אידיש בלוט, ווי קען מען זיך פארשטיינערען דאס הארץ, דער ענין פון נקמה אין יהדות איז אזוי רווח אז איך ווייס אפילו נישט ווי אנצוהויבן, איך וועל נאר ציטירן איין באקאנטע שטיקל פון די געזאנגן פון קעניג דוד, לעשות נקמה בגוים תוכחות בלאומים, לאסור מלכיהם בזיקים ונכבדיהם בכבלי ברזל, לעשות בהם משפט כתוב הדר הוא לכל חסידיו, אמרו חז"ל ( ספרי מטות קנז) נקום נקמת בני ישראל, להודיע שבחן של צדיקים שאין נפטרין מן העולם עד שהם מנקמים נקמת ישראל שהיא נקמת מי שאמר והיה העולם.
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 6:59 am
דורך ארטיסט
נהורא נפישא האט געשריבן:איך שטיי אין איך שטוין ווי איז אוועק אינזער אידישער שטאלץ, איך זעה פיל רעכענען אז מיטן שטיין פאסיוו, וועט גאט נקמה נעמען אינעם פארגאסענעם בלוט, האבן מיר דאן באקומען אן אנזאג אז ה' ילחם לכם ואתם תחרישון, השם ינקם דמם איז געזאגט געווארן על ר"ע וחבריו, ווען דאס אידישע פאלק האט זיך ליידער נישט געקענט פארמעסטן אנטקעגן די רומישע אימפעריע ודומיהן, אבער איצט אז גאט האט אינז געגעבן כח ועוז, אזוי ווי מיר בעטן ה' עוז לעמו יתן, און איז דאנק גאט יד ישראל תקיפה, ווער גיט אינז רעכט צו שטיין פאסיוו און נישט נקמה נעמען פון די בלוט פון אינזערע ברודער, אוודאי ווערט נישט געמוטיגט קיין געוואלדאטן, אבער די מינומום וואס א פאראנטווארטליכע רעגירונג דארף טון צו שיצן זייערע בירגער, דארף מען דאס שטיצן מיט א שטאלץ, נישט זיין פארנומען מיט אזוינע נישטיגע לאזונגען ווי הי"ד,
האבן מיר פארגעסן פונעם פסוק שופך דם האדם, באדם דמו ישפך, האבן מיר פארגעסן אז מטאר נישט נעמן קיין כופר נפש פאר א רוצח, האבן מיר פארגעסן אז מאיז אפילו מחלל שבת אויף מלחמה צו האלטן מיט צוררי ישראל וואס ווילן איינעמן עיירי ישראל, האבן מיר פארגעסן פון הבא להרגך השכם להרגו, האבן מיר פארגעסן פון די מושג פון מלחמת מצוה ????
אוודאי איז דאס זיך באנוצן מיט געווער גנאי הוא לו ווייל מיר ווארטן אויף די צייט ווען סוועט זיין אן עולם התיקון ויקויים בנו לא ישא גוי אל גוי חרב ולא ילמדו עוד מלחמה אבער ביז צו דער צייט איז דאך ההכרח לא יגונה, און מיר דארפן טון לויט די השקפת התורה, וצאי לך בעקבי הצאן אבות אבותינו משה, יהושע, גדעון, דוד, אזוי אלע אינזערע העלדן ביז בר כוכבא, ויה"ר שילמדו תועים בינה וגו'
האבן מיר פארגעסן אז מיר זענען אין גלות? האבן מיר פארגעסן אז מיר טארן נישט מורד זיין אין די פעלקער? האבן מיר פארגעסן די פאקט אז עס איז נישטא קיין שום היתר פון ׳בלויזע נקמה׳ אין די תורה?
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 7:10 am
דורך שבת אחים
@קינד
ביסט גערעכט אז אונז דארפן זיך אויפירן ווי נארמאלע ציוויליזערטע מענטשען און קיין איין נארמאלער מענטש שלאגט נישט פאר אז מ'זאל זיך יעצט נעמען סתם הרגנ'ן און מאכן געוואלדטאטן אלץ נקמה נאר מ'דארף זיך אומגיין מיט זיי מיטן שטרענגסטע אופן וואס איז נאר מעגליך
ווי למשל : יעדער פארדעכטיגער אויספארשן, ארעסטירן רעכטס און לינקס, אראפווארפן זייערע הייזער, וכודמה
מען דארף זיי ווייזן אז מ'מיינט דא ביזנעס און ס'איז נישט קיין הפקר וועלט און זיי דארפן וויסן אז סוועט זיין ערנסטע קאַנסאַקוואַנסן!
