די שוועריגקייט פון נסיון העוני

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1110 מאל

די שוועריגקייט פון נסיון העוני

שליחה דורך ראש הישיבה »

[justify]איך האב א באקאנטער וואס איז א טאטע פון 11 קינדער קע"ה. ער ארבעט 11 שעה א טאג, אבער ער קען נישט דעקן די חודש. ער דרייט זיך אהן א קאפ. ער האלט נישט אויס ווי אזוי ער קען נישט נאכקומען די נוטיגע חיי יום יום. ער האט גרעסערע קינדער, יעדן טאג דארף מען נאך זאכן, ואין בידו לפורטה. טאטי איך דארף שיך, book money, געלט פאר א טריפ, רעגיסטראציע, וכו'.

ער פארציילט מיר אז די וויזניצער רבי פון מאנסי האט אמאהל געזאגט אז איינער וואס האט נישט קיין קינדער קען נישט פארשטיין די צער פון א טאטע מיט קינדער וואס קען נישט דעקן לעבנסוויכטיגע זאכן.

ער פארציילט אז די בעה"ב פון ראטה קלאדינג, איז אמאהל געלעגן אין א ביה"מ אין ווילי, זעהט ער ווי עס קומט אריין א איד אין גייט צו צום ארון קודש עפענט איר אויף, וויינט צום רבש"ע אז ער האט נישט קיין געלט פאר זיין קינדער. ער קוקט און ער זעהט אז דאס איז נישט קיין אנדערע ווי רבי מאטיל האגער, דעמאלס אב"ד וויזניץ, היינט וויזניצער רבי, וואס איז א טאטע פון 14 קינדער קע"ה.

וואס איז אייער מיינונג, איז די צער טאקע אזוי גרויס, אז ער איז מעהר ווי זיין קינדערלאז???[/justify]

דער אשכול פארמאגט 43 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר