בלאט 1 פון 3
וויאזוי מאכט מען א זיסע אידישקייט???
נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 6:28 pm
דורך שמעקעדיג
שמעו נא רבותי, הערט מיך אויס טייערע פריינט, איינמאל פאר אלעמאל מוז איך דאס אראפנאגלען:
שוין וואכן און חדשים וואס מען ענדיגט נישט דרש'נען, מאנען און פארלאנגען, אז אונזער דרך החינוך, אונזער דרך האידישקייט טויג נישט.
דער סיסטעם איז נישט צו דער זאך, מען וואקסט אויף ווי ראבאטן, אן א געפיל און שטאלץ צו אידישקייט, און אינטערנעט איז נישט דער פראבלעם
(עכ"פ נישט דער גאנצער פראבלעם), דאס איז נישט דער פראבלעם, יענץ אויך נישט, נאכאמאל ס'איז דער חינוך, נישטא קיין געשמאק אין אידישקייט...
אמווייניגסטנס הונדערט מאל האב איך עס געזעהן אויף מערערע זייטלעך, און אממערסטנס דא, אין קאווע שטיבל.
משל: ווען די רבנים האקן אויפן אינטערנעט און שרייען "אסור אסור אסור", טענה'ט יעדער אז שרייען אסור קען יעדער,
קריטיקירן און זיין פעסימיסטיש אויף יעדע זאך איז קיין קונץ;
אדרבה לאמיר הערן עפעס קאנסטרוקטיוו, א עצה טובה, א דרך הישר, ווי אזוי עס יא צו נוצן ע"פ תורה, וכו' וכו'...
נמשל: האקן אויפן דרך החינוך קען יעדער. כ'בין שוין מאוס ונמאס דאס צו הערן. כאטש איז שטים צו דערצו, אז עס פעלט פון אונזער אידישקייט,
און פאר סיי וועלכן נסיון פאלט אונזער אידישקייט אונטער כקליפת השום. ליידער. און מען ענדיגט נישט שרייען און זיך בייזערן דערויף.
אבער קען איינער זאגן וואס "יא צו טון"? ווי אזוי זאל מען טוישן? וואס זאל מען טון? ווי אזוי גיט מען אריין א טעם אין אידישקייט, על אף די נסיונות מרים וקשים??
נאך אלעם, אונזערע מוסדות טוען וואס מען האט אלץ געטון. מען לערנט, מען דאווענט, מען פארציילט אביסל סיפורי צדיקים, און מען זאגט שיינע מוסר דרשות...
וואס נאך, לויט אייער מיינונג, דארף געטאן ווערן אז עס זאל זיין א ריכטיגע חינוך? סיי אין די מוסדות, און סיי די עלטערן אינדערהיים??
הרב טייטלבוים האט געשריבן, אז א טאטע זאל ארויסנעמען די קינדער שפילן אין א פארק, מאכן "פאן" מיט זיי, האבן א שייכות מיט זיי.
אלעס פיין און וואויל. ס'איז היילי רעקאמענדעט. אבער וואס האט דאס מיט אידישקייט? וואס העלפט דאס כלפי א נסיון?
אז א טאטע גייט אין פארק, וועט עס העלפן דאס קינד זיך מתגבר זיין?
יא, כ'ווייס אז יוסף הצדיק האט זיך מתגבר געווען ווייל "ראה דמות דיוקנו של אביו", אבער האבן מיר דען דאס יראת שמים וואס די אמאליגע צדיקים האבן געהאט?
לאמיר זיך נישט לאזן נארן. מיר זענען דאך אליינס אויסגעטריקנט, נישטא וואס אריינצוגעבן אין די קינדער צופיל. ליידער ליידער!!
וואס יא? וואס זאל מען טון צו פארבעסערן דעם חינוך? וואס און וויאזוי זאל מען לערנען? וואס זאל מען זאגן אדער נישט זאגן?
אלזא, רבותי, מיר ווילן הערן. שרייבט אריין אייערע מיינונגען, נישט קריטיק ביטע - גענוג געווען!
נאר עצות און האפענונג וויאזוי זיך אן עצה צו געבן ביז משיח'ס טאג בקרוב. און דאן וועט מען דאס בעז"ה מפרסם זיין איבעראל און פרובירן צו טון אונזער השתדלות!
נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 6:34 pm
דורך יידל
אויב דו קענסט לייענען ענגליש, וואלט איך דיך געראטן דורך צו לייענען פאראנאק מרגולית'ס בוך "
אראפ פון דרך - פארוואס ארטאדאקסישע אידן פארלאזן אידישקייט, וויאזוי צו רעאגירן צו די טשעלענדזש". (עס האט אן הסכמה פון הרב זאב לעף, הרב דר. אברהם יהושע טווערסקי, הרב הערשל שעכטער און נאך).
נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 9:31 pm
דורך פראפעסאר שפירא
אויף די שאלה פון די קעפל ענטפער איך קורץ:
אידישקייט איז זיס, מען זאל עס נאר נישט ביטער מאכן
נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 9:40 pm
דורך איחוד פעלד
פראפעסער. גאר גוט.
ליידער בעוונותינו האלט מען שוין נאכדעם.
די בני עוולה האבען זיך אויף אונז פארלייגט, און זענען שוין תלוי בדעת אחרים.
אמאהל האט א טאטע מחנך געווען און געזאגט דעם מלמד וואס ער וויל פין אים. היינט ליידער, עולם הפוך ראיתי, די מלמדים זאגן די עלטערען וואס זיי פארלאנגען.
די מצב איז גאר שלעכט ווייל די מלמדים זענען נישט מעורב בעולם. זיי ווייסען ניטאמאהל וואס דאס מיינט ארויס אויף די וועלט. און האקען אין טשייניק.
דאס איז נאר אויפען שפיץ גאפל.
נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 9:46 pm
דורך פינטאו
איחוד פעלד האט געשריבן:פראפעסער. גאר גוט.
ליידער בעוונותינו האלט מען שוין נאכדעם.
די בני עוולה האבען זיך אויף אונז פארלייגט, און זענען שוין תלוי בדעת אחרים.
אמאהל האט א טאטע מחנך געווען און געזאגט דעם מלמד וואס ער וויל פין אים. היינט ליידער, עולם הפוך ראיתי, די מלמדים זאגן די עלטערען וואס זיי פארלאנגען.
די מצב איז גאר שלעכט ווייל די מלמדים זענען נישט מעורב בעולם. זיי ווייסען ניטאמאהל וואס דאס מיינט ארויס אויף די וועלט. און האקען אין טשייניק.
דאס איז נאר אויפען שפיץ גאפל.
טאקע אט דאס האט שמעקעדיג געמיינט. האקן קען יעדער, און ס'ווערט שוין נמאס. עפעס קאנסטרוקטיוו ביטע.
נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 9:51 pm
דורך פראפעסאר שפירא
כ'האף מיט די צייט צי שרייבן מער דערוועגן, אבער לאמיר נאר אביסל שרייבען וואס כ'שפיר.
לאמיר אביסל פארשטיין די מצב פין כלל ישראל. כלל ישראל איז שוין זייער זייער לאנג אין גלות, פין אלע זייטן האמיר געחאפט מכות, פיזיש, גייסטיש, אויף כל מיני דרכים האבן אונזערע פיינט אונז פרובירט צי ציברעכן,
מען האלט שוין נאך אזוי לאנג, כלל ישראל איז צובראכן אין צושאסן, רוב כלל ישראל האבן שוין פארלוירן זייער גייסט די תורה הקדושה, א גרויס חלק איז שוין אינגאנצן אויסגעמישט מיט די אומות, כלל ישראל איז אין א זייער נעבאך'דיגע מצב.
מיר האבן נישט די גייסטיגע ריזן וואס האבן געפירט די שיף איבער שטורמישע וואסערן, מיר האבן נישט די גרויסע ריזן וואס זאלן פארשטיין פונקטליך וואס מען האט צו טוהן, יתומים היינו ואין אב, און דער בעל דבר פרובירט מיט אלע כוחות צו צושטערן אויך דאס הייפעלע איבערגעבליבענע ערליכע אידן.
צי די רבנים האבען געטוהן די ריכטיגע זאך מיט די כינוס דאס גיי איך נישט אריין יעצט, אבער וואס כ'האלט איז, אז טאמער איינער וויל אז זיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן דאן ווענדט זיך עס נישט אין די רבנים, ס'ווענדט זיך אין ענק, ס'ווענדט זיך אין די טרערן פון די מאמע, ס'ווענדט זיך אין די ווארעמקייט וואס מען גיבט אריין אין די קינדער, ס'ווענדט זיך אין די שטוב, נישט אין די מוסד און נישט אין די גאס.
אין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים, די צייטן זענען שווער, אסאך שווערער ווי אסאך ווייסן, ס'נישט קיין צייט צו ווארטן אז יענער זאל עפעס טוהן, יעדער דארף אליינס טוהן וואס מ'קען, מען דארף גרויס רחמי שמים זיך צו קענען האלטן ביים קלארן זינען, אבער דער באשעפער איז קרוב ה' לכל קוראיו, מען טאר נישט ווארטן אויף א קאמערציאלע כלליות'דיגער ענטפער פאר די פראבלעמען, יעדער דארף טוהן וואס ער האלט און וואס ער קען, און צולייגן אביסעלע הייסע טרערן.
