וכל בית ישראל יבכו את השריפה - חשובער מסירות נפש עסקן ז"ל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
בר דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:17 pm
האט שוין געלייקט: 952 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 666 מאל

וכל בית ישראל יבכו את השריפה - חשובער מסירות נפש עסקן ז"ל

שליחה דורך בר דעת »

"ברם זכור אותו האיש לטוב, העסקן בעל מסירות נפש הנורא והנכבד ר' פלוני וכו' שליט"א שלפני מלכים התייצב יומם ולילה וכו' "מיר קענען אלע די סארט מגילות וואס מען לייגט אריין פאר קליינראנגיקע שוויצערלעך, פאר אזא ריזיגע טובה ווי פייטן א טיקעט אדער העלפן אפשפארן א געסל פאר א רבי'לע ביים הכנסת ספר תורה.
זיין א שומרים אדער הצלה מעמבער פאדערט נישט מסירות נפש, די איינציגע וואלונטירן וואס טוען מסירות נפש זענען פייערלעשר. זיי גייען איינפאך אריין אין פייער צו ראטעווען מענטשן. זיי זענען די מבחר הבריאה און נזר היצירה, און יעדער מענטש מוז האבן פאר זיי די גרעסטע רעספעקט וואס שייך.
ווען א שוויצער שטארבט ווערט די גאנצע חרדישע וועלט איינגעהילט טיף און טרויער, אבער וואס געשעהט ווען א פייער לעשער שטארבט?
אין וויליאמסבורג איז יעצט געשעהן א שרעקליכע טראגעדיע וואס דארף אויפשוידערן יעדן רעכט דענקענדן מענטש. א אמתער מסירות נפש מענטש, א גאלדענער איש החסד והמעש איז געשטארבן אין זיינע שענסטע יארן, על קידוש ה' אינמיטן זיין עבודת הקודש פון ראטעווען לעבנס.
עס איז נסתלק געווארן ידידנו הנעלה והאהוב, היקר באנשים, עמד לנס עירו, הציל נפשות רבות מכליה, עמד יומם ולילה מוכן להציל נפשות, איש יקר ונחמד, יחיד במינו
הקדוש Gordon “Matt” Ambelas זכרונו לברכה לחיי העולם הבא
ער איז געווען א גאר חשובער עסקן אין וויליאמסבורג, פון די געציילטע עסקנים וואס זענען אריינגעלאפן אין פייער.
דער חשובער עסקן האט מיט עטליכע וואכן צוריק געהאט די זכייה צו ראטעווען א קליין זיס אידיש לעבן, און יעצט איז ער מיט א זעלטענע מסירות נפש אריינגעשפרינגען אין א פייער צו ראטעווען לעבנס, און ליידער האט ער טאקע זוכה געווען למסור נפשו על עבודת החסד והצלת נפשות, ונפל שדוד אין יונגן עלטער פון בלויז פערציג יאר.

בילד

בילד

[/img]דער העלדישער מסירות נפש מענטש איז אומגעקומען אינמיטן ראטעווען לעבנס.

אבער וואס איז די רעאקציע?
מיר האפן אז ביי די לויה אין וויליאמסבורג וועלן זיך באטייליגן די רבני העיר, די עסקנים און המון עם תושבי העיר וועלכע וועלן זיך אידענטיפיצירן מיט דעם וואונדערליכן מסירות נפש עסקן.

וואס איז אבער די רעאקציע פון המון עם אין די געוועב? אין א געוויסע פארום וואס הייסט איי וועלט שרייבט עמיצער מיט אזא תמימות

אינטערעסאנט, זעט אויס ער האט געענדיגט זיין שליחות אויף די וועלט, געראטעוועט דאס אינגל און אפגעפוצט.
מה' מצעדי גבר כוננו.


"אפגעפוצט"
איר פארשטייט? דער מסירות נפש עסקן האט געהאט א שליחות צו ראטעווען א גאטליב יונגל, נאכדעם קען ער "אפפוצן", ניטאמאל א טרערל איז ער ווערט?

א צווייטער חכם מכל אדם אין זעלבן פארום שרייבט
זעהט אויס דער גוי האט געטוהן זיין תפקיד אויף דעם וועלט. געראטעוועט א אידיש קינד און יעצט איז ער נעבעך אומגעקומען העלפנדיג לעשן א פייער אין ווילי.

(אפשר געהערט עס אין בד"ה אשכול.....)



איר כאפט? דער גוי האט געענדיגט זיין תפקיד.... און איר ווילט הערן עפעס פאני (אפשר געהערט עס אין בד"ה אשכול.....) די .... פינטעלעך צייגן אן אז חחחחחחח מיר זשאקן... ער איז דאך נישט געועון קיין איד.....


אונזער פארום איז דאך סאך מער אינלייטענד, שרייבט ידידינו פלעין אידיש
כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא
לכאו' אויף א גוי אויך
אזוי צו אזוי גייט ער לכאו' אריין אין גדר מחסידי אומה''ע


אבער ווי זענען מיר אויף די וועלט? א מענטש וואס האט געראטעוועט די לעבנס פון תושבי וויליאמסבורג, און זיין שטארבן איז אזא האלב טרויעריגע דזשאוק? און די שאלה איז צו "לכאורה" גייט עס אויף א גוי?
דארפן מיר עפעס א רבי אדער מדרש זאל אונז זאגן אז מיר מעגן, מוזן, און דארפן טרויערן אויף א טייערן מענטש וואס האט געראטעוועט אונזערע לעבנס?

יהא זכרו ברוך, ויזכה לחיי עולם הבא, תהא נשמתו צרורה בצרור החיים, און זיין טייערע משפחה זאל ווערן געטרייסט ממקור הנחמה

דער אשכול פארמאגט 48 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר