בלאט 1 פון 1

א מיד'ע תורה

נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 3:20 pm
דורך דולה ומשקה
דער מויל עפענט זיך גרויס, א גרודער קומט דערפון ארויס, ווי א גענעץ קוקט מיר עס אויס. דער מידקייט טרייבט מיר געפערליך, מיינע אויגען האלטן זיך אין איין צומאכען, דער קאפ גיט זיך א שאקעל, איך בין ביי די ארבעט, איך האב נאך א שעה צו שטופען, אבער איך בין עפעס נישט אהער און נישט אהין, איך גיי ארויף אויף קאווע שטיבל שוין פאר דער דריטע מאל, גארנישט קיין פרישע תגובות, אוי געוואלד ווי זוי קריכט מען ארויס פון יושב בטל'ניק, און צו אלע מיינע צרות דארף איך זיך מאכען כאילו איך בין שטארק פארנומען, איך גיי ארויס פון מיין אפיס אריין צום אנדערע להכעיס איז יענע פונקט שטארק פארנומען. אוי דער זייגער רוקט זיך אזוי מין שטייט.

ווען דער תורה הקדושה רעדט פון מידקייט שטייט ויפתח ה' את פי האתון, איי וואס פאר א שייכות האט דאס צו זיין אין פרשת בלק, עס וואלט זיך מער געפאס אזא פרשה ווי בלעם מיטן חמור צו זיין אין פרשת מקץ, יא בלעם מיטן אייזעל, לאמיר אריין קלערן טיפער אין דעם צו ווייסען דעם שייכות.

ווען שרה אמנו האט זיך געטראפען אונעם קאסטן, ווי לאנג האט זי דארט געוויילט, ווי גרויס איז געוועהן דעם קאסטן אדער בעסער געפרעגט ווי קליין איז דאס געוועהן? כדי צו וויסען דעם תירוץ דארפ'ן מיר אהער ברעגן א חז"ל אז מדת הארון אינו מן המדה, דער קודש הקדשים איז געוועהן 10 אמות אין דער ארון איז געוועהן צען אמות, נא האיך יתקיימו שניהם? נאך מער פון דעם זאגען אונז די תנאים אמוראים אז בצלאל האט געמאכט דריי ארונות אלע דריי זענען געוועהן דער זעלבע גרויס, אין מיט דעם אלעם איז איינס אריין אין דער צווייטע.

מ'זאגט אז דער חוזה מלובלין האט זיך אויפ געשטעלט פאר א שווגענדיגע פרוי, זאגעניק: ער שטעלט זיך פאר א ארון הקודש, ווייל בקרבה איז דא א קינד וואס וועט ליכטיג מאכען די וועלט.

אויסגעשלאסען ווי גרויס אין שיעור שרה אמנו איז געוועהן, אבער א ארון הקודש איז זי זיכער געוועהן, נישט וויינציגער ווי יענער מעוברת'דיגע פרוי בימי הרבי מלובלין, טאקע שרה אמנו איז נישט געוועהן מעוברת, איז כאטש געוועהן א לכל הפחות א ליידיגע ארון, אבער דאך אברהם אבינו'ס ארון הקודש, וואס איז עתיד צו ווערן טראגעדיק מיט יצחק אבינו וואס איז אויך געוועהן א זקן ויושה בישיבה.

איז שרה אמנו געקענט אריין גיין אין דעם קאסטן פון אברהם אבינו, אין דעם ספר "א הילף פאר די קינדער - בראשית", איז דא טאקע א בילד ווי אברהם אינאיינעם מיט זיין פלומעניג שלעפן דעם ארון, לויט ווי איך האב שטודירט יענע בילד, זעהט מיר אויס ווי שרה אמנו האט געוואויגען גענץ ווייניג, סיידען אויב איך וועל אן נעמען דעם אנדערע גירסא אז אברהם און לוט זענען געוועהן גיבורי חיל, שטארק יתכן אז אלו ואלו דברי...

לוי בן יעקב אבינו'ס אייזעל איז שטארק הונגעריג געווארען דארט וויילינדיק אין דעם האטעל, אויפן וועג איז דער חמור נישט געדארפט קייען דעם שטרוי נאר דארט ביים אכסני', האט דער חמור טאקע געגעסן דעם שטרוי?