רבותי, לאמיר טוהן וואס מיר קענען, לאמיר רעדן צו אונזערע קינדער, לאמיר לערנען אונזערע קינדער, און דער באשעפער וועט העלפן אז מען זאל מצליח זיין, אמן.
נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 11:59 pm
דורך נולד מאוחר
צו ענטפערן דיין שאלה דארף מען פרעגן א ענליכע שאלה, "ווי אזוי מאכט מען זיס דאס לעבן???"
דער תירוץ אויף די שאלה וועט זיין די תירוץ אויף דיין שאלה.
אידשקייט, תורה ומצוות, איז נישט מער ווי א מהלך צו געבן פאר מענטשהייט דאס בעסטע וועג צום לעבן.
דרכיה דרכי 'נועם'
אויב לעבט א מענטש א לעבן וואס איז נישט זיס, איז ער נישט אויפ'ן תורה'דיגע דרך.
נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 12:33 am
דורך דולה ומשקה
שמעקעדיג האט געשריבן:
אבער קען איינער זאגן וואס "יא צו טון"? ווי אזוי זאל מען טוישן? וואס זאל מען טון? ווי אזוי גיט מען אריין א טעם אין אידישקייט, על אף די נסיונות מרים וקשים??
גראדע אין איינע פון די אשכולות האב איך שוין געשריבען דא "וואס יא", איך וועל עס איבערחזר'ן אין קורצען.
די נקודה איז דאס אז דער "חינוך סיסטעם" היינט צו טאג, איז אז דער קונד לערנט אין א מוסד וואס באלאנגט צו א חסידות, דאס איז דער ערשטע טעות. אין איך וועל מסביר זיין:
איך וויל פרעגן אזא שאלה, ווען דער רבי (נישט קיין נפק"מ וועלעכע) וועט גארנישט האבען פון זיין מוסד, ער טיילט נישט קיין חנוכה געלט, באזוכט נישט אין קעמפ, אויף די באסעס שטייט נישט אז דאס באלאנגט פאר דער אין דער חסידות, וואלט דער רבי אינוועסטירט אזוי פיל געלט דאס אויס צו האלטן? לכאורה נישט, אין אנדערע ווערטער ער מיינט נישט אינגאצען לשם שמים אויף צו שטעלן אידישע דורות.
דער חלק החסידות והרביסטיווע זאל זיין אינגאנצען אפגעהאקט פון דער חלק המוסד, איינס האט גארנישט צו טוען מיט דער צווייטס, מ'גייט נישט אנהייבען ברעינוואשען די מוחות פון קליינע קינדער אין אינגע בחורים אז דער רבי אהער אין דער רבי אהין, אז א טאטע גייט וועלען קען ער נעמען זיין קינד צום רבי, אבער און דער מוסד זעלבסט וועט נישט הענגען קיין בילדער אין דאס גלייכען.
אז א טאטע גייט אן א הוט און רעקל אויף דער גאס, אויב באלאנגט ער צו א ספעסיפישע חסידות וואס איז שטארק מקפיד דערויף, זאל מען קנס'ענען דעם פאהטער, אבער אין דער מוסד האט דאס קיין שייכות, מ'וועט נישט פארשיקען א קינד פונעם מוסד וועגען די פאטערס עבירות.
אין ישיבה און מוסד וועט מען מחנך זיין דעם קינד צו אידישקייט אהבת הבורא, ווייסען דער שיינע און געשמאקע זייט, וואס מיינט זיין א איד, (זיין א איש א שומר תורה ומצות האט נישט מיט חסידות), לערנען הלכות וואס איז נוגע למשל או"ח חלק א' הלכות שבת. קינדער וואקסען אויף מיט א שנאה צו רש"י הקדוש וואס וועגען זיין פירוש האבען באקומען ווער ווייסט וויפיל פעטש, כ'האב נישט געקענט א תוס' האט מען מיר פארשעמט ביים פארהער. ער פארלירט דעם חשק אויף א גרויסע פארנעם.
ווי לאנג א חסידות אין א מוסד איז געקניפט און געבינדען איז אומעגליך אויך צו וואקסען קודם א איד אין דערנאך א חסיד, מיטן היינטיגען סיסטעם וואקסט מען אויף קודם א חסיד אין דערנאך אולי א איד, וואס געשענט איז נאך איידער ער קומט אן צו דרגת איד פאלט ער לגמרי אוועק.
ממילא האט ער קיינמאהל נישט טועם געוועהן דער געשמאקייט פון זיין א איד, איהם האט מען דאך אויף געצויגען אלס א חסידישע יונגעל, נאך איידער ער האט דער שאנס צו וויסען וואס דאס מיינט א איד פרעגט ער שוין קשיות אויף חסידות רבי'ס וכיוצא בזה, פאהרט ער אפ לגמרי, ווייל מיטן איד האט ער נאך קיינמאהל קיין שייכות נישט געהאט.
