#רבי אהרן מ׳סאטמאר זייט מפייס די אבלים!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

#רבי אהרן מ׳סאטמאר זייט מפייס די אבלים!

שליחה דורך שבת אחים »

#רבי אהרן מ׳סאטמאר זייט מפייס די אבלים! אדער וועט מען אייך אריינלייגן אין חרם!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

צי וואס פעלט אויס נאך אן אשכול?
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

דריידל האט געשריבן:צי וואס פעלט אויס נאך אן אשכול?


צו קאמפיינען אז ער זאל איבערבעטן די צובראכנע עלטערין , און אפילו סגייט נישט העלפן ווייל מ׳האט דא צו טוהן מיט א ארגאנט טייטלבוים דאך דארף מען זיך אנעמען פאר די באטראפענע און ארויסווייזן סימפאטיע
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

באשילדיגען די עלטערן נאכדערצי בשעת ווען מתם מוטל לפניהם איז טאקע א געפערליכע עוולה און אוממענטשהייט,
אבער די אנדערע חלקים פון די דרשה איז געווען גאנץ צו די זאך,
זעהט אויס אז ער האט געדארפט זיכער מאכן אז די דרשה באקימט זיינס א פינגערפרינט

בדרך אגב גלייב איך אז דע אשכול באלאנגט אין צ.י.מ.ע.ס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פלעין יודיש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
עפל סיידער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
האט שוין געלייקט: 140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך עפל סיידער »

מיט מיין פילסטע סימפאטיע צו די ביטערע ליידען פון די אבלים און צו די טראגישער מארד נעבעך, קומט זיך רבי אהרן קרעדיט פאר'ן אראפנעמען דעם מיאוסער פלעק וואס די גאנצער ארום פון די נרצחים מאכען אהן מיט זייער שטופען און טרייבען די ציוניסטישער/טיפשותדיגער אגענדע וואגען, אויפען חשבון פון די דריי נרצחים נעבעך הי''ד.

די אבלים וועלן נאך איין טאג דאנקען רבי אהרן'ן פאר'ן אביסעל באלאנסירען דעם שרעקליכער גייסט יעצט אין גאס מעגליך אז די אבלים וועלן נאך איין טאג קומען צו זיין מסקנה איבער זייער פאטאלער טעות און דורכפאל. עס איז זיכער אז זיי וועלן דאמאלטס דאנקבאר זיין רבי אהרן'ן.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

ווען די בנות צלפחד זענען געקומען מיט מלא טענות צו משה רבינו היתכן מ'האט זיי נישט געגעבן קיין נחלה אין ארץ ישראל,
האט זיך משה רבינו שרעקליך דערשראקן און געלאפן גראד צום רבש"ע אליין מיט א בהלה, רבש"ע! געוואלד וואס טוט מען דא, די בנות צלפחד פארפירן, איך קען מיך נישט קיין עצה געבן,
ענטפערט איהם די רבש"ע, בארואיג דיך משה, ס'נישט געפערליך, "כן בנות צלפחד דוברות" אזוי רעדן פשוט די בנות צלפחד, ווען זיי רעדן, רעדן זיי אזוי,

די זעלבע לענינינו, כן ר' אהרן דובר, ר' אהרן רעדט פשוט אזוי, כאטשיג וואס ער האט א אמת'ע פוינט, אבער כן ר' אהרן דובר,
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ער קען פלאפלען צו זיינע בחורים איבער זיינע שיטות אין השקפות וועגן ציונות וויפל ער וויל און קיינעם וועט עס נישט אנגיין אבער אלעס האט א שיעור, נישט א טאג נאך די טראגעדיע ! האב אביסל רעספעקט און געפיל פאר די מענטשהייט!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

עפל סיידער האט געשריבן:מיט מיין פילסטע סימפאטיע צו די ביטערע ליידען פון די אבלים און צו די טראגישער מארד נעבעך, קומט זיך רבי אהרן קרעדיט פאר'ן אראפנעמען דעם מיאוסער פלעק וואס די גאנצער ארום פון די נרצחים מאכען אהן מיט זייער שטופען און טרייבען די ציוניסטישער/טיפשותדיגער אגענדע וואגען, אויפען חשבון פון די דריי נרצחים נעבעך הי''ד.

די אבלים וועלן נאך איין טאג דאנקען רבי אהרן'ן פאר'ן אביסעל באלאנסירען דעם שרעקליכער גייסט יעצט אין גאס מעגליך אז די אבלים וועלן נאך איין טאג קומען צו זיין מסקנה איבער זייער פאטאלער טעות און דורכפאל. עס איז זיכער אז זיי וועלן דאמאלטס דאנקבאר זיין רבי אהרן'ן.

