כבר היה לעולמים! א טעלעפאון געשפרעך פון א וועלטס ראש ישיבה
נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 7:10 pm
ס'איז יעצט אריינגעקומען א "פאדקעסט" פון אן אונטער-געהערטע אויפגעכאפטע טעלעפאון שמועס ווי אזוי א געוויסער מתנחלישער ראש ישיבה אין מרכז הרב רעדט מיט א באזארגטע טאטע "הרב תייל גרוסמן" וואס האט א זון לערנען אין די ישיבה.
אט אזוי גייט די שמועס (איבערגעטייטשט פון עברית) כמעט ווארט ביי ווארט:
הרב תייל: א גוטן אווענט קען מען רעדן צום ראש ישיבה?
בן משפחה: יא איין מינוט.
רא"ם: א גוטן צו וועם האב איך דעם כבוד צו רעדן?
הרב תייל: תייל גרוסמן איך האב א זון אין.......
רא"ם: יא יא! אורי'ס פאטער וואס מאכט מען עפעס?
הרב תייל: ב"ה אלס פיין. איך הער עפעס רודערט זיך דארט אין ישוב. וואס גייט פאהר?
רא"ם : כ'ווייס נישט... כ'האב גארנישט געהערט....
הרב תייל: כ'ווייס... כ'הער שמועות אז די שטאט איז איבערגעדרייט, מ'האט געטראפן דריי בחורים נישט בין החיים ר"ל און די בחורים זענען ווילד פאר נקמה...
רא"ם: נע.. מאך דיך נישט צוטון .... ס'איז שטיל דא.. אלעס איז שטיל... (הרב תייל האקט אריין אפאר אומפארשטענדליכע ווערטער) רא"ם: יא זונטאג האט מען אביסל גערודערט דא, דארט אבער יעצט איז שטיל.
הרב תייל: אבער די גאס שמועסט... ס'איז געפערליך די קנאים פארפירן, איר רופט דאס שטיל?
רא"ם: כ'ווייס נישט וואס טוט זיך ביי די קנאים אין ברוקלין... דא אין ישוב איז שטיל אלעס איז שטיל! איר הערט וואס איך זאג אייך?
הרב תייל: אז איר זאגט אזוי, נו איז גוט ... אבער די גאס מיינט דאך אז ס'רודערט יא! ס'איז נישט גוט פאר די מתנחלים.. מ'פארשעמט אונז.
רא"ם : זארגט אייך נישט פארן מתנחלי'שע כבוד! מיר שטייען גאנץ גוט, אלעס וועט זיין גוט די בחורים זיצען..... (הרב תייל: האקט נאכאמאהל אריין:) מאנכע זאגן אז די בחורים האבן געהארגעט אן אראבער!!! איר רופט דאס שטיל?
רא"ם אה!! דאס מיינט איר? דאס איז גארנישט! מ'האט געהארגעט און ס'ווייטער שטיל! געגאנגען ווייטער... ס'שטיל דא יעצט, יעצט איז שטיל, דער אראבער איז טויט, און ס'איז ווייטער שטיל... זארגט אייך נישט...
הרב תייל: אקעי איך הער.. כ'האב נאר געוואלט וויסן, אז איר זאגט אזוי. איז גוט.
רא"ם: יא יא ס'איז גארנישט... איר דארפט אייך גארנישט זארגן . כבר היה לעולמים... כבר היה לעולמים.. איך זאג אייך ..
הרב תייל: אקעי יישר כח. א גוטן.
רא"ם: יא יא בשורות טובות, זייטס געזונט...