בלאט 1 פון 2

נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 9:57 am
דורך ברעט מענינג
נעם אראפ די בילדער איך הייב אן טראכטען שלעכטע זאכן :lol:

נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 10:20 am
דורך לעיקוואד
זאגט די הייליגע משנה אין מסכת מגילה:

מעשה עגל הראשון, נקרא ומתרגם.

והשני, נקרא ולא מתרגם.

ברכת כהנים, מעשה דוד ואמנון , לא נקראין ולא מתרגמין.

אין מפטירין במרכבה.

ורבי יהודה מתיר.

רבי אליעזר אומר, אין מפטירין בהודע את ירושלים.

נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 10:31 am
דורך שמערל
זייער א גוטע זאך. די גוים פארשטייען שוין לאנג אז אזעלכע זאכן לערנט מען נישט מיט קינדער, פארדעם האט מען מתקן געווען די פערענטל סעיפטי רעיטינגס אויף מאוויס און געימס, סאיז פשוט אז די תורה וואלט באקומען אן R רעיטינג, און קודאס פאר זיי אז זיי האבן געהאט די גאס עס צו צענזערירן פאר קינדער.

נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 10:31 am
דורך יאיר
עס איז דא א גרויסער חילוק צווישן לא נקרא ולא מתרגם און אינגאנצן ארויסשניידן פון חומש בבל יראה ובל ימצא.

נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 10:33 am
דורך יאיר
אגב, איך זע דא אן אפענע באשטעטיגונג צום תורת התעודות :lol:.

נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 10:44 am
דורך יואליש
אין טויזענט יאר פון היינט וועלן בייבעל פארשער אויפקומען מיט א טעאריע אז די אלע נישט-אים-שבת-גערעדט לעגענדעס אין די בייבל איז שפעטער צוגעלייגט געווארן דורכאוס די ירידות הדורות, באזירט אויף ארכילאגישע געפינסן פון בייבל עקזעמפלארן פון אוטענטישע מסורה'דיגע געמיינדעס ווי די אלע דברי חשק איז בכלל נישט געווען צום געפינען. ושלטו בו ידי זרים.

ערענסט גערעדט, דאכט זיך די טריק מיט די פעלענדע ווערטער פעלט זיך אויס אלס א לופהאל צו הלכה. מ'טאר נישט דריקן א פעלערהאפטיגע ווערסיע פון די תורה. מיט צענוזור האבן זיי גאנץ ווייניג א פראבלעם.

ווארטן מיר יעצט אז איימיצער זאל האבן די קוראזש צו ערפינדן א לופהאל ווי תינוקת מיזן נישט גיין אין מרחץ ערום מיט ערוואקסענע, און מיר זענען אויפן וועג צו ווערן גאנץ לאטיש און ווייניגער פאראדאקסיש אין זהירות בצניעות פאר די אינגע אומאנטוויקעלטע צאן קדשים.

נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 10:50 am
דורך רויטע וואנצעס
דאס ווייזט קלאר וויאזוי אכשר דרא'דיגע גארביזש האט א דירעקטע נעגאטיווע תוצאה. ה"י.
אז די רבי איז אבער גאט, קען ער מאכן לוחות שניות.

נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 10:51 am
דורך positive.yid
מ'זעהט בחוש אז די וואס האבן עובר געווען אויף די תקנות וועד ארבע ארצות וקאנאדא נישט צו לערנען תורה מיט נקיבות, כשהן יורדין יורדין, און צענזורען די תורה ווי כאילו געוויסע פרשיות זענען חלילה נישט געאייניגט צו לערנען מיט קינדער, כאילו די פרשיות זענען כפשוטן רח"ל, די ספרים הקדושים זענען פיל מיט סודות און רמזים אויף די פרשיות (עיין זוה"ק דף כ', אגרא דכלא, וחידושי תורה תשט"ז).
הגה"צ ר' נתן יוסף זצ"ל פארציילט בשם הגה"ק ר' עזריאל, אז ס'איז אמאל געקומען צום רבין זי"ע דער מנהל פון א בית יעקב, און געפרעגט צו מ'מעג ארויסנעמען פונעם חומש פרשת אדם וחוה לפני החטא, און דער רבי האט זיך שטארק געבייזערט.