עפעל סיידער כוועל עס מאכן זייער בקיצור:
!!!GROW UP
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

סתם שידיאט די אלע טענהרייען, איז דא א שיטה, איז דא ווערטער וואס דארפן ארויסגעברענגט ווערן, איז דא שילד אויף אנדערע, אויב יא, דאן איז קיין חילוק ווען און וויאזוי מ'זאגט עס. ער איז נישט קיין פאליטישער פירער, ער האט צו דיר נישט גערעדט, ער האט גערעדט צו זיינע בחורים און צו זיין עולם, ער האלט אז דאס איז תורת אמת, ס'געפעלט דיר נישט? הער אים נישט אויס, אדער מאך א העשטעג דא און פארדאם אים. ער קימערט זיך גאנץ ווייניג, און האט נישט מורא, בעסער געזאגט ס'באדערט אים בכלל נישט אז דו האקסט אויף אים און דו גייסט מער נישט געבן קיין געלט פאר זיינע מוסדות...
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
עפל סיידער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
האט שוין געלייקט: 140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך עפל סיידער »

גאלד האט געשריבן:ווען די בנות צלפחד זענען געקומען מיט מלא טענות צו משה רבינו היתכן מ'האט זיי נישט געגעבן קיין נחלה אין ארץ ישראל,
האט זיך משה רבינו שרעקליך דערשראקן און געלאפן גראד צום רבש"ע אליין מיט א בהלה, רבש"ע! געוואלד וואס טוט מען דא, די בנות צלפחד פארפירן, איך קען מיך נישט קיין עצה געבן,
ענטפערט איהם די רבש"ע, בארואיג דיך משה, ס'נישט געפערליך, "כן בנות צלפחד דוברות" אזוי רעדן פשוט די בנות צלפחד, ווען זיי רעדן, רעדן זיי אזוי,

די זעלבע לענינינו, כן ר' אהרן דובר, ר' אהרן רעדט פשוט אזוי, כאטשיג וואס ער האט א אמת'ע פוינט, אבער כן ר' אהרן דובר,

גאלד עס פאסט נישט פאר א מעריץ פון א רבי'ן צו זיין אזוי קאאל ווען זיין בלוט גיסט זיך אין די גאסען, עס איז נאך הייס די בלוט.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

איך בין א זאלי סטייל ארוני ודו"ק, ס'דא אזאנס אויך
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

דער אשכול דארף צאמגעשמאלצן ווערן מיטן אנדערן, ס'פשוט נישט מעגליך אזוי, פליז,
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

גאלד האט געשריבן:איך בין א זאלי סטייל ארוני ודו"ק, ס'דא אזאנס אויך


ביטע נישט אנפירקלען דעם אשכול מיט די אלטע קינדערישע ארוני זאלי פאליטיק מ׳רעדט דא פון פארדאמען די נערישע און רשעות׳דיגע דרשה וואס ר׳ אהרן האט געניצט א טראגעדיע פון כלל ישראל צו שטיפן זיין אגענדע!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

שבת אחים האט געשריבן:
עפל סיידער האט געשריבן:מיט מיין פילסטע סימפאטיע צו די ביטערע ליידען פון די אבלים און צו די טראגישער מארד נעבעך, קומט זיך רבי אהרן קרעדיט פאר'ן אראפנעמען דעם מיאוסער פלעק וואס די גאנצער ארום פון די נרצחים מאכען אהן מיט זייער שטופען און טרייבען די ציוניסטישער/טיפשותדיגער אגענדע וואגען, אויפען חשבון פון די דריי נרצחים נעבעך הי''ד.

די אבלים וועלן נאך איין טאג דאנקען רבי אהרן'ן פאר'ן אביסעל באלאנסירען דעם שרעקליכער גייסט יעצט אין גאס מעגליך אז די אבלים וועלן נאך איין טאג קומען צו זיין מסקנה איבער זייער פאטאלער טעות און דורכפאל. עס איז זיכער אז זיי וועלן דאמאלטס דאנקבאר זיין רבי אהרן'ן.