משא"כ אויב איז מען מחנך קודם דאס יונגעל אלס א איד האט ער נישט קיין קשיות, ווייל די תורה הקדושה מיט אירע תרי"ג מצות דאס איז יודישקייט, ממילא איינמאהל ער איז שוין א איד אין ווייסט וואס דאס מיינט, איז יעצט (ווען ער אכצען צו עלטער) קען מען איהם מאכען און אויס לערנען וואס חסידות איז באמת, אויב וויל ער ווערען א חסיד איז דאך גוט, אויב וויל ער נישט בלייבט ער כאטש א איד, מיט לדוגמא רבי אביגדור מיללער השקפות, אבער דאך א שומר תורה ומצות, פאלט ער אבער נישט גענצליך אוועק פונעם עם הנבחר.
דאס איז בקיצור הדברים, איך קען מאריך זיין מיט נאך פרטים, ועוד חזון. ביטע מאך נישט אוועק מיינע ווערטער, לאמיר דאס נאר אויס שמועסן אויף א פרידליכע וועג. א דאנק.
נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 2:48 am
דורך טעלעפאן
וואס איך טראכט....
1. פשוט איינזאפן די זיסקייט אין לעבן דאס קינד זאל באקומען דעם "דרכיה דרכי נועם".
2. קינדער זאלן באקומען ענטפערס אויף זייערע קשיות-שאלות. אז דו ווייסט נישט גיי פרעג.
3. א דאורייתא איז א דאורייתא, א דרבנן איז א דרבנן, אא"וו
4. די מצוות זאל ווערן געטון מיט א געשמאק.
5. נישט אוועקמאכן אנדערע. קוק נישט אויף די נעגאטיוו - פיר דיין לעבן על מי מנוחות
6. צוואונג נישט ארויף קיין "חומרות" אדער (איבעריגע) "חסידות" אויף דיין קינד. אויב האט ער א געפיל דערצו וועט ער עס אליין נעמען.
אדרבה אויב האט איר נאך זענט איר וועלקאם צוצולייגן...
נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 8:33 am
דורך איינער
יאנקל האט געשריבן:טעות! טעות! טעות! מיר האבן גייסטיגע ריזן פונקט ווי אין יעדן דור, נאר די היינטיגע גייסטיגע ריזן זענען נישט קיינע אויבן-אן זיצער. די אמת'ע גייסטיגע ריזן זענען דערדרוקט און דערשטיקט טאקע דורך די קינדער און אייניקלעך פון די וועלכע איר באטראכט ווי די אמאליגע גייסטיגע ריזן. איר קענט זיי געפינען אין פארעם פון א מיטליעריגן תלמיד-חכם וועלכער דרייט זיך ארום צעבראכן אויפ'ן שרעקליכן מצב, אין א כולל יונגערמאן וועלכער שרייבט שירה און וואונדערט זיך פארוואס קיינער פארשטייט אים נישט, אין א 35-יעריגער יונגערמאן וועלכער האט קלאר ארויס דעם מצב, ווייסט פונקטליך וואס מ'דארף טון עס צו טוישן, נאר מוז צוליב דער רשעות'דיגער חסידישער אינקוויזיציע זיצן במחתרת און שרייבן זיינע געדאנקען אויפ'ן אינטערנעט.
מיר פארמאגן שוין טאקע נישט די גייסטיגע ריזן איינגעהילט אין קאלירפולע בעקישעס. זיי זענען שוין אויסגעשטארבן, און זענען אפשר גוט געווען פאר אן אמאליגן דור. די היינטיגע גייסטיגע ריזן ווייסן עפעס מער, זיי ווילן עפעס טיפער, זיי דערטראכטן די טיפענישן פון איד און מענטש, באגלייט פון מחשבה און וויסנשאפט. אבער אז זיי זאלן ארויסקומען, אז זיי זאלן קענען נוצן זייערע דינאמישע כוחות אויף אויסצוטון די חסידישע גאטקעס פון די קרבנות פון קארופציע, צו קענען פארמירן א "טיילונג" פון די שארלאטאנען און היפאקריטן און ראטעווען דאס ביסל וואס איז נאך געבליבן פון דעם אויסגעבלוטיגטן אידישקייט, דארף מען איין רעוואלוציאנער, איין קוראזשפולער העלד וועלכער וועט נישט דערציטערט ווערן פון די זעלבסטגעקרוינטע בעלי-בתים אויף אונז און אונזערע קינדער. אן איש מלחמה וועלכער וועט האלטן די צעבראכענע הערצער פון רבבות אלפי ישראל וויכטיגער ווי דאס געלט פון כבוד פון קליינקעפיגע אויבן-אן זיצער.
אך דעו נא רבותי, רעוואלוציאנערן ווערן נישט געבוירן יעדן טאג, אבער אז איך, דו, דיין ברודער און חבר, וועלן זיך אנגארטלען מיט מוט, און וועלן ווייטער שטורעמען קעגן די שרעקליכע אומרעכטן קעגן מענער, פרויען, קינדער און גאט; אז מיר וועלן נישט איינשטילן אונזערע צינגען, אז מיר וועלן נישט אראפלייגן אונזערע פענעס, אז מיר וועלן נישט איינשלאפן פאר'יאוש'ט און פארלוירן, וועט איין טאג אט דער רעוואלוציאנער הערן די געשריי, און ער - אדער זי - וועט דערקלערן "אידן, הגיע זמן גאולתכם!"
יאנקל, זייער גוט. איך האב נאר איין ווארט צו צולייגן, א רעוואלוציע הייבט זיך אן מיט א גרופע רעוואלוציאנערן וואס ארבייטן צוזאמען שטיל אונטער די קוליסן, ווילאנג עס קומט איין רעוואלוציאנער און נעמט עס צום דעם קומענדיגע שטאפל. די "קאווע שטיבל" קען זיין די קערנדל פון אזא רעוואלוציע. לאמיר ארבייטן אויף דעם.
נשלח: דינסטאג יוני 26, 2012 3:55 pm
דורך שמעקעדיג
איך ווייס אז נישט יעדער דא גלייכט די "מעלות" זייער שטארק, אבער די חודש (תמוז תשע"ב) איז דא אן ארטיקל וועלכע האט מיר געמאכט שפרינגען, און כ'האב עס עטליכע מאל איבערגעליינט. און עס קען זיין א שטיקל תירוץ אויף ווי אזוי אריינצוברענגען א געשמאק אין אידישקייט.
כ'האב שוין געליינט אסאך וועגן דעם ענין, אבער אזא ארטיקל, א מועט המחזיק את המרובה, געשריבן אזוי צום פינטל, געדענק איך נישט אין די פארגאנגענהייט.
איך רעקאמענדיר יעדן איינעם צו צאלן די 6 דאלער פאר די מעלות, און לייענט דעם ארטיקל "שירו לה' שיר חדש".
איך בין מסכים צו לכה"פ 90% פון דעם ארטיקל, אפאר הערות וקשיות האב איך נאך, ועוד חזון בל"נ.
נשלח: דינסטאג יוני 26, 2012 4:02 pm
דורך שמעקעדיג
דולה ומשקה האט געשריבן:די נקודה איז דאס אז דער "חינוך סיסטעם" היינט צו טאג, איז אז דער קונד לערנט אין א מוסד וואס באלאנגט צו א חסידות, דאס איז דער ערשטע טעות. אין איך וועל מסביר זיין:
דער חלק החסידות והרביסטיווע זאל זיין אינגאנצען אפגעהאקט פון דער חלק המוסד, איינס האט גארנישט צו טוען מיט דער צווייטס, מ'גייט נישט אנהייבען ברעינוואשען די מוחות פון קליינע קינדער אין אינגע בחורים אז דער רבי אהער אין דער רבי אהין, אז א טאטע גייט וועלען קען ער נעמען זיין קינד צום רבי, אבער און דער מוסד זעלבסט וועט נישט הענגען קיין בילדער אין דאס גלייכען.
ווי לאנג א חסידות אין א מוסד איז געקניפט און געבינדען איז אומעגליך אויך צו וואקסען קודם א איד אין דערנאך א חסיד, מיטן היינטיגען סיסטעם וואקסט מען אויף קודם א חסיד אין דערנאך אולי א איד, וואס געשענט איז נאך איידער ער קומט אן צו דרגת איד פאלט ער לגמרי אוועק.
ממילא האט ער קיינמאהל נישט טועם געוועהן דער געשמאקייט פון זיין א איד, איהם האט מען דאך אויף געצויגען אלס א חסידישע יונגעל, נאך איידער ער האט דער שאנס צו וויסען וואס דאס מיינט א איד פרעגט ער שוין קשיות אויף חסידות רבי'ס וכיוצא בזה, פאהרט ער אפ לגמרי, ווייל מיטן איד האט ער נאך קיינמאהל קיין שייכות נישט געהאט.
משא"כ אויב איז מען מחנך קודם דאס יונגעל אלס א איד האט ער נישט קיין קשיות, ווייל די תורה הקדושה מיט אירע תרי"ג מצות דאס איז יודישקייט, ממילא איינמאהל ער איז שוין א איד אין ווייסט וואס דאס מיינט, איז יעצט (ווען ער אכצען צו עלטער) קען מען איהם מאכען און אויס לערנען וואס חסידות איז באמת, אויב וויל ער ווערען א חסיד איז דאך גוט, אויב וויל ער נישט בלייבט ער כאטש א איד, מיט לדוגמא רבי אביגדור מיללער השקפות, אבער דאך א שומר תורה ומצות, פאלט ער אבער נישט גענצליך אוועק פונעם עם הנבחר.