העתק פון "דער איד" פרייטאג פרשת בלק

נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 10:54 am
דורך יאיר
עס הייבט זיך אן מיט לערנען תורה מיט מיידלעך, נאכדעם הייבט מען אן לערנען תורה כפשוטו, און צום סוף זאגט מען נאך אז געוויסע פרשיות אין די תורה זענען נישט געאייגנט פאר קינדער.

נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 10:56 am
דורך שבת אחים
און די נייע העמישע סקווירא חומש האט מען געטוישט פון ״דברי תורה כלשון בני אדם״ צו א נייע נוסח
״דברעי העימשע חומש כלשון בעהעימעס״
איי וואס איז מיט זאת התורה לא תהא מוחלפת ? איי געיס אין jew town איז דא אנדערע הלכות
זיי ווערן מיר שוין פרימער ווי גאט אליינס ! אוי רבש״ע וואס וועט דא זיין ??

נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 10:56 am
דורך יואליש
וואס איז נעגעטיוו? מ'לערענט עס ממילא נישט, איז וואס פעלט אויס די נייגער. רוב קינדער באקומען זייער אינפארמאציע איבער כלה למה נכנסה לחופה פון חומש, רש"י, חז"ל און ספרי שו"ת. איז נישט צייט אז א ספרים שראנק אן א פילטער נעבן קינדער זאל זיין חזיר טריף?

נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 10:58 am
דורך positive.yid
יואליש האט געשריבן:וואס איז נעגעטיוו? מ'לערענט עס ממילא נישט, איז וואס פעלט אויס די נייגער. רוב קינדער באקומען זייער אינפארמאציע איבער כלה למה נכנסה לחופה פון חומש, רש"י, חז"ל און ספרי שו"ת. איז נישט צייט אז א ספרים שראנק אן א פילטער נעבן קינדער זאל זיין חזיר טריף?

איך בין זיכער אז אנדערע בתי חינוך לאזן אויך אויס געוויסע פרשיות פון די סטענצעל וואס מ'פארטיילט פאר די תלמידות, אבער דאס צו דרוקען אין א געהעריגע חומש פארמאט, איז א מוח-דחוק'דיגע איידיע.

נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 11:05 am
דורך טיטאניק
אלעס שיינע תירוצים זיסע טעאריעס
אבער סוף פסוק איז דאס נישט די תורה וואס משה רבינו האט אינז איבער געגעבען פון גאט אויף בארג סיני
עס איז א דעמאקראטישע וועלט יעדער האט רעכט צי גלויבען וועלען גלויבען ער וויל גלייבען און וועלכע רעליגיע ער וויל האלטען
סקווירא איז א נייע גלויבנג א רעליגיע וואס ענדעלט שטארק צי אידישקייט און איבסעל צי די איסלאמישע רעליגיע אויך האט עס גרויסע סימנים פון די קאמיניסטישע אידעלאגיע
עס איז א סארט גלויבען וואס גייט אין א דרך וואס די וועלט האט שוין געזען, א גלויבען וואס טיילט זיך אפ פון אידישקייט און נעמט מיט מיט זיך א געוויסע חלק פון די אידישע תורה וואס זיי שמעקט יא, אבער די חלקים וואס זיי האלטען אז עס איז נישט רעלעוואנט פאר זיי דאס מעקט מען אויס
אגב פאר ווער עס ווייסט נישט, די קריסטען האבען דאס געטין די צדוקים בייתוסים ועוד

זיי שרייען טאקע אז זיי זענען די ריכטיגע אידען (אזוי ווי די קריסטען שרייען) אבער ווי קען מען זיך ריפען אידען אויב מען האלט נישט די גאנצע תורה?
א ספר תורה וואס פעלט נאר איין אות איז די תורה שוין פסול! מיט די תורה קען מען נישט ארימשפילען און נישט אראפ ציפען חלקים! די תורה איז א שלימות וואס מען קען נישט עס אויסשטעלען לויט די אייגענע נגיעות

אלע דורות (כולל דער העיליגער טשנאבעלער מגיד) האבען געלערנט די תורה הקדושה אן קיין ציפערייען (צענזארען) פאר זיי איז די תורה געווען גיט אזוי ווי עס איז געגעבען געווארען דארעך משה רבינו, אבער פאר דער העיליגער סקווערער איז עס נישט גיט! :evil: :evil:

ער איז נישט דער איינציגסטער
עס איז היינט א וועלט וואס אסאך רעליגיעס וואס שטאמען פון אידען וואס "היטען נישט געוויסע חלקים פון די תורה" אבער זיי ריפען זיך אידען און גאר די ריכטיגע אידען
עס זעט אויס פינקט ווי עס האט אויסגעזען בזמן ווען די קריסטען האבען זיך געשטארקט אין די חורבען איז געווען גרויס ווייל זיי האבען געשריגען אז זיי זענען די ריכטיגע אידען און האבען זיך געקליידעט מיט אידישע קליידער און דאס האט געמאכט א גרויסע בילבול המוחות ביי אידען
און דערפאר האבען די חכמים געטין געוויסע שטיקלעך און טריקס וואס האט אפגעטיילט די נוצרים אינגאנצען פון כלל ישראל, אויף דעם זענען מיר מתפלל "השיבה שופטינו כבראשונה ויועצינו כבתחילה והסר ממנו יגון ואנחה"

אגב טויש די נאמען פון די אשכול

נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 11:08 am
דורך טיטאניק
ענדליך! א צענזורירטע חומש פאר "נייע אידן"! (נישט קיין וויץ)

נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 11:20 am
דורך טאמבל סאס
ס'וועט קומען א צייט וואס דער מעשה אליין אז סקווער האט צענזורירט א חומש משום איזה סיבה וועט זיין א טאבו צו רעדן פון. ס'איז שוין יעצט אומבאקוועם פאר מלמדים מסביר צו זיין אז די סיבה פארוואס מ'טראגט למשל א גארטל איז לחלק בין לבו לערוה. "מ'טראגט עס ווייל די רבי טראגט עס."

נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 11:21 am
דורך מאטי
איך זע דאס יא אלס א "סטעפ אין דע רייט דירעקשאן" מיט די צייט גייען זיי אפלערנען מעטאפאריש די פסוקים וואס זאגן א 6 טאגיגע וועלט באשאף, אויפן סמך פון איבערוויגענדע סייענטיפישע באווייזן. אלע פסוקים וואס שלאגן פאר א "זון אונטערגאנג" וועלן פארטייטשט ווערן לויטן מאדערנעם קאנטעקסט. און דער הייליגער רמב"ם וועט זיך מיטפרייען אויפן וועג צו א העכערן היכל.

נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 11:25 am
דורך טאמבל סאס
איך פיהל ווי מ'מאכט נאך קאליע אידישקייט דורכדעם. פאר קינדער צו לערנען די דאזיגע געשיכטעס אין די תורה לערנט זיי אז אמאל זענען ווירקליך די דורות שטארקער געווען. בבחינת כל הגדול מח'.

נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 12:25 pm
דורך יידל
דערווייל האב איך נאך נישט געזען קיין "צענזור". סך הכל אין די בילדער זעט מען אויסגעלאזטע מינדערוויכטיגע(?) ווערטער כדי להכשיר לימוד החומש לילדות (נקיבות בלשון הדער איד). טעכניש איז עס צענזור, אבער נישט דאס מיינט מען ווען מען רעדט פון צענזור.

און אגב, די מעטאד פון אויסשניידן א ווארט פון יעדן פסוק גייט שוין צוריק יארן צו די צייט ווען מען האט אריגינעל מתיר געווען לימוד החומש לילדות, אין פאריגן דור. די איינציגסטע חידוש דא איז אז זיי זענען גענוג מחשיב די "נקיבות" צו אפיציעל דרוקן א חומש פאר זיי, אנשטאט נוצן קאפיס פון פרינט-אוטס.

נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 12:39 pm
דורך געפילטע פיש
יידל, דו האסט געליינט דעם ארטיקל? מ'רעדט נישט דא פון די אויסגעלאזטע ווערטער, נאר די אויסגעלאזטע פרשיות, בראשית, נח, לוט מיט די טעכטער אין מערה, ער ועונן, יהודה ותמר, אשת פוטיפר. נישט ווערטער, נאר גאנצע פסוקים אויסגעלאזט.

נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 12:42 pm
דורך berlbalaguleh
המלוכה והממשלה: ייש"כ פאר ברענגען די דערפרישענדע נייעס: קוקנדיג אויפ'ן בילד פונ'ם צענזורירטן חומש וואס די העיליגע מוסדות סקווירא האבן ארויסגעגעבן זעהט מען די פאלגענדע ווערטער פיגורירן פראמינענט אופ'ן קאווער. "בנשיאות כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א". מ'קען נאך מיינען אז דער העיליגער רעבע שליט"ע האט געגעבן די תורה.

דער אידישער שרייבער חיים גראדע ברענגט אזא מעשה'לע אין איינס פון זיינע ביכער. אין פוילן פאר די צווייטע וועלט מלחמה איז געווען א צודרייט איד'ל, א טישלער, וועלכער האט זיך, אין די מיטעלע יארן פון זיין לעבן איינגערעדט אז ער גייט ווערן א סקולפטאר. א שניצער. ער האט נאכגעלאזט זיין נארמאלע ארבעט פון וועלכע ער האט געברענגט פרנסה פאר זיין משפחה און גענומען אהערשטעלן "ארט". איינס פון די ערשטע זאכן וואס ער האט געמאכט איז געוועין א "לוחות" טאוול, מיט צוויי אויסגעשניצטע לייבן ביי די זייט. אונטן (אונטער די עשרת הדברות) האט ער אונטערגעשריבן זיין נאמען. ווען ער איז געקומען אין א בית המדרש פארקויפן זיין "סחורה" האט דער גבאי, א לץ, גענומען מאכן חוזק פון איהם בפני קהל ועדה. ר'האט אים געפרעגט "ר' איד. אייער נאמען שטייט דא אונטערגעשריבן. איהר האט געגעבן די תורה"?!...

דאס זעלבע קענמען זאגן אויפ'ן העיליגן רעבין שליט"ע. זיין העיליגער נאמען שטייט אויפ'ן דעקל... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :roll: :x :P :oops: ;) :( :o

נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 12:43 pm
דורך יידל
געפילטע, כ'האב נישט געליינט דעם ארטיקל נאר געקוקט די בילדער.
אבער אפילו אזוי, וואס איז די ביג דיעל? סך הכל האבן זיי צאמגענומען אלע פרינטאוטס פאר די מיידלעך און עס שיין געבונדן מיט א הארטן דעקל. כ'זע נישט מה כל הרעש.

נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 12:52 pm
דורך berlbalaguleh
המלוכה והממשלה: מ'דארף ארויסגעיבן א קאלל קוירעה אקעיגן דעים חומש. ווייל ר'האט נאך איבערגעלאזט א פאר פסוקים וועלכע פאסן נישט פאר די תלמידות פון די העיליגע מויסדעס. פסוק "יט", וואו ס'שטייט "ויוסף היה יפה תואר ויפה מראה". .. :? 8-) :roll: :x :P :oops: :cry: ;) :o

נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 12:58 pm
דורך berlbalaguleh
רויטע וואנצעס האט געשריבן:דאס ווייזט קלאר וויאזוי אכשר דרא'דיגע גארביזש האט א דירעקטע נעגאטיווע תוצאה. ה"י.
אז די רבי איז אבער גאט, קען ער מאכן לוחות שניות.

ס'הייסט. דו שרייבסט אפיקורסות. "אויב, די רעבע איז גאט"? איז דען א הוה אמינא. קענמען דען האבן ספעיקעס אין די אמונה?!... :? 8-) :lol: :roll: :twisted: :evil: :x :P :oops: :cry: :o