בלאט 1 פון 2

טייטלען מיט'ן פינגער איז א רשעות (#9)

נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 9:00 am
דורך כוכב
יעדער געדענקט געוויס פרשת מומביי, ווען עטליכע אידישע קינדער זענען פארכאפט געווארן בידי רשע, און נאך עטליכע מעת לעת'ן פון צאפלנדע שרעק האט מען אויפגענומען די ביטערע בשורה, אז זיי זענען ליידער אומגעקומען על קידוש ה'.
צווישן די אומגעקומענע איז ווי באקאנט געווען א חשובע יונגערמאן א בנש"ק, הרב לייבוש טייטלבוים, א זון פון וואלאווער רב, און איידעם ביי א חשובן רבי'ן, האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק.
וואס זוכט דער יונגערמאן אין מומביי. דער תירוץ איז פשוט, און באקאנט פאר אלעמען. ער איז געפארן בשליחות פון זיין חשובן טאטן וועלכער גיט די השגחה פאר 'גפן'. כמדומה די השגחה האט געדארפט זיין אויף פיינעפל. בכל אופן, ער איז שוין מער נישט אהיימגעקומען ליידער ה'י.

עס איז דאן געווען באריכטעט אין די בלעטער, אז דער וואלאווער רב האט אנגעפרעגט זיין מחותן דעם סאטמארער רבי'ן אויב ער דארף תשובה טון צוליב וואס ער איז געווען דער משלח.
דער סאטמארער רבי וועלכער איז באקאנט אלס א בקי אין הלכה האט באלד געענטפערט א גרויסן: יא, צוצייכענענדיג פארשידענע ענליכע פרעצעדענטן אין הלכה, א ביישפיל, א תשובה אין נוב'י וועגן א מאמע וואס איז געשלאפן אין איין בעט מיט א קינד און איר דערווארגן. אויך דער משנה ברורה ברענגט אויף א פלאץ, אז עמיצער וואס שיקט איינעם בשליחות און יענער ווערט געהרגט אויפן וועג, איז עס די אחריות פונעם משלח, וכהנה רבות.

דער שמועס איז פארגעקומען אין עירפארט און ביי דעם האט זיך עס געענדיגט. דער ביטערער אמתדיגער פאקט אז דער וואלאווער רב איז שולדיג אין דאס טויט פון זיין קינד איז מער נישט דערמאנט געווארן דורך קיינעם, נישט ברבים און נישט ביחיד. געוויס נישט ביי א תהלים שיעור אריינגעטייטשט אין א פסוק. ווייל עס האט יעדער פארשטאנען, אז ווען יענער איז בצער -- ווי אמת עס זאל נאר נישט זיין -- ווייזט מען נישט מיט די פינגער.

די קןמענדיגע מעשה הייסט ר' ישראל ביכלער Vs דעם סאטמארער רבי'ן

ר' ישראל ביכלער איז אן ארץ ישראלדיגער איד וועלכער האט מיט זיך גאר א טרויעריגער געשיכטע.
אויף קול מבשר אינטערוויו נומער 1004# פארציילט ער ווי זיין אייניקל איז נעבעך איבערגעלאזט געווארן אין א קאר, און ווען מהאט אים ארויסגענומען איז שוין געווען צו שפעט. דאס קינד איז שוין נישט געווען בין החיים.
דער דרייוער פון דעם אויטא איז געווען א יונגערמאן מיטן נאמען ר נחמן שטיצער, וואס פון יענעם טאג איז געווען עולם חשך בעדו, ער האט געשפורט ער טראגט עס נישט איבער און האט זיך נישט געקענט אהינצוטון פון גרויס צער.

ווי דער ר' נחמן פארציילט אויפן זעלבן אינטערוויו האט אים גאר דער זיידע פונעם קינד געראטעוועט. כאטש ער איז געווען שולדיג, ער האט געהרגט א נפש כמעט בידים, האט אים דער זיידע באגלייט דעם גאנצן וועג, מחזק געווען און געטרייסט, פאר חדשים לאנג, ביז ער האט געקענט ארויסקריכן פון זיין שווערן מצב.

דער זיידע ר' ישראל האט אויך געקענט טייטלען מיט'ן פינגער, עפ"י הלכה וואלט ער גאר גערעכט געווען, ער האט אבער בוחר געווען אן אנדערע דרך, א דרך וואס ברענגט חיים.

נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 9:51 am
דורך איך אויך
אבער פארוואס א עקסטערע אשכול?

נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 10:37 am
דורך בר דעת
מרגש עד דמעות

נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 11:35 am
דורך signout
איך אויך האט געשריבן:אבער פארוואס א עקסטערע אשכול?
פרעגסט גיט, פארשטייטס טאקע נישט?

נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 3:44 pm
דורך יין שרף
למעשה האט מען גענוצט יענע פיינעפל...?

נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 4:00 pm
דורך green sunday
ווער זאגט אז ער האט נישט מחזק געווען וואלאווער רב? ווען ער האט אים געפרעגט די שאלה האט ער אים גענטפרט די הלכה חלק, לאמיר הערן וואס וואלט ער געדארפט ענטפערן?(סייוויאזוי מען זאל נישט געפריפט ווערן מיט אזאלעכע זאכען)

נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 4:04 pm
דורך כוכב
די טענה איז נישט אויף דעם וועג ער האט באהאנדלט דעם וואלאווער רב.
עס איז בלויז א סיפור הדברים אז עס איז נישט די ערשטע מאל וואס עלטערן זענען שולדיג און מיט דעם אלעם מיינט נישט אז עס איז מצוה צו טייטלען מיט די פינגער.

נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 4:09 pm
דורך green sunday
סא ער וואלט געדארפט זאגן פרעגטס מיך איבערס יאר? (סייוויאזוי מען זאל נישט געפריפט ווערן מיט אזאלעכע זאכען)

נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 4:16 pm
דורך גאנצל
דו פארשטייסט באמת נישט די נפק"מ פון וואלאווע רב מיט די מתנחלים ?

דו האלטסט באמת אז ס'איז נישטא קיין שום חלוק צווישן די צוויי ?

אפשר נאר א קליינע נפק"מ יא ?

מיין מיינונג ס'איז א גרויסע נפק"מ און אויב טייטלט מען ווען די פינגער אויף די בחורים וואלט דאס געווען א אומדערהערטע רשעות

אבער למעשה האט מען גטייטלט די פינגער אויף די שולדיגע במזיד וואס זענען נאך אלס עומד במרדם וברשעותם און אויף יי צו טייטלען די פינגער איז א קליינע רשעות

וואס דענקסטו ?

נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 4:16 pm
דורך כוכב
גרין, ער האט געמעגט ענטפערן אזוי ווי ער האט געענטפערט. איר פארשטייט נישט וואס מרעדט צו אייך?
נאר עס איז זעלסספארשטענדליך אז אויב וואלט עמיצער געהאלטן א דרשה אז וואלאווער רב איז אליין שולדיג וואלט עס געווען א רשעות פון ערשטן גראד אפילו עס איז די ווארהייט.
גאנץל האקט.

נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 4:18 pm
דורך גאנצל
דו האלטסט טאקע איך רעד נישט צו די זאך און איך האק סתם ?

נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 4:23 pm
דורך כוכב
גאנצל, דאס ביזטו מודה אז עס איז אומעטיש און רשעותדיג, נאר וואזשע, סדא עפעס א זייטיגע חיוב דאס צו זאגן. אפשר אלס מצות מחאה?
קאם אן, ולא תשא עליו חטא. ואין לך חטא גדול מזו פון טרינקען יענעם דאס בלוט.
דער סאטמארער רב זי'ע וואלט אמאל א אזא זאך געטון?
מ'זאגט נאך פון ר עמרם בלוי, אז ביי חתונות און לויות פראוועט מען נישט קיין קנאות. היינט האט מען שוין פארלוירן אלע גבולים.

נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 4:23 pm
דורך כוכב
גאנצל האט געשריבן:דו האלטסט טאקע איך רעד נישט צו די זאך און איך האק סתם ?

האקט מיינט אז יענער האקט אריין אינמיטן שיקן א תגובה ומקורותו מאייוועלט.

נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 4:27 pm
דורך גאנצל
אקעי איך זעי ס'גייט צוריק צו די זעלבע סוגיא מ'גייט ענטפערן נאר מיט זאכן שלא מן הענין איך גיב שוין אויף פאר מער קוקט אין די אנדערע 10 אשכולות וואס מ'רעד שוין פון דעם ענין

נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 4:51 pm
דורך איך אויך
signout האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:אבער פארוואס א עקסטערע אשכול?
פרעגסט גיט, פארשטייטס טאקע נישט?

ניין.

נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 6:00 pm
דורך berlbalaguleh
כוכב האט געשריבן:גאנצל, דאס ביזטו מודה אז עס איז אומעטיש און רשעותדיג, נאר וואזשע, סדא עפעס א זייטיגע חיוב דאס צו זאגן. אפשר אלס מצות מחאה?
קאם אן, ולא תשא עליו חטא. ואין לך חטא גדול מזו פון טרינקען יענעם דאס בלוט.
דער סאטמארער רב זי'ע וואלט אמאל א אזא זאך געטון?
מ'זאגט נאך פון ר עמרם בלוי, אז ביי חתונות און לויות פראוועט מען נישט קיין קנאות. היינט האט מען שוין פארלוירן אלע גבולים.

כוכב: גאנצל פארשטייט אויך אז מ'ווארפט נישט אויף איינעם'ס שולד בשעה שמתו מוטל לפניו. נאר ס'דא א שטיקל נפקא מינה אין אלע בחינות צווישן דעם פאל אין א"י ווי דער יונגערמאן האט ל"ע פארגעסן דאס קינד אין קאר און די שאלה פון וואלאווער רב. און ביים איצטיגן פאל מיט זאגן מוסר און באשולדיגן די עלטערן פון די דריי בחורים. ביי דעם ערשטן פאל, האט דער זיידע פונ'ם פיצל קינד געזעען ווי דער יונגערמאן ליידט זייער שטארק. האט ער איהם געטרייט צו העלפן בכל אופן אפשרי. ביי די שאלה וואס דער וואלאווער רב שליט"א האט געפרעיגט ביי סאטמאר'ע רבי'ן שליט"א, האט ער (לויט ווי איך פארשטיי) געפרעיגט פון א ריין הלכה'דיגן שטאנדפונקט. איז געוועין די תשובה אז יא.. ער דארף תשובה טון. און ס'איז אויכעט נישט געוועין ברבים. פאר די גאנצע וועלט. נאר ביי דעים טראגישן פאל פון די דריי בחורים וועלכע זענען לא עלינו אומגעקומען דורך די פארשאלטענע אראבישע רוצחים, ימח שמם וזכרם. גייט עס די עלטערן אין ארץ ישראל גאנץ ווייניג אן וואס א רעבע זאגט דא אין אמעריקע. זיי האבן זייער דרך החיים. און זיי גייען עס נישט טוישן צוליב וואס א רבי האט גערעדט ברבים צו די בחורים פון זיין ישיבה... 8-) :roll: :evil: :P :oops: :oops: :oops: :cry: :( ;) :o

נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 6:35 pm
דורך קינד_אן_קייט
דאס מערסטע איז צום באדויערן די אומגעוואונטשענע תוצאה וואס איז ארויס געקומען דורך התגלגלות הדברים.

ווען מ׳קוקט זיך צו ניכטערהייט, צו דאס באנעמונג פון די געליטענע, די עלטערן פון די בחורים, זעהט מען מענטשן מיט גדלות הנפש וואס האבן אין די שווערסטע אומשטענדן זיך אויפגעפירט אלץ א מוסטער וויאזוי א איד א מאמין באגייט זיך אין א עת צרה. זיי האבן נישט געהאט קיין טענות כלפי שמיא, כלפי די אינסטאנצן, קוים די אראבער שנואי נפשם האבן זיי פארדאמט (דעם אקט יא, אבער נישט דאס פאלק אלץ א כלל), דאס האט ארויס גערופען א שטארקער קידוש השם, נישט בלויז ביי אידן נאר אויך ביי גוים איבער דער גארער וועלט.

יעצט, האלט מען קוים א וואך דערנאך, און דאס זעלטען איידל התנהגות זייערער איז אראפ פון די מאפע, דער אויבנאן איז אנגעפירקלט מיט א שוידערליכער רציחה און מיט שטעכעדיגע ווערטער פון א מנהיג בישראל.

יא, כ׳ווייס אויך אז די וועלט איז רינדעכיג און אז מעשה שטן לאזט נישט צו אזא רושם זאל זיך אנמערקן פאר לאנג (וכדרך שאמרו No good deed goes unpunished), ס׳קומט פרישע נייעס און עולם כמנהגו נוהג, אבער דאך, ס׳ווייטאגט דאס הארץ אז אנשטאט זיך ווייקן אין אהבת ישראל איזדעווקעט מען זיך אין שמוציגע בלאטע פון שנאה מיט נקמה.

שלח אצבע ודבר און.

נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 7:23 pm
דורך חרבונה
אין די תורה''ק ונ''ך געפינען מיר אסאך מאל פינגער טייטלען אויף יחידים.

נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 9:39 pm
דורך האלאנד
ווער סקען נך. אליהו הנביא איז געגאנגען מנחם אבל זיין די טאטע פין די קינדער וואס זענען געשטארבן וועגן זיי האבן אויפגעבויט יריחו. האט אליהו הנביא געזאגט "ביים מנחם אבל זיין" .ענקערע קינדער זענען געשטארבן ווייל זיי האבן עובר געווען אין געבויט יריחו/געגבען די נאמען יריחו. וואס יהושע האט געשאלטן סוי פירטס אליינס אויס

נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 11:14 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
און ווער ס'קען נ"ך ווייסט אויך אז אדם הראשון איז געגאנגען אינגאנצען נאקעט, יעקב האט זיך צוקישט מיט זיין קוזינע רחל און דוד האט חתונה געהאט ביי די זיבעציג מיט אבישג.
הערטס אויף צו ניצן נ"ך צו שטיפן אייער אגענדע אז נישט וועט עטץ אויסקוקן ווי יענער.

נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 12:00 am
דורך איך אויך
כאאאאפפפצצצעעעםםםם.

נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 8:32 am
דורך העלא
ס'איז א גרויסע חילוק צווישן דאס וואס ער האט גע'פסק'נט פאר וואלאווע רב און וואס ער האט געזאגט ביי די דרשה,
ביי וואלאווע רב איז געווען א זאך וואס איז נוגע ליחיד, זיין אופגאבע איז נישט צו פאררעכטן יחידים, אז ער האט געפרעגט האט ער געענטפערט,
דא רעדט מען פון א זאך וואס איז נוגע לרבים, עס ווי ספיק בויעט מען צענדליגער דירות אין אקופירטע שטחים, ואין פוצה פה ומצפצף אויף די מעשה רציחה,
כאן מצא בעל חוב מקום לגבות את חובו,
עיין ברש"י פרשת "אחרי" ד"ה "אחרי מות שני בני אהרן"

דא איז געווען די בעסטע געלעגענהייט צו ווייזן "שלא תמות כדרך שמת פלוני"

און יא, זיין פעטער האט ביי יעדע של"ס געוויינט אויף די חיילי צה"ל וואס זענען יענע וואך געשטארבן, און געזאגט אז זיי זענען רוצחים מיטן איינשטעלן אידישע לעבנס,
ער האט נישט געווארט א יאר, ניין,

די דרשה האט דייקא יעצט געדארפט געזאגט ועראן, ותו לא מידי