בלאט 1 פון 1
אברהם אבינו וואלט נישט געקענט אריין אין אונזער מוסדות
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 10:13 pm
דורך ראש הישיבה
[justify]הרב שטיינמאן זאגט אז ווען אברהם אבינו וואלט applied ביי אונזערע מוסדות וואלט ער נישט געקענט אריין, ווייל זיין טאטע תרח וואלט נישט געווארן אהנגענומען ביי די וועד!!
עס איז א הימל געשריי וואס גייט פאר ביי אנשי שלומינו , ווי עס דרייען זיך ארום פארווייטאגטע טאטעס מיט מאמעס, מיט זייערע עלטערין, וויאזוי מען קלויבט זיך נישט אריין צולאזן קליינע קינדער, צוליב נישטיגע תירוצים.
מען מאכט תקנות און פרינציפן און מען שטעלט זיך אויף דעם כאילו דאס איז פון די עשרת הדיברות. ווי עס פארענטפערט זיך פאר מיר א חבר הוועד פון א מוסד: אז פאר א יאהר האבן מיר זיך געלאזט פון פרעשור, אין מיר ליידן. די קינד רעדט פון..... א סעלפון....
מיר דארפן זיך פרעגן פאר מיר מאכן א תקנה:
1. וואלט אברהם אבינו דורך געפיט די תקנת המוסד?
2. וואלט יצחק און יעקב געקענט אריין אין א מוסד, כאטש זיי האבן געהאט אפגעפארענע ברודערס (ישמאל ועשו)?
3. וואלט דוד המלך געקענט אריין אין אונזערע מוסדות, ווען ער שטאמט פון גרים?
4. על סמך פון וועלעכע פארצייטישע גדול האט מען זיל מתיר געוועהן שפיכת דמים און באזייטעגן משפחות נאר צוליב נישטיגע סיבות?
איך גיי פארלייגן 2 מעשיות וואס קאכן זיך יעצט. איך האב מברר די אמת פון די מעשיות:
1. א ווייבל וואס קומט פון א משפחה נישט חסידיש נישט ליטוויש, האט אלס מיידל געזאגט אז זי וויל חתונה האבן מיט א חסידישע בחור. זי האט חתונה געהאט מיט א בעלזער בחור. זי איז געוועהן א אשה כשרה, זי האט זיך געפירט אלעס ווי ביי חסידים. איין חסרון האט זיי געהאט, זי האט געדרייווט כפי שקיבלה מאמה, אזויווי איר מאמע האט זיך געפירט.
ווען זי האט געוואלט שיקן איר טאכטער אין סקול, האט מען איר אפגעזאגט צוליב די חטא פון דרייוון! עס האט נישט געהאלפן קיין טענות ומענות.
זי האט נישט אויסגעהאלטן די rejection זי האט געזאגט אה מען וויל מיר נישט, מה לי לצרה הזאת? זי האט ליידער געגליטשט, און פאר צוויי וואכן האט מען זיך גע'גט!!!!
2. כעין זה קאכט זיך יעצט מיט א אינגערמאן וואס גליטשט צוליב וואס מען וויל נישט אהננעמן זיינע קינדער אין די מוסדות.
רבותי ביי ביידע פעלער, זענען דא טאטעס אין זיידעס און באבעס, וואס בלוטיגט זייער הארץ צוצוקוקן ווי זייער קינדער אדער אייניקלעך גייען צוגרינד.
אזויווי [tag]הוגה[/tag] האט געזאגט אז קיינער ווייסט נישט ווען ער וועט דארפן פעיסן אזא פראבלעם, זיי נישט פון די וואס "מדשתקי שמע מינה דניחא ליה". יעדעס מאהל וואס איר האלט מיט אזא רשעות, זאגט וואס איר האלט, און מיט דעם וועסטו נישט זיין קיין צועק לשעבר.[/justify]
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 10:20 pm
דורך יין שרף
כ'ווייס נישט וויאזוי מען קען לייקען אזא תגובה...איך לייק נאר די שרייבער דערפון נישט די מעשה רשעות...
די ווערטל גייט אז אברהם אבינו וואלט מען נישט אנגענומען אין די היימישע מוסדות ווארום ער איז דאך א זוהן פון תרח...
