גוגל וויסנשאפט גרעף
נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 2:29 pm
מיט א שטיק צייט צוריק האט גוגל צוגעלייגט א נייע זוך-פיטשור וועלכע זיי רופן Knowledge Graph. ווען מען זוכט פאר בארימטע מענטשן, פלעצער און זאכן, וועט אויף די רעכטע זייט פון די זוך רעזולטאטן ערשיינען א קעסטל מיט אלע פאקט ארום דער מענטש, פלאץ אדער זאך. די נקודה דערפון איז אז ווען א מענטש זוכט פאר א בארימטע פארשוין, לאמיר זאגן סאטמארע רב זצ"ל וויל ער נישט טרעפן פיל מיט לינקס וועלכע דערמאנען אים נאר ער וויל זען אביסל ביאגרעפיע און פאקטן. ביז היינט האט מען געקענט זוכן אין וויקיפעדע. היינט נעמט גוגל ארויס די וויכטיגסטע אינפארמאציע פון וויקיפעדיע און שטעלט דאס צו אין א שיינע פארמאט אין די זייט פון די זוך רעזולטאטן. נעמט אין אכט אז ווען די סוירטש איז אנגעשטעלט אויף סטריקט סעיף סוירטש, ארבעט נישט די פיטשור.