בלאט 1 פון 2
פרישע משוגעת, הדלקה ביי קברי צדיקים
נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 12:54 am
דורך הדד בן בדד
האלא, ברוכים הבאים צום נייעם שגעון.
היות איך בין א לאקשנקוגלער חסיד, און אין צוויי וואכן ארום קומט פאר די יארצייט פון מיין רבין, דער לאקשנקוגלער רבי זצ"ל, גיי איך אי"ה אנצונדן א גרויסע פייער ביים ציון פון מיין רבין, ויקרא שמו בישראל הדלקה. ווער עס וויל האבן פאן און אביסל סאדע בחינם קען קומען האצקען אביסל. איך האב שוין באשטעלט די פיקטשער כאפערס און עס גייט זיין אין אלע צייטנוגען, אויך אין אימעיל און אויף אסאך פארומס אויפן אינטערנעט.
איי וועט איר מיך פרעגן וואסעפעס האב איך מיך יעצט דערמאנט?
איז אזוי. דא אין אמעריקא האט געוואוינט א קלוגער אידל, וועלכע האט אויך געקענט אסאך לערנען, א כיטרער אינגל געווען און האט געוואוסט וויאזוי אויסצונוצן א געלעגענהייט. לדוגמא האט ער געטוישט זיין נאמען פון קליין אויף הקטן, עס קוקט אויס מער אינטערעסאנט. און דער אידל האט מיט די יארן זיך געקרוינט אלס אונגוואר'ער רב, און ווען ער איז אנגעקומען נענטער צו די ימי הזקנה און דער סטייל פון רבנות איז שוין געווען היפש אויסגעוועפט, האט ער זיך שנעל ארויפגעכאפט אויפן וואגן פון אדמו"רות און איז געווארן דער אדמו"ר מ'אונגוואר. ער האט געהאט א גוטן טעיסט אין בעקישעס און אין ריעל עסטעיט, און האט זיך גוט אוועק געשטעלט.
אבער ער האט אויך געהאט גאר א גוטע טעיסט צו אטענשאן, און האט געכאפט דערפון ווי נאר ער האט געקענט. און אויב איז נישט געווען פון וואס, דאן האט ער עפעס געמאכט.
די לעצטע פאר יאר האט ער עולה געווען קיין ארץ ישראל זיך אויסלעבן די יארן דארט, אין קרית אונגוואר, צווישן זיינע חסידים און מוסדות... און דארט האט ער זיך אויך איינגעפירט א מנהג, אז אין דעם טאג וואס איז אנגענומען אלס יארצייט פון שמואל הנביא איז ער ארויס אהין צום ציון. אבער סתם ארויפגיין צום ציון איז דאך נישט אינטערעסאנט, יעדער קען דאך דאס, איז ער אויפגעקומען מיט א המצאה: ווער זאגט אז נאר אין מירון ביי ר' שמעון מעג מען אנצונדן א הדלקה? איז נישט שמואל הנביא געווען גענוג גרויס אז מען זאל ביי אים אנצונדן א הדלקה?
געטראכט און געטאן, מען האט אויפגעשטעלט א געביידע, עס אנגעצונדן, ויקרא שמו בישראל הדלקה (אדער אבוקה, איך געדענק שוין נישט פונקטליך) און געגאנגען, אלע צייטונגען האבן געלייגט בילדער און ער האט געהאט אטענשאן.
האב איך דאך געמיינט אז מיט זיין פטירה האט זיך אט דער משוגעת געענדיגט. ווי נישט ווי איז ער געווען אן אלטער איד, א תלמיד חכם, און פון אזא מענטש קען מען מער פארנעמען. אבער דערווייל זעה איך אז נישט. דער ממשיך, זיין ממלא מקומו בקודש, האט אויך ליב אטענשאן זעהט אויס נישט ווייניגער ווי דער פאטער, און ער האט מחליט געווען ממשיך צו זיין מיט דעם "מסורה". און ער האט עס נאך פארבעסערט, מען האט שוין געמאכט א ספעציעלן ניגון פאר דעם געהויבענעם מעמד הדלקת השריפה און קיין ליידיג גייערס פעלן דאך אין ערגעץ נישט און אין ירושלים אוודאי נישט, איז געגאנגען, טראלאלאלאליייי ליייי ליייי לאלאלאלא לייייי
בקיצור, איך וויל אויך. ביי מיין רביס יארצייט אי"ה גיי איך אויך מאכן א פייער און איך גיי האבן פאן און אסאך אטענשאן.