ס'וואלט גארנישט געשעהן ווען מדינת ישראל הרגט יעצט אפאר טעראריסטן סאיז דא געניג און נאך פון זיי מיט וועם די מדינה האט שוין א אלטע חשבון ספעציעל יעצט ווען זיי וועלן לכאורה האבן א גרין לייט פון די מערב וועלט וואס טוט יעצט סימפאטירן מיט די מדינה נאך אזא טראגעדיע דארפן זיי אויסניצן די גלעגענהייט אוןן ווייזן פאר די טעראריסטן ווי זיי וואוינען ...
א שטייגער ווי להבדיל די רבי אין חדר וואס האט זיך נישט געקענט א עצה געבן מיט א צולאזטע קלאס האט ער גענימען איין קרבן ציבור און דערלאנגט אפאר גיטע פעטש אז למען ישמעו ויראו ולא יזידון עוד ! (נישט אז איך האלט ח"ו אז דאס איז די ריכטיגע וועג צו מחנך זיין קינדער נאר גענוצט פאר א משל שטייטצעך)
אמאליגע צייטן איז כלל ישראל געוועהן ווי א נעבעדיגער יתום וואס קיינער קוקט נישט אויף זיין זייט און יעדער שלעגער קען זיך אויסגעבן אויף אים דאס גאנצע כעס בשעת אלע אנדערע קינדער שטייען און לאכן אינדערזייט און אזוי איז טאקע געוועהן אין שפאניע רוסלאנד פוילן און ווי נישט ? ווי אידן זענען נאר געוועהן האבן זיי געכאפט מכות און זיי האבן גארנישט געקענט טוהן נאר זיך אפצווישן די נאז און צוקוקען וויאזוי מ'שעחט אויס זייערע ברידער און זיי האבן זיך נעבעך געמיזט גיין באהאלטן אדער אנטלויפן, היינטיגע צייטן איז אבער די מעשה אנדערש היינט האבן מיר א עלטערע ברודער וואס איז אינטערגעוואקסען און ווען איינער טשעפט מיט אונז קימט ער אפיר צי מסדר זיין די ענינים....
און צווישן רצחנ'ן סתם ציווילע מענטשען קינדער מיט ווייבער ביז האלטן א שטייפע האנט אקעגן טעראריסטן און אונזערע שונאים וואס ווילן אונז אטאקירן און אומברענגען און זיי באשטראפן מיטן ערליכע פארדינטע שטראף וואס קומט זיך זיי איז דא א היפשע שטיקל מהלך
השם ירחם
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 7:37 am
דורך שמעקעדיג
שבת אחים האט געשריבן:א שטייגער ווי להבדיל די רבי אין חדר וואס האט זיך נישט געקענט א עצה געבן מיט א צולאזטע קלאס האט ער גענימען איין קרבן ציבור און דערלאנגט אפאר גיטע פעטש אז למען ישמעו ויראו ולא יזידון עוד!
זעהסטו, אטא דאס איז דער חילוק! ביי די אלע נקמה אקציעס וואס דו ברענגסט אראפ, צי דוד המלך, צי א גואל הדם, צי דער רבי אין חדר, האט די נקמה כאטש געברענגט די ערווארטעטע רעזולטאטן. עס האט געוויזן אז "ולא יזידון עוד", מישען אקאמפלישד!
אבער דא? האט עס שוין אמאל געהאלפן? זיי האבן ווייניג געכאפט? עס איז נאר ווי אויל אויפן פייער. די רוצחים אראבער ימ"ש מאכן זיך ווי די וועלטס רחמנות, נעבעך מען פארטיליגט זיי, און זיי באקומען גאר די וועלט'ס סימפאטיע, און שפעטער הייבן זיי אן זייערע רציחות פונדאסניי מיט א פרישקייט, כדי צו נקמה נעמען פון די אידן! א"כ מאי הועילו חכמים בנקמתם?!