דאס איז בקיצור הדברים, איך קען מאריך זיין מיט נאך פרטים, ועוד חזון. ביטע מאך נישט אוועק מיינע ווערטער, לאמיר דאס נאר אויס שמועסן אויף א פרידליכע וועג. א דאנק.
דאס איז עפעס וואס וועט נישט געזשעהן אין די פארסיעבל צוקונפט. די חסידות'ן - אפגעזעהן צי דער רבי איז אן עהרליכער צי נישט - זענען די פאן טרעגער פון יהדות החרדית, און די מנהיגים פון די מוסדות. אן זיי איז נישטא קיין ברען. און אן די ברען צו טון פאר די "מוסדות הקדושים" פון די קהלה וועט אוועקפאלן. די חסידות איז געווענליך די שוועבעלע וועלכע צינדט אונטער דעם פייער, שלא יבוש המעיין ולא יקצץ האילן, אז דער רבי בעהט און איז מחייב שקלי קודש גיט מען, אן דעם גיבט מען נישט.
פארפאלן, איך קען נישט זעהן דאס זאל פאסירן, און מען מוז טראכטן אן אומוועג ווי אזוי אריינצוברענגען זיסקייט אין אידישקייט על אף וואס די תתי"ם געהער פאר א רבי'ן....
נשלח: מיטוואך יוני 27, 2012 9:50 am
דורך משכיל
ווען אונזער אלעם באליבטער ר' שלמה קארליבאך ז"ל וואלט ערשינען אין סיטי פילד מין זיין גאטאר וואלט ער געקענט אויפהייבן דו 40,000 אידן ביזן הימעל, עס וואלט געלאזט א רושם אויף א לאנגע צייט, די סיבה ווייל ער האט אמת'דיג ליעב געהאט א יעדען איד, י
די היינטיגע פירער זיינען ליידער קליינע מענטשעליך וואס האבען נישט די נפשיות'דיגע כוחות צו פילען און מאכען פילען, בלויז רעדען לאזט נישט קיין שום רושם,י
so my holy brothers join me, open your hearts v'hoer eineinu .....
נשלח: מיטוואך יוני 27, 2012 10:14 am
דורך טאמבל סאס
תיקון טעות:
משכיל האט געשריבן:ווען אונזער אלעם באליבטער ר' שלמה קארליבאך ז"ל וואלט ערשינען אין סיטי פילד מין זיין גיטאר וואלט ער געקענט אויפהייבן דו 40,000 אידן ביזן הימל, עס וואלט געלאזט א רושם אויף א לאנגע צייט. די סיבה ווייל ער האט אמת'דיג ליעב געהאט א יעדע אידענע,
די היינטיגע פירער זיינען ליידער קליינע מענטשעלעך וואס האבן נישט די נפשיות'דיגע כוחות צו פילן און מאכן פילן, בלויז רעדן לאזט נישט קיין שום רושם,
so my holy brothers join me, open your hearts v'hoer eineinu .....
נשלח: מיטוואך יוני 27, 2012 10:29 am
דורך משכיל
im sorry you missed the point.
נשלח: מיטוואך יוני 27, 2012 12:55 pm
דורך פיינע קאווע
איר ווילט זיס מאכן דאס אידישקייט?, לאזט געמאך די מוסדות און קהלות. זיי נישט מחליט ווער עס איז גוט אדער נישט גוט פאר כלל ישראל. ארבייט אויף דיין שטוב אליין.
זיי פרייליך, מאך דיין משפחה בשמחה, ווייז דיינע קינדער דו האסט זיי ליב, א גלעט אין בעקל, א פריינדליכע מינע לכל עת. ברענג זיי אהיים א גוטע זאך אין א גרינע מיטוואך, רעד נישט מיט זיי אויף דעם אדער יענעם רבי'ן אדער חסידות. ווייז ווי שטארק עס באדערט דיך אז מען בארעדט א אידיש קינד. אז א צווייטער איז בצער.
מאך א מצב פון יעדע מדה טובה וואס זיי פארמאגן, פאר א גוטע בחינה אדער טעסט מאך א עסק ביזן הימל. פאר א סיום קויף א ספר'ל שרייב אריין אפאר הארציגע דיבורים.