עפעל סיידער כוועל עס מאכן זייער בקיצור:
!!!GROW UP

[tag]שבת אחים[/tag]
איך וועל דיר זאגן דעם אמת, ווען איך האב געליינט עפל סיידער'ס ווערטער האב איך געטראכט צו מיר, בהמה איינער, האלטסט טאקע זיי גייען אים קומען דאנקען, וואס דרייסטו א קאפ, שוואנץ איינער
למעשה האב איך אביסל איבערגעטראכט און איך בין געקומען די מסקנא, איך ווייס טאקע נישט צו זיי גייען אים קומען דאנקן, אבער ס'איז שטארק יתכן אז די נעכטיגע ווערטער קענען נאך אסאך אויפטון אפילו ביי די מתנחלים, און איך וועל דיר ברענגן א ראי' לדברי.
מיר אלע געדענקן עטליכע יאר צוריק ווען מ'האט אנגעהויבן צו נעמען ווייץ פון אריזאנע, ס'האבן אנגעהויבן צו קומען חרמות פון אלע זייטן, ווייל די אוסרים מ'שטיינס געזאגט האבן געהאלטן אז די דעת תורה איז מ'טאר נישט נעמען פון ערגעץ אנדערש נאר פון ווי די רבי ז"ל האט גענומען (דאס איז געווען ווערזשען 1, נאכדעם איז נאך צוגעוואקסן טעמים לאיסור ווי שוואמען נאך א רעגן, ואכ"מ כי אין קץ לדברי רוח), דענק איך אז מהר"א האט דעמאלטס געזאגט ביי א געלעגנהייט, ווייץ אין ניו יארק איז א פראבלעם וועגן רעגן מיט וואס מ'קען זיך נישט אויסרעכענען, ביז היינט איז עס געלעגן אין די הענט פון א פאר בעלי בתים נישט ת"ח און קיינער האט זיך נישט געקימערט וואס דארט טוט זיך, יעצט אז מ'האט אנגעהויבן צו נעמען פון אריזאנא, מענטשן האבן ארויסגענומען דעם שו"ע און זיך געעפנט די אויגן, און געזען אז מצומחות איז נישט א לכתחלה, גייען זיך זאכן טוישן, האט ער דעמאלטס געזאגט, איר וועט זען, אפילו די אוסרים גייען אויפהערן צו נעמען פון לאנג איילענד, ווייל ס'גייט זיין א פארלאנג אויף בעסער. און ווי מ'שניידט היינט איז א דבר ידוע לכל.
איר פארשטייט, מען וועט אזוי לאנג האמערן אין קאפ אז ווער עס וואוינט אין די שטחים איז א מתחייב בנפשו, ביז ס'וועט זיי אריינגיין אין קאפ אריין, און אפילו זייער דעת תורה זאגט היינט אז ס'איז א חיוב דארט צו וואוינען, כ'מיין לשיטתם אויף מצות ישוב א"י איז עס דוקא במקום סכנה? דארף מען זיך מוסר נפש זיין פאר ישוב א"י?, ואם יעלה בידו אפילו לאחד זיך אוועקצוציען פון דארט, אדער אפהאלטן פון זיך אהינציען, איז עס אויך כדאי
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

שׁרייבער קיינער גייט אים נישט באדאנקען פאר גארנישט און די מתנחלים וועלן זיך ווייטער האלטן ביי זייער׳ס און די סאטמורים ביי זייער'ס! פלוז ! זיי נישט אזוי נאַיוו! אויב עפעס האט ער זיי נאר מעהר אויפגעהיצט און זיי וועלן נאך ווערן אסאך מעהר ראציאנאל!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
עפל סיידער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
האט שוין געלייקט: 140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך עפל סיידער »

שבת אחים, יו קען נעווער נאו
ליין דעס איבער

http://www.yoel-ab.com/images/dat_haziyonut_A.pdf


http://www.yoel-ab.com/images/dat_haziyonut.pdf
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

BringBackOurLeaders#
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קינד_אן_קייט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
כאן, חבל טבור הארץ.
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

דריידל האט געשריבן:צי וואס פעלט אויס נאך אן אשכול?

אז אלע סאטמורים זאלען האבען נאך א טוילעט פאר זייער אנגייענדיגע שילשול עוד ממי רבם
באניצער אוואטאר
עפל סיידער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
האט שוין געלייקט: 140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך עפל סיידער »

@טיטאניק דיין אוועטער איז מעיד אויף דיין טיפע צובראכענער צושטאנד, מ'קען דיר עפעס העלפן? אין סאטמאר האט מען נישט בודק געווען די סארט תגובות ווען עס קומט צו העלפן א צובראכענע נשמה.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

טיטאניק האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:צי וואס פעלט אויס נאך אן אשכול?

אז אלע סאטמורים זאלען האבען נאך א טוילעט פאר זייער אנגייענדיגע שילשול עוד ממי רבם

ניין !!! נישט דעס איז די מטרה !!! טיטאניק דיך דארף איך אויך מסביר זיין ???
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

עפל סיידער האט געשריבן:@טיטאניק דיין אוועטער איז מעיד אויף דיין טיפע צובראכענער צושטאנד, מ'קען דיר עפעס העלפן? אין סאטמאר האט מען נישט בודק געווען די סארט תגובות ווען עס קומט צו העלפן א צובראכענע נשמה.

@עפעל סיידער ביטע זיך האלטן צום ענין! סאיז פארהאנען א צימעס פאר א reason!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
elter-zeide
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 309
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל

שליחה דורך elter-zeide »

שבת אחים האט געשריבן:#רבי אהרן מ׳סאטמאר זייט מפייס די אבלים! אדער וועט מען אייך אריינלייגן אין חרם!

נא? ווען? אויף וואס ווארטס די? מ'האט זיין פעטער זצ"ל אויך גאוואלט לייגען אין חרם, גרעסערע פין דיר האבן דאס געוואלט טאן,
איך בין נישט אזוי אלט ווי איך זע אויס
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

elter-zeide האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:#רבי אהרן מ׳סאטמאר זייט מפייס די אבלים! אדער וועט מען אייך אריינלייגן אין חרם!

נא? ווען? אויף וואס ווארטס די? מ'האט זיין פעטער זצ"ל אויך גאוואלט לייגען אין חרם, גרעסערע פין דיר האבן דאס געוואלט טאן,


זאג כאטשיג להבדיל ? זיין פעטער האט כאטשיג געמיינט דעם אייבערשטען און איז געוועהן א אדם גדול אפילו איך בין נישט מסכים צו זיין שיטה אבער ער מיינט ריין פאליטיק און צו שטיפן זיין אגענדע !
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
פארשפארט