בלאט 1 פון 1

פארוואס זענען צייטונגען טייערער אין די קעצקילס?

נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 2:03 pm
דורך [NAMELESS]
דריי דאללער!! דריי דאללער וויל די בלאט אין די קעצקילס. איינער קען מיר מסביר זיין וואס איז פשט פון דעם? איך פארשטיי אז ס'איז טייערער אין פלעצער וואס זענען ווייטער ווייל עס קאסט דעליווערי , אבער וואס איז פשט אז אין "other US cities" איז עס 2.75 אבער אין די קעצקילס איז עס מיט א קוואדער מער? און אפילו אין קענעדע איז עס נאר צוויי קאנעדישע דאללער!

נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 2:06 pm
דורך מ גפני
ספעציעל ווען די בלאט ווערט היינט צוטאגס געפרינט אין אפסטעיט - גאר נענטער צו די קעטסקילס וואו צו די שטאט!!!

נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 2:08 pm
דורך ישמעאל הכהן
אולי גייט עס מיט'ן שוואונג אז אלעס אין די קעצקליס איז טייערער ווי אין שטאט, גייסט זיך אינטערטעינען אין די קאנטרי, ספענדסט אסאך געלט איבר'ן זומער פאר פאן אקטיוויטעטן, צאלזשע אויך מער פאר'ן דיר ברענגען דעם צייטונג. א בחינה ווי א קאקע קאלע קאסט פינף דאלער אין א טאנץ קלאב

נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 2:10 pm
דורך רויטע וואנצעס
אפשר צו דעקן די זוממער אפטיילונג.

נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 2:10 pm
דורך שבת אחים
ראשעקאל האט געשריבן:דריי דאללער!! דריי דאללער וויל די בלאט אין די קעצקילס. איינער קען מיר מסביר זיין וואס איז פשט פון דעם? איך פארשטיי אז ס'איז טייערער אין פלעצער וואס זענען ווייטער ווייל עס קאסט דעליווערי , אבער וואס איז פשט אז אין "other US cities" איז עס 2.75 אבער אין די קעצקילס איז עס מיט א קוואדער מער? און אפילו אין קענעדע איז עס נאר צוויי קאנעדישע דאללער!

וועם גייט עס אהן ? זאלן זיי בעטן וויפל זיי ווילן קיין נארמאלע מענטשען קויפן במילא נישט דעם ״שונד בלאט״ ס׳איז איין שטיק ליצנות און פראפעגאנדע !

נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 2:18 pm
דורך מ גפני
די פרייז העכערונג איז געווען לאנגע יארן פאר די זוממער אפטיילונג האט אנגעהויבן צו ערשיינען