בלאט 1 פון 2
שוטה, האלט דיין פיסק
נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 11:33 am
דורך שטילע אינגערמאן
וואס איז ראנג מיט מענטשען?
כ'האב מיט געלעבט א מעשה פארגאנגענע וואך, ס'באדערט מיך ביז היינט, כ'האלט זיך אין איין דערמאנען דארפון.
די ניקולשבורגער רבי האט געגעבען זיין געווענדליכע דרשה אין זיין ביהמ''ד אין די קאנטרי נאכן מנין,
ס'קען זיין ס'איז אביסעל פאני צו געוויסע מענטשען, אבער לאמיר נישט יעצט אריין גיין דערין.
ס'דארט געשטאנען א שוטה א אינגערמאן, איינער האט עיהם אמאל אנגערעדט ער איז געשמאק, ער האט אנגעהויבען מאכן ליצנות פונעם ניקלושבורגער רבי, ער האט אריין געשריגען אונעם דרשה ''די רבי זאל אויך מאכן א עפעיל פאר אלע קענדי'ס וואס די קינדער פרעסען, אין האט מען שוין געקלויסט אויפן בנין?'' המבין יבין....
די נודריגע פרעכע אינגאטש, ער האט דיך עפעס צו גענומען?
די שמוציגע גראבע חזיר, כ'האב געזעהן ווי א מינוט פריער פרעסטו קעיק אין טרינק סאדע, וואס מאכסטו ליצנות? ס'געפעלט דיך נישט זיין התנהגות? פיצ אפ, קום נישט דא דאוונען,
די האלסט ס'פאני? שמייכל די אונטער אין יאג אפ, וואס מאכסטו עיהם בושות ברבים?
כ'זאג דיך אן די קומעדיגע מאל די טרעפסטו מיך אין גאס, לויפ אוועק, כ'גיי עפענען א פיסק הערסט? וועסט חרטה האבן די מאמע האט דיך געהאט, שוטה איינער, די האסט נישט קיין ז'אב, ביסט צובראכען דיין ווייב איז גראב ווי א הויז, געבסטו עס אויס אויף א איד וואס מיינט עס ערענסט?
כ'האב קלאר געזעהן ווי ס'באדערט די ניקלסבורגער רבי געפערליך אז האסט ליצנות געמאכט פון עיהם, ער האט זיך נעבעך נישט געקענט פארענטפערען, נאר גענטפערט דיין חוזק רייד ווי א קליין קונד.
ביסט נארמאל? קומסט אריין צו יענער אין די היים, פרעסט דיך אן ווי מוצאי יו''כ, טרינט ווי א קיה, קוקט איבער די בליק, דאווענסט דארט אויך, די ענדז'ויסטעך, אין נאכדעים מאכסטו ליצנות פון עיהם? רשע מרושה.
מיין נקודה דא איז, אז מ'טשעפט איינער מיט א חשבון, שוין ממילא, כ'מיש זיך נישט אריין, אבער סתם איינער וואס האט דיך קיינמאל נישט קיין שלעכסט געטוען? מענטשען האבן א נאטוער סתם צו נעמען איינער אין פאנייגען,
ס'גראוילט אוועק, כבין נישט מקנה ענקער גיהנום, גרויסע רעדנער לאממיר זעהן נעם איינער מיט א פיסק, פליק עיהם. נעה דאס האסטו מורא,
אקעי כ'דארף לויפן, כהאף כבין ארויס געקומען קלאר.
נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 11:38 am
דורך שמעקעדיג
שטילע, פליז נעם אראפ די דאקט-טעיפ פון דיין מויל, דו קומסט נישט אריין קלאר!!
(כ'קוילער זיך פאר געלעכטער...)
נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 11:45 am
דורך סאשי פיש
פאר ווער עס ווייסט נישט ווער דער ניקעלשבורגע רבי איז נאט אייך בילדער.
ביים שרייבען און הענגען די זמנים פונעם שול.
נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 11:52 am
דורך טאמבל סאס
איך בין אביסל צעמישט. צו האט נישט ניקלעשבורגער רבי א לענגערע בארד? מסתמא האט זיך שוין געעפנט א צווייטע ברענד היינט.
נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 11:55 am
דורך סאשי פיש
דו רעדסט פון די מאנסי רבי
נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 11:58 am
דורך כוכב
ניקלשבורגער רבי איז א פיינער צוגעלאזענער מענטש וואס האט צוגעשטעלט א געוואלדיגע סערוויס (נישט קיין נפק"מ זיין אגענדע, מיינע מצות זענען אויך נישט לשם שמים) פאר'ן ציבור וואס קאסט אים אפ ממון ודמים און די הכנסה קומט פון דעם אפיל.
דער יונגערמאן וואס האט אים געשטערט איז א פשוטער כפוי טובה און א בור ברשות הרבים וואס שעדיגט דעם רבים.
נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 12:20 pm
דורך רויטע וואנצעס
ביי מיר איז די ניקולשבורגער מער רבי ווי די קוגל טיילערס און פעלץ באדעקטע אדמורים. זיין אהבת ישראל איז להפליא. ער געבט זיך איבער פאר אנדערע שלא על מנת לקבל פרס, כבוד, קוויטל, אדער פדיון. איז ער אביסל אינטערעסאנט? יא. נאך א סיבה פארוואס איך האב אים ליב.
נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 12:25 pm
דורך טיטאניק
א צדיק פון א איד
זיס גיט און הארציג
איז ער נישט דער בעסטער פעיקער ווי אלע אדמורים? איז וואס איז אז עס פעלט עם אביסעל bs? אז מה?
נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 12:28 pm
דורך שטילע אינגערמאן
די אשכול איז געווידמעט פאר מענטשען וואס פליקען אנדערע אן קיין סיבה, זייט מוחל עפענט א אשכול איבער די ניקולשבורגער רבי, כ'קום אהין זאגן זיין גדלות, אין ווי א יאמי מענטש ער איז
נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 12:47 pm
דורך טיטאניק
יעצט האטסטי געפליקט.... העי העי

נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 12:48 pm
דורך שטילע אינגערמאן
אבער פאר א סיבה, האסט פארשמירט מיין אשכול, לול
נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 12:57 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 12:59 pm
דורך רויטע וואנצעס
שלשה מיני פלוקים יש באדם. המפליק משום הנאה, המפליק משום רוגזא, והמפליק משום רשעות. לא הרי זה כהרי זה. המפליק משום הנאה חייב משום מעילה. כיון שמעל בדרך הנאה בהקדש. וילפינן מקרא עם קדוש לאלקיו. המפליק משום רוגזא חייב משום עבודה זרה, שכל הכועס כאילו עובד אלילים. המפליק משום רשעות דינו כדין שור המועד.
נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 1:13 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 1:14 pm
דורך קאך_לעפל
עס זענען פארהאן 3 ערליי מענטשען וואס טשעפענען און סיקורין אנדערע מענטשען, ספעציעל ווען יענער איז א מר לב ורוח נשבר:
1) עס איז דא מענטשען מיט גוטע קעפעלך און טיפזיניקע מוחות, וואס קענען פשוט נישט דערליידן ווען עמיצער רעדט טפשות, די בייז בלוט קימט זיי ארויף אין קאפ, דעריבער לאזן זיי פאלן שטעך ווערטער אויף יענעמ'ס חשבון.
נאך דערצו ווען יענער האלט זיך נאר פאר א חכם, אזוי ווי עס איז ידוע אז דער הייליגער ראדושיצער זי''ע האט נישט געקענט דערליידן קיין שוטים, האט אים עמיצער אמאל געפרעגט, וואס איז נעבאך דער שוטה שילדיג אז ער איז א שוטה, ג-ט האט דאך אים אזוי באשאפן? לך לאומן שעשאני! האט דער הייליגער ראדושיצער זי''ע אים גענפערט, איך נישט פיינט דעם שוטה ווייל ער איז א שוטה, איך האב אים נאר פיינט ווייל ער האלט זיך וואו א חכם.