אין אזא צייט איז ליבערשט זיך קאנטראלירן די נאטורליכע מדת הרציחה און קוקן אויף די לאנג ראן, זיין א חכם הרואה את הנולד, נישט זיין ווי א שוואכע פרוי וואס ווערט איבערגענומען פון צייטווייליגע געפילן, און האפן און בעטן דעם א-ל נקמות צו טון דעם דזשאב פאר אונז. און סוכ"ס דער טאג וועט אנקומען. האפענטליך בקרוב ממש.
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 7:59 am
דורך איחוד פעלד
שמעקעדיג
די זאגסט גארנישט טוהן נאר בעטען דער אויבערשטער,
דאס איז א גוטע עצה פאר דיר, נישט פאר צה"ל, האלסט טאקע אז ווען כאמאס אטאקירט ברויכען זיי גארנישט טוהן נאר מתפלל זיין?
סטאפ די פאצערישקייט
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 8:03 am
דורך כוכב
א גרויסע קינץ צו זאגן יעצט מוז איך. בן גוריון האט שוין געפרעגט בערך די קשי' פאר'ן חזו'א.
דער תירוץ איז געווען, ווער האט דיך געבעטן מאכן די אפגעריסענע מדינה, א וודאי יעצט איז שוין ביטער ווי די גאל.
איר פארשטייט מיסטער פעלד, על עיקר הנקודה אנו דנים.
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 8:08 am
דורך איחוד פעלד
דער אלטער צואת השור מעג מען שוין אויך אויפהערען צו זאגען, ס'איז געוועהן א אפערטאניטי אז אידען זאלען באקומען די מדינה, איז וואס האט מען געדארפט טוהן? לאזען די גוים זיין אין טשארדזש פין אלע אידען דארט, און זיך פארלאזען אויף זייער רחמנות?
בכלל איז געוועהן הונדרעטער טויזענטער אידען אויף דער וועלט נישט האבענדיג ווי צו גיין, און פאר דער מדינה איז געווארען מדינה האבען זיי נישט געהאט ווי צו גיין, האבען זיי טאקע אלע געדארפט בלייבען אין די פי קעמפס אלס למען וואס? למען השטיק?
אונז וויינען מיר שוין צוויי טויזענט יאר אז מען האט אונז צוגענומען אונזער היים לאנד, קומען אפאר גוים און זאגען קענסט עס האבען צוריק, און וואס זאגען אפאר נאראנים? ניין, מיר ברויכען עס נישט, אונז ווילען נאר ווייטער וויינען!!!
קאט דער קראפ, און הערטס אויף מיט די שטיק, יעדער ווייסט אז האבען אן אייגענער מדינה איז געוועהן דער בעסטער זאך וואס איז געוועהן פאר אידען זייט דער חורבן בית המקדש.
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 8:13 am
דורך נהורא נפישא
כוכב, וואס הייסט אן אפגעריסענע מדינה, די מדינה ברענגט אינז שטאלץ, ווען אין די קנאפע זעכציג יאר האט מען אויפגעארבעט דאס לאנד וואס איז געווען א מדבר מיט פארווארפענע ישובים, צו זיין פון די סאמע שטערקסטע און סאפיסטאקירטע מדינות, מיט דערגרייכונגען אין אלע געביטן, און דאס איז על אף וואס סאיז נחש כרוך על עקביו, און אוודאי קומט עס נישט אן גרינג פון אנהויב סאיז דאך ארץ ישראל נקנית ביסורין, אויב איס דא עפעס אפגעריסנקייט איז דאס די פאקט אז פארשידענע מדינות דערשפירן צו האבן די חוצפה פארצושלאגן פאר מדינת ישראל וויאזוי זיך צוצוגיין מיט זייערע פיינט, בעת ווען זיי אליין פירן זיך מיט פיל מער א שטייפערן האנט
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 8:17 am
דורך שבת אחים
שמעקעדיג האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:א שטייגער ווי להבדיל די רבי אין חדר וואס האט זיך נישט געקענט א עצה געבן מיט א צולאזטע קלאס האט ער גענימען איין קרבן ציבור און דערלאנגט אפאר גיטע פעטש אז למען ישמעו ויראו ולא יזידון עוד!
זעהסטו, אטא דאס איז דער חילוק! ביי די אלע נקמה אקציעס וואס דו ברענגסט אראפ, צי דוד המלך, צי א גואל הדם, צי דער רבי אין חדר, האט די נקמה כאטש געברענגט די ערווארטעטע רעזולטאטן. עס האט געוויזן אז "ולא יזידון עוד", מישען אקאמפלישד!
אבער דא? האט עס שוין אמאל געהאלפן? זיי האבן ווייניג געכאפט? עס איז נאר ווי אויל אויפן פייער. די רוצחים אראבער ימ"ש מאכן זיך ווי די וועלטס רחמנות, נעבעך מען פארטיליגט זיי, און זיי באקומען גאר די וועלט'ס סימפאטיע, און שפעטער הייבן זיי אן זייערע רציחות פונדאסניי מיט א פרישקייט, כדי צו נקמה נעמען פון די אידן! א"כ מאי הועילו חכמים בנקמתם?!
אין אזא צייט איז ליבערשט זיך קאנטראלירן די נאטורליכע מדת הרציחה און קוקן אויף די לאנג ראן, זיין א חכם הרואה את הנולד, נישט זיין ווי א שוואכע פרוי וואס ווערט איבערגענומען פון צייטווייליגע געפילן, און האפן און בעטן דעם א-ל נקמות צו טון דעם דזשאב פאר אונז. און סוכ"ס דער טאג וועט אנקומען. האפענטליך בקרוב ממש.
לויט דיר זאל מען אפשר נישט באשטראפן אין אמעריקא איינעם וואס האט דראגס אדער אומלוגאלע גאונס ווייל ס׳העלפט במילא נישט
און כמעט יעדער אין אמעריקא האט במילא דראוגס און גאונס אדער אפשר גאר זאל מען נישט באשטראפן קיין רעיפּיסט ווייל סגייט במילא נישט העלפן און סגייט זיין מארגן נאך איינער וואס גייט טוהן די זעלבע זאך???
אוואדי גייט זיין נאך מענטשען וואס גיין אונז וועלן אטאקירן (היל״ת) איז אלזא זאל מען זיך לאזען ווי קיעלך אריין אין אויווען אריין ח״ו?
ווי לאנג נאך וועלן מיר זיך לאזען ווי שעפלעך ? און וואס איז די אלטערנטיוו ?
און צווייטענס ווער זאגט אז ס׳העלפט נישט ? פון וואנט ווייסטו וויפל אידן זענען געראטוועט געווארן די אלע יאהרן דורך די מדינה ?
פאר מיר מאכט מעהר סענס אז די מדינה האט דוקא יא געראטוועט אסאך אידן,
סאיז דא א סוסטעם און א סדר וויאזוי זאכן ארבעטן אין די גאנצע ציווילערזיטע וועלט און וויאזוי מגעט זיך א עצה מיט אזעלכע חברה און ״מ׳מוז״ זיי האלטן אין די ראַמען בלית ברירה
איך בין נישט בטבע קיין פארקאכטע ציוני מעהר א מעסיגער און איך בין נישט דא זיך צו טענה׳נן אהין און צוריק
נאר כנלפענ״ד
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 8:49 am
דורך שבת אחים
איין זאך וואלט איך יא געוואלט צולייגן אז ווען סאיז געוועהן די יום כיפור מלחמה איז דער ריבניצער זצ״ל געוועהן אין ארץ ישראל און מיין פעטער האט דעמאלסט געדאווענט מיט זיין מנין און ער האט זיך אויסגעדרייט און געהייסן אלע מענער אפילו די מיטליעריגע זיך אויסצוטוהן די קיטלעך און די טלתים און גיין זעהן מיט וואס זיי קענען צו העלפן דעם מיליטער מיין פעטער וואס האט זיך אביסל געקווענקעלט היות ער איז בכלל נישט געוועהן קיין ישראלדיגער געבוירנער און נישט געוועהן קיין מיליטערמאן (וואוינט היינט אין ווימסב״ג) האט אים די ריבניצער געזאגט גיי ר׳....וועסט מצליח זיין ! איז ער טאקע געגאנגען
"עת לעשות לה' הפרו תורתך"
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 9:24 am
דורך כוכב
שטייטלעך, דאס אז די מדינה ברענגט כבוד וכו', איך ווייס נישט וויפיל אמת דאס איז, יעדע דעמאקראטיש-געווארענע מדינה קען צייגן אויף פארשריט, קען זיין סאיז לויטער דעמאגאגיע, איך זע נישט מיט וואס דוביי איז אונטערשטעליג פון ישראל.
בנוגע די גרויסע גליק פון דער מדינה גיי איך מיך נישט טענה'ן, ווער עס קען אויפווייזן אז דאס איז נישט די גרעסטע וועלט-גלאבאלע דעמאגראפישע און פאליטישע פראבלעם זינט איר עקזיסטענץ קריגט א פרייז, עס האט נאכנישט געהאט קיין איין רואיגן טאג, אפגערעדט אז ס'האט געברענגט א מבול פון שנאת ישראל, און איז היינט נאמבער וואן אורזאך פאר אנטיסימעטיזם.
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 9:50 am
דורך שבת אחים
גלייכסט צו דוביי א אראביש לאנד געבענטשט מיט נאטורליכע אויל וואס איז צווישן פרייניטליכע אראבישע לענדער (מעהר ווייניגער) צי מדינת ישראל וואס איז געוועהן א מדבר ביז 60 יאהר צוריק און סאיז ארומגענומען מיט שונאים און כל מיני פראבלעמען מיום הוולדו ?
מדינת ישראל האט זיך גארנישט וואס צו שעמען פאר קיינעם און זיכער נישט פאר קיין איין אראבישע לאנד אריינגערעכענט דוביי...
איך גלייב נישט אז קיין איין לאנד אין די היסטערי האט זיך אזוי שנעל אנטוויקלט און דעוואלעפט אזוי ווי דער מדינה נאכדערצו מיט אזויפיל מלחמות איינס נאכן צווייטן
דוביי איז ווייט פון ישראל און היפש אונטערשטעליג מיט אסאך זאכן וואס ישראלים קענען זיך שטאלצירן למשל אונעם פעלד פון טעכנעלאגיע דאקטעריי און סייענעס און נאך און נאך
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 9:58 am
דורך שבת אחים
און פאר די מדינה האבן דען די אידן יא געהאט א רואיגן טאג?? ס'איז געוועהן אסאך אסאך ערגער!!!
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 12:43 pm
דורך Ben-Shishim
WOW !
I have nothing to say, but it really hurts me to see that so many of you are caught with Zionist taught.
Hopefully one day you will all wake up to the Truth , the real Torah truth.
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 2:39 pm
דורך שמעקעדיג
איחוד פעלד האט געשריבן:סטאפ די פאצערישקייט
איחוד פעלד האט געשריבן:דער אלטער צואת השור
למען וואס? למען השטיק?
וואס זאגען אפאר נאראנים?
קאט דער קראפ, און הערטס אויף מיט די שטיק
הערליכע לשונות!! כן ירבו.
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 7:12 pm
דורך יין שרף
קינד_אן_קייט האט געשריבן:
די מהות פון ׳נקמה׳ איז דירעקט נישט קיין אידישער מהלך, דער מושג פון אפשטילן צער דורך פארגיסן פריש בלוט איז נישט בלויז תאוות נקם נאר אויך תאוות רציחה, ס׳איז א געמיינע תכונה וואס מען טרעפט ביי בעלי חיים און אויך ביי אוממענטשן אבער א דרך פון וואס דער עם הנבחר דארף זיך דערווייטערן.
טאקע ביי די פראי אדם ביי וועמען ס׳קאכט א געמיינע תאוות רציחה פון ׳ועל חרבך תחיה׳ קען מען זעהן בחוש ווי ס׳איז זיי נישט מעגליך צו שטילן דעם דורשט אזש ביז מען הארגעט זיך אויס איינער דעם צווייטן
מען זעהט אין די גמרא די געדאנק פון רציחה'דיגע נקמה פאר שונאי ישראל!