בלאט 1 פון 1
א סאטמארער חסיד שרייבט צו נטרונא
נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 5:03 pm
דורך וויליאמסבורגער
א זייער שיינע בריוו וואס א סאטמארער חסיד האט געשיקט פאר נטרונא ווי ער פרעגט פארוואס מ'איז נישט מער מסביר פאר סאטמארער חסידים וואס די עכטע שיטה פון רבי'ן איז געוועהן, און ווי אזוי ער האט זיך באצויגן צו אנדערע מענטשן.
נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 5:14 pm
דורך positive.yid
כ'פארשטיי נישט, אויב האט ער זוכה געווען צו זיך ווייקען ביים רבין אין די געזונטע יארן - אזויווי ער שריייבט - פארוואס דארף ער זיך בעטן ביי די נטרונא אינגעלייט וואס האבן ניטאמאל געקענט דעם ברך משה אז זיי זאלן מסביר זיין די שיטה שנשתכחה, במקום שאין איש זאל ער זיך נעמען און איבערגעבען דבר ה' ברמה היה לא תהיה לא תצלח!
נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 6:54 pm
דורך [NAMELESS]
שיינע בריף
וואס איז די מעשה פון "פארשפרייטן פאשקעווילן בביהמ"ד קעגן הגרי"מ דושינסקי ז"ל"?
נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 7:06 pm
דורך outspoken
יא שיינע בריוו, איין זאך פארגעסט ער צו שרייבען, רביה''ק האט טאקע מכבד געווען די האדמורי"ם מ... אבער ביי זיינע תלמידים און חסידים זענען זיי געווען חזיר טריפה, אז מ'זאל פירן די מלחמה קעגן ציונות ווי דער בעל ה'בריוו וויל וועט ביז 1 דור נישט זיין קיין אנטי ציוני.
נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 7:08 pm
דורך פארוואס?
איז אין איין קאנטינענט וואוינט דער איד זיכער נישט - אין אירופא.
נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 8:35 pm
דורך diff
outspoken confirms that the rebbi had no chassidim only blood suckers
נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 12:03 am
דורך אפריקאנער
ראשעקאל האט געשריבן:שיינע בריף
וואס איז די מעשה פון "פארשפרייטן פאשקעווילן בביהמ"ד קעגן הגרי"מ דושינסקי ז"ל"?
די שרייב אראפ די ערשטע צוויי מעשיות, וועל איך דיר מגלה זיין די מורא׳דיגע מעשה פון הרב דושינסקי
נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 12:17 am
דורך positive.yid
איירופאישע שרייבער, איך פיל אייער ווייטוג, אבער פארפאלן, דאס זענען די תוצאות פון קנאות. און אגב, ווען סאטמאר וואלט טאקע געווען א שיטה פון חפצא און נישט גברא וואלט דאס אזוי געבליבן, אבער במציאות איז נישט אזוי געווען. נאר איר ווילט פשוט איבערשרייבן היסטוריה ס'זאל אויסקוקען שיין אין די היינטיגע אפענע אויגן. Too late.