געווענדליך האבן די סארט מענטשן תיכף חרטה, און בעטן גלייך איבער וועם זיי האבן וויי געטאן, נאך דער צו ווען דער שארפער איז גאר א בן תורה.
2) דערנאך איז פארהאן א צווייטער מין באשעפעניש, א מענטש וואס איז אנגעגעסן מיט שנאה און האס אויף די גאנצע וועלט, יעדער האט אים ב'גנב'עט, יעדער זיכט אים נאר צו מסדר זיין, יעדער איז זיין שונא, ער איז ביטער אויף די גאנצע וועלט, ער דרייט זיך ארום מיט ארבעים סאה מי מאררים אין בויך, האלט און איין בלאזן, יעדן טאג אויף א צווייטן, אויף יעדען מענטש האט ער א גאנצע טווין טאוער מיט חשבונות פאר וואס יענער וויל אים זען אין דער ערד, דעריבער האט ער א סיפוק פון פייניגען און טשעפענען יעדן איינעם מיט וועם ער קימט נאר אין קאנטאקט, צילוב זיין ביטערקייט פארגינט ער נישט אז יענער לעבט יא רואיג אויף ג-ט'ס וועלט, ער לעבט מיט די מחשבה אז איך בין ביטער, זאל יעדער זיין ביטער. דאס פארשטילט אים א ביסל זייינע גייסטישע ליידען מיט וואס ער איז נעבאך געשלאגן.
איז אזוי: אויב ער איז א בן תורה און א פארשטענדליכע מענטש, קען מען מיט אים רעדן, און פראבירן אים צו בארואיגען, געווענליך וועט עס העלפן.
אבער אויב איז ער א פיסטער שטריק, און די קאפ איז אים ליידיג, און ער האט אין זיין לעבן נישט געפענט קיין חובת הלבבות, דאן שטייט ווייט פון אים כמטחווי קשת, ער איז א איש מסוכן, ער ארבייט נישט מיט קיין טיים פרעים, ענפערט אים נישט קיין ווארט, שפאציר א וועק מיט א שמייכל, און האב נישט מיט אים מטוב ועד רע ועד בכלל. די וועסט מיט אים קיינמאל נישט פארטיג ווערן, ער וועט דיר בייסן פון אינטען ,טאג איין און טאג אויס, די איינציגסטע מהלך מיט אזא פארשוין איז נאר, צו שטיין פון אים מיילן ווייט.
3) דערנאך איז פארהאן אזא מענטש, דאס איז בעיקר שכיח ביי די יונגווארג, וואס האט זיך אויסגעשטעלט א פראפייל אין לעבן. דהיינו:
ער איז א זעלטענער שיינער מענטש, וואס אלע פרויען לויפן אים נאך, און ער איז א גאנצען טאג פארנימען זיי אפצוזאגען.
ער איז אויך א זעלטענער קליגער מאן מיט א אפענעם קאפ, אויפגעקלערט און פארשטענדליך, און מענטשען רירן זיך נישט אן זיינע קליגע עיצות, און מען שטייט ממש אין לאנגע שירות זיך צו קענען שואל עיצה זיין מיט אים.
ער איז א עושר אדיר, וואס פארמאגט א זעלטען גוט-גייענדע ביזנעס, דאס איז חוץ די ריעל עסטעיט וואס ער פארמאגט אויווער סי. וואו אויך חוץ די געהיימע שתפות וואס ער האט אין צענדליגע ביסנעסער. ער קען ממש נישט אראפ לייגן די טעלאן פאר איין מינוט, ווייל ער מיז כסדר ענפערן די קריטיש וויכטיגע אימעל'ס וואס מען שיקט אים פון זיינע פארצווייגטע געשעפטן, קוים וואס ער קען זיך א מינוט אראפ רייסן פון זיין טייערע צייט צו קימען אין בית מדרש אריין.