שטיי אויף איין צופרי און צינד אן א טעיפ און זינג מיט זיי הויעך מודה אני. לאז זיך אראפ צו זייער פארשטאנד און גיב זיי חיות, גיב זיי גיטן ווילן צו זיין שטענדיג אhן א גיטע מאָד. מאך פון יעדע מצוה א גרויסע עסק. קומסט אהיים מיט א אתרוג אדער מצות מאך א ריקוד. עס קומט תשעה באב מאך דיך (יא מעגסט) ווי דו וויינסט. די גאנצע אטמאספער וועט ווערן זיס און בא'טעמ'ט, געשמאק און וואויל. א קינד מאכט הויעך א ברכה רוהם אים ביזן הימל. רעדסט מיט זיי אין קעמפ זאג זיי ארויס ווי שטארק דו בענקסט דיך.
כאטש איין מאל א וואך שבת קודש וואס דיין טעלפאן קלינגט נישט און מען זיצט צוזאם ביים טיש, פארצייל זיי א מעשה זינג אלע פרייליכע ניגונים, קויף זיי זייער א גוטע נאש פאר יעדע שבת. טאנץ און שפרינג מאך זיך נאריש מיט זיי, פרעג זיי א מיינונג ביי א מינדערוויכטיגע זאך, און ווייז זיי ווי וויכטיג זיי זענען.
אידעלעך זייט פריילאך!!!
נשלח: מיטוואך יוני 27, 2012 2:41 pm
דורך משכיל
איר האט אמאל געזעהן אן אלטן מענטש האט א קליין רונדיג פיסקעל, ניין ער איז נישט געבוירן אזוי, ווען ער איז געווען 18 יאהר האט ער געשמייכעלט פון אויער צו אויער, נאר דער שמייכעל איז אלץ קלענער געווארן ביז...
Pollyanna
מען רעד פון פאזיטיוו ווען מען ווייסט אין הארץ אז דאס איז בלויז א דמיון, מענטשן זיינען נערוועז, דער טאש'ער רבי זאל זיין געזונט פלעג זאגען ביי די שלש סעודות תורות "פארוואס איז מען נערוועז ווייל מען האט געזונדיגט", מען האט פארשידענע פראבלעמען, צו זיין אין גוטע גוסטע אלעמאל אפילו רוב מאהל איז כמעט נישט מעגליך,
איך מיין אז צו זיין אמת'דיג עד הסוף געט צו אסאך צום חינוך, אויך אמת'ע אהבת תורה, אהבת ישראל, און אויך ממאס זיין ברע, כסדר צו בארעדן פאר די קינדער די וואס פוסטעווען אוועק זייער לעבן, און אפלאכן פון די חברה, גיט די קינדער א דיירעקשאן אין לעבן, און א געפיל פון קאנפידענץ, זיין קוקן אויפן טאטן ווי א אמת'ער פערזענליכקייט מיט א אויסגעהאלטענע מיינונג,
לערנען דעם דף היומי איז א גוטע מיטל, מיין זיידע ז"ל האט 6 מאהל געענדיגט ש"ס אויף דעם סיסטעם.
די תורה איז זיס, יא בעט.
נשלח: מיטוואך יוני 27, 2012 5:29 pm
דורך לעמיל
פאר איינער וואס האלט אז אידישקייט וועט די אלע זאכן נישט העלפן קודם האלט אז עס איז א זיסע זאך נאכדעם קען מען גיין ווייטער..........
נשלח: מיטוואך יוני 27, 2012 5:59 pm
דורך משכיל
יעדער מענטש מאכט שארט קאטס אין אידישקייט, מען קלויבט זיך אויס די חלקים וואס מאכט דעם מענשט גוט פילען, דער חילוק איז אז עס זיינען דא קרייזען וואס קלויבען נאר אויס די ציפעדיקע זאכען, זיי נעמען אויך אסאך חריף מיט זייער פאלאפעל, און אנדערע קרייזען וואס קלויבען אויס די געשמאקע זאכען,י
נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 1:05 am
דורך קווארטין
אלץ בחור האבעך געלערנט אין הלכות נט"י אזא מין זאך ווי "טופח ע"מ להטפיח", ד.מ. אז די האנט איז אזוי נאס, אז ס'מאכט נאס אנדערע. כ'מיין אז סיז א שאד צו האקן אויף מוסדות, חסידות, יו קענט פייט פעקטס, נאר וואסזשע דען, יעדע טאטע עז אי אינווידועל פאר זעך, דארף זיך אזוי פארזיסן ס'לעבן אז ער זאל קענען אריינשיינען א מתיקות אין זיינע קינדער, ע"מ להטפיח. איי וועסטו פרעגן בשלמא ווען יעדן איינעם וואלט געגאנען גוט וואלט מען אזוי געקאנט זאגן, אנפארטונאטעלי, זייער א סך מענטשן מאכן מיט א גלות פרטי, ס'לעבן גייט נישט וויזוי מ'האט זעך געראכטן, סך מענטשן גייען באמת אדורך העל, און