בלאט 1 פון 4
ברעיקינג! אראבער דערמארדערט אין ירושלים!
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 11:52 pm
דורך יין שרף
שווערע אומרוען גייט יעצט פאר אין ירושלים צווישן אראבער אין זיכערהייט וועכטער פון מדינת ישראל, נאך מען האט געפינען א קערפער פון אן אראבישע איגינטליכע זיבעצן יאר אלט, אין א וואלד לעבן מזרח ירושלים.
געוויסע עדות געבן איבער אז פיר אזייגער פארטאגס האט מען געזעהן דריי פארשוינען אריינכאפן אן אראבער אין א פארענדיגע קאר. אין גאנץ ירושלים איז אויסגעלייגט מיט פאליציי וואס שטעלן אפ קארס מיט טשעק פאונטס.
#דעוועלאפינג
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 11:54 pm
דורך ישמעאל הכהן
איז טיטאניק אין אמעריקע?
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 11:58 pm
דורך יין שרף
זעהט לכאורה אויס ווי ר ישראל׳ישע/מתנחלישע קאנטער אטאקע, אלץ נקמה פארן דערמארדערן דריי אומשילדיגע בחורים.
די קערפער וואס מען האט געפינען איז פיל מיט בראנד וואונדען.
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 11:59 pm
דורך יואליש
מ'ברויך ווארפן גורל הגר"א און אנפרעגן אין מישקאלץ. ס'איז מעגליך אז דער אראבער לעבט נאך.
נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 12:00 am
דורך ישמעאל הכהן
די מערדער פונעם אראבער וועלן זיצן פאר די אנדערע מערדער, און ס'וועט נישט זיין קיינער וואס וועט מאכן עפעס א קידנעפינג זיי ארויסצוזען פון תפיסה.
#ישראלטיףאיןתחת
נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 12:04 am
דורך יין שרף
בילד פונעם פגר
נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 12:04 am
דורך טיטאניק
דערווייל ווילאנג זיי זיצען נישט זאלען זיי הארגענען נאך
שעכטען און פליקען שטיקער פון די בני הגר
אידען נקמה!
די אראבער פארשטייען נאר ווען מען רעדט צי זיי די שפראך, די שפראך פון ביבי דער מה יפית פאלשע גערעדעכצער האט שוין לאנג פארלוירען זיין ווערד
אז די אראבער וועלען וויסען אז מאה עיניים תחת עין אחד ווען זיין שטיל!
נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 12:05 am
דורך טיטאניק
ישמעאל הכהן האט געשריבן:איז טיטאניק אין אמעריקע?
די קענסט זיכער נישט מיט קימען, דיין נאמען קען מאכען קאפ וויי ... עטליסט טויש עס אביסעל ארים

נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 12:05 am
דורך יין שרף
אראבישע פראטעסט
נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 12:05 am
דורך יואליש
האלטן מיר שוין ביי פיר אומשולדיגע קינדער טויט!
נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 12:06 am
דורך ישמעאל הכהן
יין שרף האט געשריבן:בילד פונעם פגר
מיר זענען דאך נאך אלעם אידן, וואס איז ער שולדיג? אויב וואלט מען עס געטון מיט'ן מערדער פארשטיי איך און איך וואלט זיך אויף געפרייט. אבער הנאה צו האבן ווען מ'טוט עס מיט סתם אן אראבער וואס 'מהאט געכאפט, מיט וואס ביזטו דאן אנדערש ווי זיי ?
נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 12:07 am
דורך אלס ווייסער
עפעס שמעקט מיר נישט די גאנצע מעשה, סאונדט ווי ווען דער גלח האט געהארגעט א גויאיש קינד און אריינגעווארפן צום יוד
נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 12:09 am
דורך טיטאניק
שוין ווידער צענזאר
קיינער רעדט נישט פון דעם איז די איזראעלישע מידיע
עפעס שמעקט דאס סקוועריש, איך האב מורא אז דער סקווערער רבי האט עפעס גאר נאנטע באציאינגען מיט די ציונישע פירער

נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 12:13 am
דורך קינד_אן_קייט
מ׳רעדט יא, ווארשיינליך זענען די פאקטן נאך נישט אזוי קלאר:
http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4536948,00.html
נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 12:14 am
דורך אפטעמיסט
ידיעות אחרונות מעלדט עס
נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 12:14 am
דורך אלס ווייסער
טיטאניק האט געשריבן:דערווייל ווילאנג זיי זיצען נישט זאלען זיי הארגענען נאך
שעכטען און פליקען שטיקער פון די בני הגר
אידען נקמה!
די אראבער פארשטייען נאר ווען מען רעדט צי זיי די שפראך, די שפראך פון ביבי דער מה יפית פאלשע גערעדעכצער האט שוין לאנג פארלוירען זיין ווערד
אז די אראבער וועלען וויסען אז מאה עיניים תחת עין אחד ווען זיין שטיל!
יא און ניין, ממה נפשך, רעדסטו פונעם נארמאלן אראבער (אווי מוכאמעד זועבי) ער גייט דיר סייווי נישט הארגענען, אים וועסטו נאר מאכן פאר א שונא מיטן אומברענגען א קינד (איך רעד נישט בשעת מלחמה ווען יעדער פארשטייט אז מענטשן ווערן געהארגעט), און דער דזשיהאדניק דער מטורף פרייט זיך נאר ווען דו הארגעסט אן אומשולדיג קינד, עס גיבט אים נאר מער שטאף צו רעקרוטירן פרישע טעראריסטן
נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 12:16 am
דורך petergrifin
איך מײן אז ס׳איז עפעס ראנג מיט א טײל פון אונז װאס זענען ערצויגען געװארן צו ניצען די קאפ פאר די הארץ,
און פרײען זיך װען מען פארגיסט אומשולדיג בלוט. אײ מין קאם אן דײן מאמע איז געװען גערעכט װען זי האט
דיך נישט געלאזט האבן די פלעסטיק װאסער גאן פון דעי קעמפ.

נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 12:58 am
דורך סאשי פיש
אנקאפירמט: זיי זאגען יעצט אז עס איז געווען א פריוואטע געשלעג צווישען אראבער! גארנישט קיין נקמה.
ווי אזוי אויך פארשט מען יעצט אויס אראבער׳ס וואס האבען געדרייווט פארדעכטיגט!
#לאמיר האפען
נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 1:00 am
דורך קינד_אן_קייט
petergrifin האט געשריבן:איך מײן אז ס׳איז עפעס ראנג מיט א טײל פון אונז װאס זענען ערצויגען געװארן צו ניצען די קאפ פאר די הארץ,
און פרײען זיך װען מען פארגיסט אומשולדיג בלוט. אײ מין קאם אן דײן מאמע איז געװען גערעכט װען זי האט
דיך נישט געלאזט האבן די פלעסטיק װאסער גאן פון דעי קעמפ.

צוהיצטע קינדערישע קעפ, זיי כאפן נישט אז אפילו לשיטתם דארף מען טון מיט שכל, וכמאמר העתיק:
Revenge is best served cold.
נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 1:16 am
דורך מאטי
היים-געשלעכט
נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 1:20 am
דורך יין שרף
געשעט יעדן צווייטן טאג אז אראבער רצח'נען צווישן זיך, היינט איז עס פשוט א טאג נאכן לויה פון די די דריי בחורים הי"ד, ממילא סאונט עס suspicious.
לאו דוקא האט מען געזעהן דריי חברה פארכאפן אן אראבער פאר די נייעס איז אריינגעקומען, קען גאר זיין נאך וואס מען האט געהערט אז אן אראבער איז טויט, האט איינער עס כמו-געזעהן....
נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 1:25 am
דורך יין שרף
#אפדעיט
פאליציי האבן יעצט אריינבאקומען די CCTV פון די געגענט פונעם פארכאפונג.
מען האט די אראבער אריינגעצוואונגען אין א הייאנדי קאר.
נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 1:29 am
דורך שמעקעדיג
און די FJNSUBW האבן זיי אויך ערהאלטן...??
איי מיען... פון וואנעט דארף איך וויסן וואס CCTV בלע"ז דארף צו מיינען???