בלאט 1 פון 2

א יסודות'דיגע הערה אויפ'ן 'סיסטעם'

נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 8:29 am
דורך כוכב
כ'רעד נישט פון די חרדזים סיסטעם, א הערה אויף אונזער לאקאלן סיסטעם אין קאווע שטיבל.

עס איז גאנץ אפט וואס א שרייבער פלאגט זיך אן צו שרייבן א גוטס, און פונקט האט עס נישט זוכה געווען צו צופיל רעאקציעס, וועט נישט נעמען קיין פיר און צוואנציג שעה און עס וועט זיין אין קעלער. דער פאקט איז אז דאס פראקטישע וועג זיך אומצוגיין דא איז מיט די אקטיווע אשכולות אפציע, און דאס איז גורם אז אויב פעלט מען פאר עטליכע שעה אדער טאג וועט מען פארזען אפאר באגריסווערנדע אשכולות און זיך צוריק באגעגענען מיט די רוטין, די פאר אשכולות וואס בערל גלייכט אלעמאל ארויפצושלעפן...

בקיצור, עס דארף זיין א ווינקל וואו דער ליינער זאל קענען זיך ווענדן און באגעגענען די נייע אדער עכ"פ שטארקע אשכולות פון די לעצטע וואך למשל, אפילו זיי זענען שוין לאנג נישט אקטיוו. לעת עתה, קומט אויס אז נאר ווער ס'זיצט דא ערב ובוקר וצהרים ווי אן אדיקט קען אלעס אויפפאסן און פארזעט נישט קיין גוטע אשכולות

אין אייוועלט איז אביסל בעסער, ווייל זיי האבן דעם הויפט זייט וואו מזעט כאטש וואס איז ניי.
סדא אן אפציע פון פינען, אבער ס'גארנישט ווערד, ווייל קיינער זוכט נישט וואס מ'האט געפינד אין צען פארומס, ווי אויך קען מען נישט יעדע אשכול פינען און איך וויל א ווינקל וואס זאל האבן יעדע נייע אשכול וואס האט באקומען 15 לייקס למשל.

טענק יו פאר ליסטענינג, כהאף איך בין אריינגעקומען קלאר, איך גיי נישט צו די גבאים ווייל כוויל הערן, וואס זאגט דער עולם?

נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 8:49 am
דורך אשכולות אויפוועקער
פארדעם בין איך דאך באשאפען געווארן.

נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 8:54 am
דורך כוכב
דו ביזט סתם אזוי א פערד (נישט דו, דיין יצר הרע) ווייל דו וועקסט אלטע אשכולות וואס אינטערסירט נישט קיינעם אבי אנצופילן די ערשטע זייט. כהאב דיך שוין געזאגט אין אישי און האסט מיך איגנארירט. אדרבה, צייג וויפיל סוקסעס האסט געהאט מיט דיין געוועקאכטס.
איך רעד פון נייע אשכולות, אז זיי ווערן אלט ביז א טאג.

נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 8:58 am
דורך אשכולות אויפוועקער
כוכב האט געשריבן:דו ביזט סתם אזוי א פערד

:געוואלד: :האה? :oops:

נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 9:01 am
דורך שבת אחים
דו זאגסט זייער גוט אבער טויש דעם קעפל צו א ״יסודות'דיגע הערה אויפן באניץ פון קאווע שטיבעל״ אדער עפעס ענדליכס, כהאב שוין געמיינט אז דא קומט עפעס גאר א גוטס א קנאקדיגע זאפטיגע אכשר דרא אשכול פונעם ״סיסטעם״ כהאב מיר שוין געשארפט די ציין באקוועם געמאכט אויפן פאטעל אנגעצינדען א צוגרעטיל און געזאגט @כובב הלטעני נא!!! געב אהער דעם גרויסן פילאזאפישע יסוד פון אונזער סיסטעם און דערווייל ווי אנטוישט בין איך געווארן ווען איך בין געוואר געווארן אז מרעדט דא פון טעכנישע פעיקייטן אויפן שטיבל וואס איז שוין לאנג פאר מיר באהאווענט
אבער איך פארלאז מיך אויף דיר אז דו וועסט בקרוב באצאלן און משלים זיין דעם ארטיקל און מהנה זיין דער עולם מיט א ריכטיגע מאמר החכם ״כוכב סטייל״
דו האסט גיטע קרעדיט ...

נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 9:10 am
דורך כוכב
לול דו לץ (נישט דו, דיין יצר טוב) חכם, דאס איז די טריק, כ'וויל דאך דער עולם זאל אריינקומען, מאכט מען א העד ליין כאילו דא קומט ווייס איך וואס...

נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 9:18 am
דורך שבת אחים
אלעס פיין און וואויל אבער ווילאנג קען מען שרייען ״וואלף״ ???

נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 10:04 am
דורך קינד_אן_קייט
כ׳רעאגיר כדי ס׳זאל בלייבן אויפ׳ן אויבערפלאך און חלילה נישט אראפ נידערן אין קעלער... ;)

נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 10:34 am
דורך טאמבל סאס
און דא האט זיך דער בארדיטשובער צעוויינט. וואס בלייבט פון אונזער פלאג, מענטשן פון בלוט און פלייש, אז מיר גייען אין קבר?

נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 5:27 pm
דורך כוכב
[tag]גבאי[/tag]
[tag]באריסטא[/tag]
[tag]גבאי שני[/tag]

נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 5:31 pm
דורך עפל סיידער
קינד_אן_קייט האט געשריבן:כ׳רעאגיר כדי ס׳זאל בלייבן אויפ׳ן אויבערפלאך און חלילה נישט אראפ נידערן אין קעלער... ;)

נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 12:42 am
דורך גבאי שני
[tag]כוכב[/tag], וואספארא סיסטעם וואלטסטו פארגעשלאגן? עס איז שייך צו מאכן אן אויטאמאטישער סיסטעם צו אידענטיפיצירן אשכולות מיט אסאך תגובות, אבער ווי אזוי איז דען מעגליך פאר א פראגראם צו דערקענען "שטארקע" אשכולות?

נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 12:53 am
דורך סאשי פיש
[tag]גבאי שני[/tag] ער רעד אז אויב א אשכול האט 10-15 לייקס זאל עס גיין צו א געוויסע פלאץ. אזוי ווי עס איז דא אקטיווע אשכולות נייע אשכולות וכו׳ זאל זיין נאך אן אפציע ״שטארקע אשכולות״ דאס גייט ווערן געמאסטן דורך די לייקס.
אזוי ווי פישילע פלעגט נאר נעמען פאר די קאווע בלעטער אשכולות וואס האבען א מינומים לייקס.
איז דא וועג פאר דעם?

[tag]כוכב[/tag] איך האב ארויס די נקודה?

נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 5:09 am
דורך כוכב
דאס איז איין אפציע, אדער אפילו א קנעפל בלויז פאר נייע אשכולות וואלט אויך געווען א ישועה.

נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:09 am
דורך שמערל
א מינימום צאל לייקס, איז נישט קיין עצה, ווייל כוכב טענה'ט דאך אז די אשכול איז פארזען געווארן, נו האט עס דאך נישט באקומען די נויטיגע צאל לייקס.

פארוואס נישט סתם א פלאץ ווי מען קען זען נייע אשכולות פון די לעצטע וואך, אדער א קנעפל צו סארטירן אשכולת ביי לעסט קריעטעד.

אויך קען מען קוקן אויפן צאל ציפיות, אמאל קען זיין א אשכול מלא תוכן, און עס ווערט פארזען צו ווייל עס האט נישט קיין גוטן קעפל, אדער ווייל א אומבאקאנטער ניק האט עס געעפענט. אויב וועט אזא אשכול בלייבן לאנגע אויפן אויבן אן, וועלן מער מענטשען עס זען און מגיב זיין.

ג

נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:15 am
דורך טיטאניק
ג

נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:19 am
דורך שמערל
טאקע א מורא'דיגע טענה.
אבער פארוואס פירקלסטו יעצט אן כוכב'ס אשכול?

נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:22 am
דורך עפל סיידער
שמערל האט געשריבן:טאקע א מורא'דיגע טענה.
אבער פארוואס פירקלסטו יעצט אן כוכב'ס אשכול?


:like

:like

:like

קאווע שטיבל איז סאטמער?

נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:25 am
דורך טיטאניק
ג

נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:26 am
דורך טיטאניק
זאג עפעל סיידער
איך האב געמיינט אז ר' ארען האט קידוש געמאכט אויף דיר און דיר אינגאנצען אויסגעטרינקען? ווי קימט דאס אז די לעבסט נאך? ;)

נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:47 am
דורך פלעין יודיש
האסט פילע רעכטען צו עפענען וויפיל אשכולות דיין הארץ באגערט נאר אויף דיין רבי שליט''א

(דרך אגב מר. [tag]טיטאניק[/tag], כ'האב עפעס אזא פילינג אז די ביסט א סקאליע חסיד, העמיר באלד מאכן גורל הגר''א און זעהן צי איך בין מיר נישט טועה)

נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:54 am
דורך טיטאניק
ג

נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:58 am
דורך רויטע וואנצעס
קאווע שטיבל האט א רעכט צו זיין וויאזוי געשטימט זיי ווילן. די מציאות איז אז מסתמא א האלבע עולם איז, אדער שטאמט פון 1 געוויסע בעקגראנד, ממילא איז די שטימונג גענויגט צו מאכן אזא גרויסע עולם צופרידן. כ'גיי נישט אריין אין קיין ויכוחים וועגן ישרות, איך זאג נאר אז דאס קען זיין די סיבה אויב די מציאות איז טאקע אזוי.