ער איז באשאנקן געווארן מיט גאר א רייכער פאליטישער שמעק, ער פארשטייט צו פאליטיק בעסער וואו אלע באמטע אין סטעיט דיפארטמענט אונאיינעם, און ער שטייט אונטער אלע פאליטשע קאמפיינס אין די טריי סטעיט עריע.
און א ציגאב איז ער א זעלטענער ת''ח, נישט סתם א פלאטשיגע ווילימסבורגער ת''ח, נאר ווען ער לערענט אפ א בלאט גמרא און טרעפט אויף די רגע צי אלע חדושים פון ר' חיים בריסקער, אלע קישות און חקירות פון ר' ברוך בער פאלט אים איין כלאחר יד, און דער אויפטו פונעם קובץ שיעורים איז צו פשוט פאר אים.
חוץ פון דעם איז ער א ידען אין תנ''ך, וואו אויך אין היסטאריע, וואס עס איז כמעט נישט פארהאן אויפן כדור העולם.
וואו אויך איז ער אן הצלה מאן, און א שומרים לעלו, און א חסד של אמת מעמבער, און חבירים, דרור, חי לייפליין און נאך.
עכ''פ אזוי וואלט ער ווען געוואלט.
באמת איז ער א עקלדיגער באשעפעניש, א טיפוש שאין בדגמתו בכל העולם, ער האט נישט קיין פעני צו זיין נאמען, ער ווייסט ניטאטמאל וואו אזוי דער פרעזידענט פון אמעריקא הייסט, ער איז א זעלטענעם עם הארץ, און ער ווערט משוגע פאר ליידיג גיין, און דער לאנגער גיטער טאג, איז אים זיין גרעסטע שונא.
איז אזוי ווען ער קימט אין בית מדרש אריין, און ער וויל ווייזען אז ער איז עכט יא אזוי ווי ער שטעלט זיך פאר אין זיין פראפייל, וואס טיט ער? ער רעדט הויעך, שלאגט זיך מיט יעדען, מאכט יעדען אוועק, פליקט אריין פאר יעדען אויף רעכטס און לינק'ס, פארשעמט מענטשען ברבים, טשעפעט און פייניגט די מענטשהייט, אזוי אז יעדער זעט אז ער איז א גבר בגברין, ער איז א יש, ער איז א בחור מיט בצים.
וואס איז די עצה? די עצה איז אזוי ווי שטילע יונגערמאן זאגט, לאז אים אראפ צוויי זאפטיגע פראסקעס, אז ער זאל די ציינער ארויסשפייען. אפשר דאס וועט אים אויפוועקן פון זיינע חלומות!!!!!!!!!
נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 1:23 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 1:40 pm
דורך טיטאניק
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:אבער פאר א סיבה, האסט פארשמירט מיין אשכול, לול
מיט דער צדיק ר' מרדכי קען מען נישט פארשמירען גארנישט!!!

נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 1:41 pm
דורך טיטאניק
נא שטעל דיר פאר ווען ער האט עס ווען נישט

נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 12:33 pm
דורך שטילע אינגערמאן
כ'פאהר שוין ארויס צו קאנטרי, כ'גיי שטיין א גאנצע נאכט אין ניקלשבורגער ביהמ''ד, מיט א שטעקן אין די היינט,
זאל נאר איינער זיך דערוואגען.....
אין דער אינגערמאן וואס האט פארשעמט די רבי פארגאנגענע וואך, טאמער קומסטו אהער דאווענען '' זיי מוחל שרייב א צוואה, זאג דיינע קינד ווי ליב די האסט זיי''
נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 2:37 pm
דורך berlbalaguleh
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:כ'פאהר שוין ארויס צו קאנטרי, כ'גיי שטיין א גאנצע נאכט אין ניקלשבורגער ביהמ''ד, מיט א שטעקן אין די היינט,
זאל נאר איינער זיך דערוואגען.....
אין דער אינגערמאן וואס האט פארשעמט די רבי פארגאנגענע וואך, טאמער קומסטו אהער דאווענען '' זיי מוחל שרייב א צוואה, זאג דיינע קינד ווי ליב די האסט זיי''
שטילע: ביטע זיי דיך נישט אזוי שטארק מטריח. שטרענג דיך נישט אזוי אן. וואס דו וועסט שטיין מיט'ן שטעקן (לאללללל) וועט גאנץ ווייניג העלפן. אבער אין געוויסע חסידות'ן, ווען ער רעדט חוצפה'דיג צום רעבין בהיכל המלך, וואלט ער נישט ארויסגעגאנגען שטייענדיג, נאר ליגנדיג. כמו שכתבתי במקום אחר.
ביי אינז אין ביהמ"ד האטציך אפגעשפיעלט אן ענליכע סצענע מיט בערך א יאר צוריק. אינמיטן שלוש סעודות, ווען אינזער רבי שליט"א האט געהאלטן אינמיטן די תורה, מיט די לייטס אויסגעלאשן, האטציך אנגעריקט א פאר מחוצפים פון די זעלבע משפחה. (ליטוויש געקליידעט.) זיי האבן גענימען אפלאכן און חוזק מאכן פון די רבי. ס'געוועין א יונגערמאן, א בחור און א יונגל פון בערך צוועלף יאר. דער יונגל האטציך אריינגעשטיפט אינטער די בענקל פון די רבי. און זיך אריינגעבויגן אין די רבי'ס פנים. נאכדעים איז ער געגאנגען צו זיינע פרענדס און זיי האבן זיך גוט אויסגעלאכט. און זענען נעלם געווארן. איך האב צו געזעען די גאנצע סצענע מרישא ועד גמירא. ס'האט מיר זייער אויפגעקאכט. איך האב געוואלט צו גיין צו די יונגל און דערלאנגען צוויי פייערדיגע פעטש, און ארויסווארפן . נאר אזו ווי אינז זענען א מעסיגע חסידות און איך בין אויכעט א שטילע יונגערמאן (כ'האב נישט ליעב צו מאכן א טומל.) האב איך גארנישט געזאגט... איך פלעיג אייביג אפלאכן פון א געוויסע חסידות וואס די "גבאים" שטייען און וואטשן אויפ'ן רעבין, כאילו מ'וויל איהם אוועק גנב'נען. יעצט זעה איך אבער אז זיי זענען גערעכט. לענייננו. אפילו ביי אזא זיסן רבי'ן ווי דער ניקלשבורג'ער רבי שליט"א, וועלכער ווייזט ארויס זיין שטארקע אהבת ישראל צו א יעדן, דארפן אויכעט זיין מענטשן וואס זענען ממונה אויף צו אנכאפן מחוצפים און פשוט ארויסווארפן. (נישט בשן ועין, אזוי ווי ביי געוויסע גרויסע חסידות'ן.(...

נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:48 pm
דורך איך אויך
ר' בערל נעקסטע מאל קענטו דערשטיקן די מחוצפים מיט א פאק סמייליס וואס טאנצן ארום.
נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 11:28 pm
דורך רויטע וואנצעס
ווי אזוי איז ער געשטארבן? ער איז געשטארבן פון געלעכטער.
נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 4:43 am
דורך דער שכן
אנשטאט דערלאנגען פאר׳ן מחוצף פארוואס זאל מען נישט מעהר מחזק זיין דעם ניקלשבורגער רבי׳ן? ג
א יעדער פון יעצט און ווייטער ווער עס גייט דארט אריין אדער אפילו נאר אדורעך זאל אריין גיין צום רבי׳ן און אים געבען חיזוק מיט וואס אימער מען קען און ביכולת. א גוט ווארט, א קאמפלימענט, א פאר טאללער, טאמבס אפ, אפילו א hug. .. באמת, באמת! ער טוט גאר שיינע זאכען אויף דער וועלט הן אין קאנטרי הן אין שטאט, הן בבקעה הן בהר. אהנע אריינגיין אין פרטים, ער טוט געוואלדיגע שיינע זאכען אויף די וועלט מער און מער. זענען דא נשמות וואס ער האלט זיי ממש ביים לעבען. עס קומט זיך אים אסאך אנערקענונג.