אבער ישמעאל וואלט מען אוודאי אנגענומען, וואס הייסט? ר'איז דאך א זוהן פונעם רבי אברהם אליין!
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 10:43 pm
דורך רויטע וואנצעס
רחל אמינו האט געדרייוט, אזוי שטייט אין פסוק.
רבקה אמינו אויך, זעהט אויס מרת בתואל איז געווען א שלעכטע השפעה אויף די טאכטער.
וַתָּקָם רִבְקָה וְנַעֲרֹתֶיהָ וַתִּרְכַּבְנָה עַל הַגְּמַלִּים.
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 11:37 pm
דורך galitzyana
Stupid people they should have send their kids to public school also they could of put together 25 yingerliet or more and open their own school uh ho just wait when that happens
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 11:46 pm
דורך outspoken
galitzyana האט געשריבן:Stupid people they should have send their kids to public school also they could of put together 25 yingerliet or more and open their own school uh ho just wait when that happens
אינטערסאנט, אנדערהיים זענען די קינדער געגאנגען אין פאבליק סקול און ס'ניטאמאל געווען בגדר א גזירה (ווי זיך שטעלען צום מיליטער) ס'געווען א חק המדינה.
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 11:48 pm
דורך ישמעאל הכהן
נישט ריכטיג. אברהם וואלט מען אנגענומען ווייל ס'דאך באקאנט געווען אז ער איז אנדערש און קריגט זיך מיט'ן טאטע'ן.
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 11:55 pm
דורך פארוואס?
בעפאר ווען איך זאל טראכטן צו אברהם אבינו ע״ה וואלט געווארן אנגענומען אדער נישט צוליב זיין מאנגל אין זכות אבות, בין איך גאנץ מסופק צו ער אליינס וואלט געווארן אנגענומען אלס זיין אייגענע יחוס:
1). זיין לבוש איז לכאורה נישט געווען דומה צו די אלטע אירופאישע לבוש.
2). זיין ווייב האט זיך געלאזט וואקסן די האר.
3). ער האט נישט גערעדט קיין היימישן אידיש.
4). ער האט געטראפן זיין באליבטע אהן א שדכן אינצווישן.
5). ער האט אריינגעלאזט ביי זיך אינדערהיים גוי׳שע שכנים, אהן קיין מורא אז זיינע קינדער וועלן נשפע ווערן, (פון וואס? אז וואס?).
די ליסט איז נאך לאנג.
אין איין ווארט, איך זעה נישט קיין שום צושטעל פון אברהם אבינו צו א היינטיגער טיפיקל חסידישער יונגערמאן.
נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 12:50 am
דורך רויטע וואנצעס
אפשר דערפאר מאכט מען זעכער היינט אז פרויען לעבן אין א באקס, לזכר שרה אמינו.
נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 1:08 am
דורך smartinof
אבער די שאלה צו רחל אדער שרה געשטעט מיט יעדן צרי וזב אויף פעיסבוק, און צו האבען אברהם און מיט שרה, אדער יצחק מיט רבקה, געוואטש פארנאגרעפי צוזאמען, אדער גאר איז יצחק און אברהם געגאנגען טאנצען און א סטריפונג קלאב'ס וכד' וכו' וכו' די ליסטע איז גאנץ לאנג
מיין פוינט איז עס איז זיכער, אז די מוסדות באגייען געווסיע עוולות, אבער, ניין מען קען נישט מאכען קיין כללים, נישט יעדער טאטע וואלט געוואלט אז זייער זוהן זאל אהיימקומען פון חדר און זאגען 'מאמי ביסט ס*ק*י, העי מושי ווער האט דיר דאס אויסגעלערנט?, יענקי האט מיר געזאגט אז זיין מאמע איז היינט געווען זייער *ע*ס* צו זיין טאטע, וכו', הגם עס איז אפילו נעריש אויסצורעכנען פרטים, עס זענען מענטשען פון צוויי וועלטען, און סאיז אינגאנצען נישט לאגיש צו זאגען אז מען דארף יעדן אריינעמען, אמת די עקרונות פון די מוסדות זענען נישט אלע לעגעטים, די ריכטיגע עצה איז לכאורה צו עפענען א מוסד ברוח החסידות אן קיינע פרינציפען וכו'
און ח"ו קיינער זאל מיר חלילה נישט חושד זיין אז איך בארעכטיג די מוסדות פאר זייערע רשעות, נאר מען דארף וויסען אז עס איז דא פארוויטאגטע עלטערן אויף די אנדערע זייט אויך, מען דארף זיין אבייעקטיוו, און נישט סתם נאכשרייען וואס יעדער מיט אן אחוריים הענגען פון זיך זאגט
נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 1:16 am
דורך נושא ונותן
זייער א פארווייטאגדיגע נושא, אין עס איז קלאר אז ס'זענען דא אסאך מעשיות וואס איז וועגן רשעות אדער בעסער געזאגט וועגן צמצום אין טפשות מיט גאווה פארמישט, אבער דאך איז עס נישט שווארץ אין ווייס.
