בלאט 1 פון 5

רואיגקייט ווינקל! אינטרעסאנטע פאקטען און נאך

נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 10:06 pm
דורך יין שרף
לאור שמעקעדיג'ס הייסע בקשה צוריקצוברענגען די רואיגקייט צום שטיבל, און כפי תקנת המקום אויף וואס די שטיבל איז געגרינדערט געווארן "א רואיג ווינקל צו שמועסען און פארברענגען" וועלן מיר פראבירן צו לאזן די עולם רילעקסען אביסל מיט די אינטרעסאנטע פאקטן.
נעמט א גלעזל קאווע, זעצט אייך אויפן ריקליינער און ליינט מיט הנאה.

[center]-------------------------------------------------------------------[/center]

1] אויב האט איר אמאל געהאט די וועלטס בארימטע קשיא אייך עגבערן אין קאפ דהיינו "וואס איז געווען קודם די טשיקען אדער די איי", האט איר אוודאי אויך פיליזאפירט וואס איז געווען קודם די פרוכט ארענדז (orange) אדער די קאליר...? נו וואס זאגט איר?
עדות'שאפטן געבן אן אז די פרוכט האט מען שוין אזוי גערופן אין די דרייצענטע יאר-הונדרעט, משא"כ די קאליר האט מען אזוי גערופן צום ערשט אין די זעכצענטע יאר-הונדרעט...

און א זייטיגע אינטרעסאנטע נאטיץ אז די ווארט orange האט נישט קיין שום גראם אין די ענגלישע שפראך...

2] די קיען פארמער געבן צו עסן פאר די אינגע קעלבלעך א שטיקל מאגנעט, אז אויב זיי שלינגען איין א נאדעל פון צווישן די שטרוי זאל עס צוגעצויגן ווערן דערצו, און זאל זיי נישט שאטן.

3] ביז און יאר 1960 זענען די אמבולאנסען אין אמעריקא צוגעשטעלט געווארן די פיונערעל האומס (א וואונדער זיי זענען אלע געשטארבן...)

4] ניין הונדרעט און זעכציג טויזענט מאל פיט אונזער וועלטל אריין אין די שטח פון די זון!
און אויב וואלט מען צוזאמגעשטיפט איין צום צווייטען וואלט אריין די וועלט אין דעם שטח 1,300,000

5] עס עקזעסטירט א סארט קאץ וואס קען לעבן אן וואסער.

6] איבער פופציג פראצענט פון די וועלטס פאפולאציע, האבן נאכנישט גערעדט אויף א טעלעפאן.

7] פייער טראקס זענען טראדיציענאל רויט, ווייל עס איז געווען די ביליגסטע קאליר פארב...

8] די קעניג פון אלבאניע, האט אין יאר 1931 אליין גע'ענפערט מיט פייער, ווען מאנכע האבן אים געוואלט דערמארדן, ער האט איבערגעלעבט איבער פופציג! מארד פארזוכען.

נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 10:13 pm
דורך כוכב
Range גראמט מיט orange

נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 10:21 pm
דורך יין שרף
כוכב האט געשריבן:Range גראמט מיט orange

עס רופט זיך א האלבע גראם.
עס איז אנגענומען אז עס איז דא נאר אכציג ווערטער אין די ענגלישע שפראך, וואס האבן נישט א FULL rhyme, און דאס איז איינס פון די ווערטער.

נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 10:23 pm
דורך כוכב
און וואס איז פשט אז פופציג פראצענט פאפולאציע האט נאכנישט גענוצט א טעלעפאן. לכאורה א גוזמא, אדער אלטע נומערן.

נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 10:33 pm
דורך יין שרף
כוכב האט געשריבן:און וואס איז פשט אז פופציג פראצענט פאפולאציע האט נאכנישט גענוצט א טעלעפאן. לכאורה א גוזמא, אדער אלטע נומערן.

אמת אלט, אבער קוים פון יאר 1998.
גענומען פון יונייטעד נעישען'ס וועב זייטל

(ווען איך ווייס ווען אז איך באקום א בחינה אויף דעם, וואלט איך געוואטשט וואס איך שרייב... :) )

נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 10:38 pm
דורך כוכב
16 יאר צוריק...

נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 10:44 pm
דורך its me
I read that contrary to popular belief, cutting your hair won't cause it to grow longer its just a myth.
Although it seems not true I thought that a particular strand has a limit let's say of a foot and if u cut it it grows quickly back to its original length but won't grow any quicker then it would've otherwise
Again, I haven't proven it, but I read it in a scientific journal.
( I apologize for writing in English )

נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 10:47 pm
דורך יין שרף
9] עס איז יא מעגליך צו לעקן די עלנבויגן, אין פאקט א יעדן איינציגסטן טאג רופן איבער פינעף מענטשען צו "גינעס ווארלד רעקארדס" מיינענדיג אז זיי זענען די ערשטע עס צו דורכפירן...

10] א "קראקעדיל" קען נישט ארויסשטעקן זיין צינג...

11] רוב "דשעליס" פארמאגן כאטשיג איין אינגרידיענט געמאכט פון א פיש...

12] פינקט ווי די פינגערפרינטס, איז יעדעמס צינג-פרינטס אנדערש...

13] אמעריקאנע דאללארן ווערן נישט פראדעצירט פון פאפיר, נאר פון א ספעציעלע געמיש פון קאטען מיט לינען.

14] א "דבר אחר" איז פיזיש באגרעניצט פון צו קענען ארויפקוקען אויפן הימל.

15] ווילאדמיר פוטין, די פרעזידענט פון רוסלאנד פארמאגט א גרויסע שוואצע הינט, וואס ער האט מיטגענומען מיט זיך ביי א קאנפערענס מיט מערקעל-די דויטשע קאנסולאר, ווייל זי האט א פחד פון הינט, זייט זי איז געביסן געווארן פון א הינט אלס מיידל. כדאי צו האבן א פסיכילאגישן אויבערהאנט אויך איר.

16] א יעדע גרויסע פלעשל "גרעיפ דשאוס" פארמאגט איבער פינעף פונט טרויבן.

17] ווען א מענטש מאכט א "האפטשו" הערט זיין הארץ אויף ארבעטן פאר א מילי-סעקונדע.

נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 10:52 pm
דורך יין שרף
[tag]its me[/tag]

apology not accepted

;) ;) ;)

נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 10:58 pm
דורך its me
יין שרף האט געשריבן:[tag]its me[/tag]

apology not accepted

;) ;) ;)

Can I have your credit card #?
:roll:

נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 10:59 pm
דורך zurich
נאמבער 7 מאכט נישט קיין סענס

נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 11:03 pm
דורך its me
zurich האט געשריבן:נאמבער 7 מאכט נישט קיין סענס

Back then it was the cheapest

נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 11:07 pm
דורך יין שרף
zurich האט געשריבן:נאמבער 7 מאכט נישט קיין סענס

גענומען פון דא.
ס'איז דאך נאר להגדיל תורה ולהאדירה...

נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 11:10 pm
דורך its me
That the thunder and the lightning happen simultaneously. The reason we see the lightning first, is because the speed of light is faster then the speed of sound
Maybe that's why you're not supposed to be mafsik between the lightning and the thunder for the bruche purposes
Where is @farvus

נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 11:11 pm
דורך יין שרף
18] די וועלטס ערגסטע "סיריעל קיללער"איז איינער מיטן נאמען לואיס קובילאס. ער האט גע'הרג'ט איבער 140 קינדער, (אין מאפע וואס ער האט געצייכענט אין תפיסה צייכענט ער אן איבער 300 פלעצער וואו ער האט באגראבן סקעלעטען'ס!) אין יאר 1999 האט מען אים געכאפט אין ארעסטירט אין קאלאמביע, ווי מען האט אים צוגעטיילט נישטיגע 22 יאר תפיסה מיט די מעגליכקייט ארויסצוגיין פריער פאר גוטע אויפירונג.

19] "גינעס" האט באטיטעלט "יונתן לי ריטשעס" פאר די פערזאהן וואס האט גע'פייל'ט די מערסטע "לאוסאוטס" אין די פאראייניגע שטאטן, איבער צוויי טויזענט זעקס הונדרעט LAWSUITS האט ער שוין געפיילט, אריינגערעכענט אקעגן פרעזידענט בוש-די צווייטער, און די סאמאליער ים-רויבער. פארשטייט זיך ער האט געסאוט "גינעס רעקרדס" דערפאר...

20] הייסע וואסער וועגט מער ווי קאלטע...

נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 12:42 am
דורך יין שרף
21] 97% פון די וועלטס וואסער איז געזאלצן. די צוויי אנדערע פראצענט איז אדער אייז, אדער אונטער די ערד. נאר ווייניגער ווי 1% פון די וועלט'ס וואסער קענען מיר טרינקען כמו שהוא.

22] א קול פארט פופצען מאל שנעלער דורך אייזען ווי דורך לופט.

23] STERLING SILVER איז 7.5% קופער.

24] א ניי געבוירן ביבער וועט נישט פארלאזן זיינע עלטערן ביז די צוויי יאר.

25] א סקאנק קען צילען זיין שפריץ ביז 10 פיס אוועק פון אים.

26] א הערש קען נישט עסן שטרוי.

27] א הונט קען בעסער זעהן ווי א מענטש, אבער נישט אלע קאלירן.

28] די לעבענס ראטע פון א סקווירל (מאקאש בלע"ז) איז ניין יאר.

29] ב"ק פילען ארבייטן אויך אויף גארילעס...

30] עס איז פארהאנען מער ווי פופציג מיני קענגעראס...

נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 1:06 am
דורך קליגער אינגערמאן
אז די לויפסט אויס פון יפה בעטו'ס קענסטו קימען צו מיר. עך מיין אז איך האב נאך אלע.....

זשאסט זשאקינג ;) ... שרייב ווייטער, ס'איז גאנץ אינטערסאנט.

נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 1:19 am
דורך רוח קדים
יין שרף מאכט ספינען די קאפ, אפילו פאר גערילאס.

איינס פון יעדן חסידישן אינגערמאן האט שוין געלייגט ס׳מיטלסטע פינגער אויף די ברילן.

געפילטע פיש האלט זיך פריש, אפילו ווען ס׳ליגט נישט אין שטיבל.

שמעקעדיג שמעקט נישט עכט.

רויטע וואנצעס האט באמת טונקל ברוינע וואנצעס.

מערסטע ציונים שטארבן שבת נאכמיטאג.

ק״י האט דריי בתי חיים.

ערב יום כיפור גייען ס׳גרעסטע צאל חסידים אין שויער.

ערב פסח פוצן גרעסטע צאל חסידים די ציין.

תהילים כולל איז ס׳גרעסטע פיקשען פאבלישינג אויף דער אידישער שפראך.

ס׳איז דא צוויי סאטמערס.

צימעס איז ס׳איינציגסטע פאורעם אןיף קאווע שטיבל וואס איז ברוין.

אוי טי די׳ס מוזן לאו דוקא קומען פון צעבראכענע שטיבער.

נישט יעדער אפיקורס קומט פון ריין תאוות.

איך בין זייער מיד

נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 1:24 am
דורך מאטי
נאך א לייכטע גוגל זוך זע איך אז sporange א זעלטענע ווארט גראמט מיט Orange
אגב אז דו רעדסט שוין פון Silver איז דאס אויך פון די ווערטער וואס פארמאגן נישט קיין גראם.

נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 1:28 am
דורך smartinof
יין שרף'ס שוויגער, איז א אלקעהאליק...

נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 1:43 am
דורך יין שרף
31] אויב גייט מען צוריק די יחוס 25 דורות, קען מען האבן ביז 33,554,432 אור עלטערן! * (פארשטייט זיך נישט אויב עלטערן האבן חתונה געהאט מיט קרובים, אפי' א 23 קאזין...)
[center]* עקסקלודינג רבי'שע אייניקלעך... :)[/center][center][/center]

32] קים יאנג איל האט געשריבן אין זיין ביכל אז ער האט קיינמאל געדארפט גיין אין ביה"כ לעשות קטנה או גדולה...

33] איין פון צען מאל גייט א לייב אליינס ארויס זוכן קרבנות צום עסן, די איבריגע ניין שיקט ער די בני בית...

34] און קאלעראדא, יוטה, און וואשינגטאן, איז אומלעגאל צו זאמלען רעגן וואסער!, וויבאלד די רעגירונג האלט אז עס איז זייערס...

35] צווישן 40% און 60% וואס ליינען די ווארט YAWN (און ווייסן וואס עס מיינט... ;) ) yawn דערנאך...

36] ווי אויך איז עס contagious , אויס זעהט מען איינעם יאWנען, וועט מען אויך...

37] קעז איז די מערסט גע'גנב'עטע (shoplifted) עסן פון געשעפטן!

38] איינס פאר די מערסט גע'גנב'טע עסן איז רויע פלייש!

39] פיינעפל איז בכלל נישט פון די עפל משפחה...

40] א טאמאטע איז באמת א פרוכט! אזוי אויך עגפלענט! (עס איז פון די BERRY משפחה...)

נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 1:46 am
דורך רויטע וואנצעס
אז מידע מענטשען לאכן ווען זיי ליינען מאדנע זאכן אינמיטן די נאכט.

נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 1:55 am
דורך מאטי
ווי דאס גוטע בוך זאגט:

A Wise man knows that a tomato is a fruit
But a smart man knows to leave it out of his fruit salad