המשך יבא

נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 3:35 pm
דורך כוכב
עני דאבליו יוניטס אוועילעבל?

נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 3:40 pm
דורך שמערל
פארוואס האסטעך אפגעשטעלט? דיין בעל הבית איז אריינגעקומען?

נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 4:38 pm
דורך berlbalaguleh
שמערל האט געשריבן:פארוואס האסטעך אפגעשטעלט? דיין בעל הבית איז אריינגעקומען?

ניין. ער ווארט פאר הצלה... :? 8-) :lol: :D :) :x :P :oops: ;) :o

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 12:41 pm
דורך דולה ומשקה
שטייט דער וואך אין דער סדרה, ואלה מטות בני ישראל אשר דיבר ה' אל משה. פרעגט רוב מפורשים פארוואס שטייט נישט ווי געווענדליך וידבר ה' אל משה דבר אל מטות בני ישראל. נאך איז שווער אויב שטייט מטות פארוואס שטייט בני ישראל, אויב שטייט בני ישראל פארוואס דאן שטייט מטות. אין נאך דקדוקים וואס די מדקדקים פרעגן.

אן קיין אריכות, בהקדם וויל אראפ ברענגן א ווארט וואס כ'האב געהאט געזאגט אין דער פארגאנגענהייט, קרח האט געהאט א טלית שכולו תכלת, וואס דאס האט ארום גענומען זיין קערפער א גאנצען טאג, אויף דעם ארויף וויבאלד דאס איז א כסות יום צו איז דאס מחיוב בציצית. נאר דער שאלה דא איז נאך טיפער, ווייל קרח האט גערעדט איבער די בגד זעלבסט, אבער באמת דער קאליר פון דער בגד האט בכלל נישט מיט די ציצית צו טוהן. אין טאקע וועגן דעם האט משה רבינו איהם געזאגט יא דאס איז מחיוב. ווארשיינדליך זעהט מען אז קרח האט ליעב געהאט גלאטע קאלירן, אזוי מיט דעם טלית וואס ער געטראגן, אינגאנצען בלוי, אזוי אויך האט ער געהאט אן אבסעשאן מיטן פרה אדומה וואס איז אינגאנצען רויט, אזוי איז דא א מדרש 'שחלק על השבת', שבת קודש איז דער קאליר אינגאנצען ווייס, אזוי ווי עס שטייט שבת שבתון, וואס דאס איז יום כיפור, און יום כיפור אין מען אנגעטוהן אין ווייסע בגדים. פארדעם טאקע נאך דער מעשה פון קרח, האט יעדער געדארפט שטעלן זיין שטעקן אין אוהל מועד, וואס איז געשעהן עס איז געווארען פרחים בלומען מיט פארשידנע געוויקסען, פארשידינע ערליי קארלירן, דער סימן איז געוועהן אזוי בולט אז מ'האלט נישט ווי קרח בלויז א ריינע קאליר, נאר דער שטעקנס האבען געוויזען אז עטליכע שיינע קאלירן אינאיינעם זענען ידם על העליונה. בקיצור פון די שטעקנס האט מען געוויזען אנדערש ווי קרח.

חז"ל זאגן פני הדור כפני הכלב. פון טשורטקובער רבי זאגט מען נאך אז צען אידען וועלן זיך ביקען צום שטעקן וועט דער שטעקן אנהייבען צו מאכען אותות ומופתים, עכלה"ק. קומט אויס אויב א גאנצע דור כל שכן וכל שכן, האט א שטארקע דרך ארץ פארן הונט, הייבט דער הונט אויך אן צו מאכען אותות ומופתים, ווייל מה דאך דער שטעקן וואס איז א דומם קען מאכען א מופת, איז כל שכן א הונט וואס איז א חי, ספעציעל אויב זאגט מען אז חי נושא את עצמו.

יעצט קען מען פארשטיין, מטות מיינט מען א שטעקן אזוי ווי עס שטייט וקח את המטה אשר בידך, פארוואס זענען זיי ראש'ים, זיי זענען 'מטות', שטעקנעס קלעצער? איז דער תירוץ 'לבני ישראל' ווי דער טשורטקובער האט געזאגט היות אידען גלייבען אין איהר, אזוי ווי אונז האבן געטייטש 'פני הדור כפני הכלב'. ודו"ק כי קצרתי מחמת גודל עייפת שהיתה בי.