דאס איז קלאר אז א מוסד האט א רעכט אין גאר א חיוב צי מאכן א געוויסער אטמאסטפער אינעם מוסד כדי צי מחנך זיין די תלמידים, שיעורים מיט שמיעסען איז נישט גענוג צי אויספארעמען א תלמיד צי וואס די מטרה פונעם מוסד איז נאר, די גאנצער מצב אינעם מוסד ווי אזוי מען עסט רעדט שפילט אין פארברענג אין אויך ווי אזוי מען דאווענט אין לערענט אלעס געט צי צום חינוך אין צי אויספארעמען די תלמיד.
איך מיין א יעדער פארשטייט אז א מוסד וואס זייער ציל איז ארויס ציגעבן תלמידים וואס זאלען זיין היימישע קינדער לפי ווי זיי טייטשען היימיש - לאמיר זאגן תלמידים וואס רעדן אידיש גייען אנגעטאן אויף א געוויסע אויפן רעדן א איידעלע שפארך לפי ראות והבנת עיני המוסד, מיין איך אז דער מוסד דארף נישט נעמן קינדער וואס קענען נישט קיין אידיש אדער זענען נישט מתאים צום מוסד. ס'קען זיין אז עס זענען משוגעת'ן אדער זענען עס זיכער משוגעת'ן אבער דאך האבן זיי א רעכט צי מחנך זיין זייערע משוגעת'ן ווער עס האט עס נישט ליב מיז נישט שיקען אהין.
יעצט ווען מען קומט נישט רעדן וועגן דעם תלמיד אליינס נאר וועגן זיין סביבה משפחה וכדומה, דעמאלסט זענען דא זאכן וואס געבן זיי רעכט עס צי נעמן אין חשבון אין זאכן וואס נישט למשל א קינד וואס אין שטיב לאזט מען אים גיין אויפן אינטערנעט אדער מען געבט אים צי ליינען ביכער וואס מאכן אים טראכטען אנדערש ווי אין מוסד לערנעט מען אויס האט דער מוסד א טענה אז מען שטערט זייערע חינוך. ווייטער ווען אין שטיב איז מען מזלזל אין זאכן וואס אין מוסד לייגט מען א דגוש איז עס אמאל א פראבלעם אין אמאל נישט, אין פארדעם האט מען געמאכט קלארע תקנות כדי צי פארמיידען אלע די ספקותדיגע מצבים. סאיז דא אין דעם א הגיון כל זמן ווען די מוסד קוקט מיט א ברייטקייט אז דא איז טאקע נישט ווי די תקנות אבער סאיז דא א סיבה אדער אפילו ווען נישט אבער דאך אפשר וועט נישט שאטן פארן חינוך מאיזה שהוא סיבה אדער וועט עס יא שטערן אין אזוי מאכן די החלטה, אבער דאס איז נישט געשען נאר מיט די צייט זענען די תקנות געווארן ווי תורה אויב עס איז מן השמים אין מען קען נישט מקיל זיין מיט גארנישט ווייל ספיקא לחומרא אין פארקערט מעו לייגט נאך צי גדרים וסייגים אזוי ווי אויף יעדער דאורייתא. אין דא הייבט זיך אן דער בראך.
אבער זאגן אז עס איז לויטער רשעות בין איך בכלל נישט זיכער איך מיין עס איז ווי געזאגט צמצום טפשות מיט גאווה געמישט.
נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 1:24 am
דורך מאטי
איר גייט אלע צוריק ביז די אבות, איך וואלט געזאגט אז ניטאמאל דער בעל שם טוב וואלט מען אנגענומען. קודם איז ער געקומען פון א צובראכן שטוב, זיך געדרייט און בית המדרש ביז שפעט, דערנאך געשלאפן און וואלד. פון דארט געגאנגען צו קרעטשמעס. #נאטעיטשענס!!
נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 8:47 am
דורך הוגה
נושא ונותן האט געשריבן:אבער זאגן אז עס איז לויטער רשעות בין איך בכלל נישט זיכער איך מיין עס איז ווי געזאגט צמצום טפשות מיט גאווה געמישט.
אה! ניחמתני ניחמתני! עס איז נישט לויטער רשעות, עס איז אויך צמצום טפשות און גאוה. יעצט בין שוין רואיג.
.
נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 11:15 am
דורך נושא ונותן
הוגה האט געשריבן:נושא ונותן האט געשריבן:אבער זאגן אז עס איז לויטער רשעות בין איך בכלל נישט זיכער איך מיין עס איז ווי געזאגט צמצום טפשות מיט גאווה געמישט.
אה! ניחמתני ניחמתני! עס איז נישט לויטער רשעות, עס איז אויך צמצום טפשות און גאוה. יעצט בין שוין רואיג.
מאכען א סעלעקציע איז זייער א שווערע און אחריות'דיגער ארבעט, און כדי נישט צו מאכן א מיסטעיק זוכען זיי א גרינגער וועג ארויס. איז עס שיין איידעל ערליך? ניין, אבער עס איז זייערס א פריוואטער פלאץ און טייל מאל האבן זיי רעכט. און זיי האבן רעכט צו זיין בעלי גאוות אויך. ווייטער צמצום אין טפשות זענען זיי דאך נישט שולדיג
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 3:22 pm
דורך ודי למבין
איי געסס די עדיטארס פון די בלאט האבן יא ווי צו לייגן זייער קינדער.
פוי!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 6:10 pm
דורך יואליש
המלוכה והממשלה האט געשריבן:אידיש בליט וואס גיסט זיך אין די גאסן איז לויט דער בלאט סתם העצעריי פון וואטסעפפ!!!
דערמאנט מיך די באקאנטע מעשה ווי דער חזן האט זיך באקלאגט פאר זיין אידענע אז דער ראש הקהל האט אים שטארק קריטיקירט אז זיין דאווענען פארן עמוד האט נישט קיין אידישע טעם. בארואיגט אים זיין אידענע: "נע, דו מיינסט טאקע אז דער ראש הקהל איז א מבין אויף חזנות? א נעכטיגער טאג! ער פלאפעלט בלויז נאך וואס ער הערט אין ביהמ"ד פון אנדערע!"
בלעימען א קאמוניקאציע פראגראם אלס די מקור פון די אומצופרודנהייט קוקט אויס ווי די קליגע ווייב פונעם חזן. דער בריוו פארזעהט אז וואטצעפ איז בלויז א מיטל וואס דעקט אויף וואס די אידן וואלטן באמת געשריבן צום בלאט ווען זי זאל נאר האבן די קוראזש צו דריקן אומפאבראצירטע בריווען. וואטצעפ איז די לעגעטימע בריוו צו אלע רעדאקציעס וואס שפיגלט אפ מיינונגן וואס מענטשן ערלויבן זיך נישט אויסדריקן ברבים מחמת כמה סיבות.
צו מסביר זיין באופן אחר. דער בלאט איז נישט קינדיש "צוליב" די "פענע צום בלאט" רובריק, דו רובריק דעקט אויף אז דער בלאט איז בעצם קינדיש. הוא הדין, דער עולם איז נישט פארווייטאגט צוליב א וואטסעעפ מעסעדזש, די מעסעדזש דעקט אויף אז דער עולם איז פארווייטאגט.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 12:04 am
דורך מאטי
אינטערסאנט איז, אז דער איז מודה אז מ'ווארפט רעכטס און לינקס ער איז בלויז מעיד אלס א "חבר הנהלה אין א מוסד" אז אין יעדען פאל איז מען דן בכובד ראש.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 1:52 pm
דורך סימפל
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אפשר דערפאר מאכט מען זעכער היינט אז פרויען לעבן אין א באקס, לזכר שרה אמינו.
קוק וואס איז אבער געשעהן די מינוט וואס מען האט איר ארויס גענומען פין די באקס...