בלאט 1 פון 1

געימס

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 1:39 am
דורך הדד בן בדד
איך ווייס נישט צו דא איז די ריכטיגע פלאץ פאר דעם, און צו עס איז שוין בכלל דא אן אשכול איבער דעם, איך האב נישט געטראפן, אויב יא, ביטע צאמשמעצלן.

בין איך לעצטענס געפארן אויפן פליגער, לעבן מיר איז געזעצן א מיטל יעריגער גוי'אישער ביזנעס מאן, און ער האט געשפילט א געים אויף זיין טעבלעט (איך ווייס נישט וועכע מין טעבלעט עס איז געווען). דער געים איז געווען אינטערעסאנט, ענטערטעינינג אבער אויך איידל און איך האב הנאה געהאט דערפון, דער גוי זאגט מיר אויך אז ווען ער וויל זיך אביסל אויסלופטערן שפילט ער דאס. אבער איך האב פשוט פארגעסן אים צו פרעגן וויזוי דער געים הייסט, וויל איך וויסן צו דא איז דא איינער וואס קען מיר ארויסהעלפן מיט דעם?

דער געים גייט בערך אזוי: עס איז דא א גרויסער שטח, און אין דעם שטח פאלן אריין באליס, גרויסע באליס, עס קוקט אויס אזוי ווי באולינג באלס, און די באלס האבן קאלערס, יעדע פאר סעקונדעס פאלט אריין נאך א באלל, און ווען עס געפונען זיך דריי (אדער מער) באלס פון דעם זעלבן קאלער איינס לעבן צווייטן, קען מען עס געבן אזוי א קאנעקט מיט דעם פינגער, און זיי ווערן נעלם. די באליס רוקן זיך כסדר ארום, ווייל די נייע וועלכע פאלן אריין רוקן ארום די וועלכע זענען שוין דארט. יעדע פאר מינוט, אויב די שטח ווערט נישט פול, גייט עס אריבער צו א שווערערן לעוועל, וחוזר חלילה.

קען מיר איינער העלפן אויסגעפונען וועלכע געים דאס איז?

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 1:56 am
דורך רויטע וואנצעס
ball lines
אדער
pile of balls
ענדלען צו וואס דו זאגסט.

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 2:04 am
דורך הדד בן בדד
שקויעח וואנצעס, אבער עס איז נישט קיין איינס פון די. כאטש די פייל אוו באללס קוקט מיר אויס ענליך, אבער עס איז נישט יענע. יענע איז אויך געווען זייער שיין דיזיינט. שענער ווי די.

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 2:46 am
דורך קינד_אן_קייט
די סארט געים ווערט אנגערופען Match 3 און ס׳איז א קאטאגאריע מיט הונדערטער, און אפשר אפילו טויזענטער, געימס מיט׳ן זעלבן סארט אויסשטעל און ציל.

מעגליך אז די געים פון וואס דו רעדסט איז Balls Breaker אדער Lines.

ועיין עוד קענדי קרא״ש (די מערסטע פאפולער אין די קאטאגאריע, געפערליך עדיקטיוו) והשני בדומה לו הנקרא בידזשויעלד.

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 11:21 am
דורך פליקער
איך האב א חשד אז די מיינסט דו געפערליכע עדיקטיוו געים snood
אויפן דעסקטאפ איז עס פריי, אבער אויפן דרויד קאסט עס א קאפיקע צוויי, אבער עינלכע געימס איז פארהאן פאר פריי