דזשעק ווערטהיימער: מיהו חרדי
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 7:28 pm
מה לעשות, די מידיא גלייכט אונז. ווייזט זיך אויס אז מיר זענען סחורה ווי גאלד, און עס גייט נישט דורך קיין טאג וואס די אלגעמיינע מידיא אדער די סעקולארע אידישע מידיא זאל זיך פאראינטערסירן מהנעשה והנשמע ביים יהדות החרדית. דזשעק ווערטהיימער פון קאממענטערי מאגאזין האט אפגעשריבן א לאנגס און א ברייטס איבער אלעס און אלעם חרדיש.
פאר מיר איז געווען אינטערעסאנט די לעצטע פאר פאראגראפן ווי ער טענה'ט - מיט רעכט - אז די חרדים זענען גארנישט אזוי עקסטרעם ווי מיר שטעלן זיך אוועק, און בעת ובעונה וואס א מכלומר'שטע "אכשר דרא" גאלאפירט פאראויס, זענען דא פיל נקודות מתחת לפני השטח ווי די חרדים ווערן מאדערניזירט, א שטייגער ווי גיין אין קאלעדזש וואס איז אין פאריגן דור געווען כמעט גענצליך בבל יראה וימצא און איז מער פאפולער ביי חרדים ווי סיי ווען. נקודה למחשבה.