נישט איינמאל גנב'ט זיך אריין א אומאויסגעהאלטענע מחשבה, איז דאס באמת מיין גורל? דער תירוץ איז, יא רעב יוד, אפי' סיז שווער, יעדנס גורל האט א פונקטליכע בלו-פרינט פון אויבן, נאר וואסזשע דען, ווי א יוד, דארף מען דילן מיט די שוועריקייטן וואס מ'האט אין לעבן, צו איז דאס מיט תפלה, עצה ותושיה, און די הויפט זאך פארשטייצעך, חזר'ן און חזר'ן אמונה און בטחון. סיז פארהאן א סך מענטשן וואס גייען אדורך פרטיותדיגע גלות'ר אין זייער לעבן, אבער זיי זענען אלץ העפפי, מ'דארף געדענקען, אז אין הקב"ה בא בטרוניא, אפשר איז דאס גאר אונזער תפקיד בעיקבתא דמשיחא, זיך אויסצוארבייטן באמת צו פילן א זיסקייט אינעם יודישן לעבן און אפי' מיט די אלע באמפס וואס מיר האבן אויפן ראוד זאלן מיר זיין מער און מער העפפי, אז מ'וויל באמת זיך פארזיסן ס'לעבן דאן קאן מען, אדרבה פרובירט, און אז מ'איז פאר זיך פארזיסט, קען מען אריינגעבן מוט אין די קינדער בעזר השם, איינמאל ס'הערשט א שמחת החיים ביים טאטן אין ביי די קינדער בבחינת אור חוזר, אין דאס פון די הויפט שליסלען פון יודישקייט, ווייל ביי שמחה איז דא השראת השכינה.
נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 5:05 am
דורך טעלעפאן
שמעקעדיג האט געשריבן:איך ווייס אז נישט יעדער דא גלייכט די "מעלות" זייער שטארק, אבער די חודש (תמוז תשע"ב) איז דא אן ארטיקל וועלכע האט מיר געמאכט שפרינגען, און כ'האב עס עטליכע מאל איבערגעליינט. און עס קען זיין א שטיקל תירוץ אויף ווי אזוי אריינצוברענגען א געשמאק אין אידישקייט.
כ'האב שוין געליינט אסאך וועגן דעם ענין, אבער אזא ארטיקל, א מועט המחזיק את המרובה, געשריבן אזוי צום פינטל, געדענק איך נישט אין די פארגאנגענהייט.
איך רעקאמענדיר יעדן איינעם צו צאלן די 6 דאלער פאר די מעלות, און לייענט דעם ארטיקל "שירו לה' שיר חדש".
איך בין מסכים צו לכה"פ 90% פון דעם ארטיקל, אפאר הערות וקשיות האב איך נאך, ועוד חזון בל"נ.
שוין געלייענט. צום באדויערן, פארהוילן זיי דעם עצם פאקט אז נישט נאר "מ'האט אונז איבערגעגעבן אידישקייט אויף אן אויסגעטרעטענעם וועג" כלשונם, נאר מען האט אונז געגעבן זייער א קרומע וועג... און מיר האבן אסאך צו ארבעטן צו קענען פארריכטן וואס אונזערע עלטערן האבן אפגעטון...
אבער זיי האבן עטליכע געוואלדיגע נקודות. איך בין מודה... בכלל איז מיר די חודש היבש געפאלן דער גאנצער אויסגאבע.
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 4:39 pm
דורך איך אויך
משכיל האט געשריבן:ווען אונזער אלעם באליבטער ר' שלמה קארליבאך ז"ל וואלט ערשינען אין סיטי פילד מין זיין גאטאר וואלט ער געקענט אויפהייבן דו 40,000 אידן ביזן הימעל, עס וואלט געלאזט א רושם אויף א לאנגע צייט, די סיבה ווייל ער האט אמת'דיג ליעב געהאט א יעדען איד, י
די היינטיגע פירער זיינען ליידער קליינע מענטשעליך וואס האבען נישט די נפשיות'דיגע כוחות צו פילען און מאכען פילען, בלויז רעדען לאזט נישט קיין שום רושם,י
so my holy brothers join me, open your hearts v'hoer eineinu .....
וואלסט ממליץ געווען דער עולם זאל זיך אויך נעמן טוהן ביינאכט דאס וואס מען פארציילט אויף עם?
חח טאמבל ביסט גוט.
נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 1:23 am
דורך חאצקל
משכיל האט געשריבן:ווען אונזער אלעם באליבטער ר' שלמה קארליבאך ז"ל וואלט ערשינען אין סיטי פילד מין זיין גאטאר
so my holy brothers join me, open your hearts v'hoer eineinu .....
ער איז ביי מיר נישט באליבט