מי לה' אלי
נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 1:01 am
דורך שמואל הלוי
למען האמת ביים קבר פון שמאל הנביא איז געווען איינגעפירט הדלקות נאך הונדערטער יארן צוריק, און מאנכע זאגן אז די גאנצע הדלקה ביי ר' שמעון שטאמט פון די מנהג וואס מ'פלעגט צינדן ביי שמואל הנביא.
נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 2:18 am
דורך פראפעסאר שפירא
פין מיין זייט קען ער מאכען פייער'ס יעדע נאכט נאך ספירה ציילען אין אויך בראטען קארטאפעל, אין אויך תשעה באב ביינאכט זכר לחורבן, וואס גייטעס מיר אן ?, ווילאנג ער באדערט נישט יענעם, וועם גייטעס אן ?,
נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 4:07 am
דורך רואיק
הדד בן בדד האט געשריבן:האלא, ברוכים הבאים צום נייעם שגעון.
היות איך בין א לאקשנקוגלער חסיד, און אין צוויי וואכן ארום קומט פאר די יארצייט פון מיין רבין, דער לאקשנקוגלער רבי זצ"ל, גיי איך אי"ה אנצונדן א גרויסע פייער ביים ציון פון מיין רבין, ויקרא שמו בישראל הדלקה. ווער עס וויל האבן פאן און אביסל סאדע בחינם קען קומען האצקען אביסל. איך האב שוין באשטעלט די פיקטשער כאפערס און עס גייט זיין אין אלע צייטנוגען, אויך אין אימעיל און אויף אסאך פארומס אויפן אינטערנעט.
איי וועט איר מיך פרעגן וואסעפעס האב איך מיך יעצט דערמאנט?
איז אזוי. דא אין אמעריקא האט געוואוינט א קלוגער אידל, וועלכע האט אויך געקענט אסאך לערנען, א כיטרער אינגל געווען און האט געוואוסט וויאזוי אויסצונוצן א געלעגענהייט. לדוגמא האט ער געטוישט זיין נאמען פון קליין אויף הקטן, עס קוקט אויס מער אינטערעסאנט. און דער אידל האט מיט די יארן זיך געקרוינט אלס אונגוואר'ער רב, און ווען ער איז אנגעקומען נענטער צו די ימי הזקנה און דער סטייל פון רבנות איז שוין געווען היפש אויסגעוועפט, האט ער זיך שנעל ארויפגעכאפט אויפן וואגן פון אדמו"רות און איז געווארן דער אדמו"ר מ'אונגוואר. ער האט געהאט א גוטן טעיסט אין בעקישעס און אין ריעל עסטעיט, און האט זיך גוט אוועק געשטעלט.
אבער ער האט אויך געהאט גאר א גוטע טעיסט צו אטענשאן, און האט געכאפט דערפון ווי נאר ער האט געקענט. און אויב איז נישט געווען פון וואס, דאן האט ער עפעס געמאכט.
די לעצטע פאר יאר האט ער עולה געווען קיין ארץ ישראל זיך אויסלעבן די יארן דארט, אין קרית אונגוואר, צווישן זיינע חסידים און מוסדות... און דארט האט ער זיך אויך איינגעפירט א מנהג, אז אין דעם טאג וואס איז אנגענומען אלס יארצייט פון שמואל הנביא איז ער ארויס אהין צום ציון. אבער סתם ארויפגיין צום ציון איז דאך נישט אינטערעסאנט, יעדער קען דאך דאס, איז ער אויפגעקומען מיט א המצאה: ווער זאגט אז נאר אין מירון ביי ר' שמעון מעג מען אנצונדן א הדלקה? איז נישט שמואל הנביא געווען גענוג גרויס אז מען זאל ביי אים אנצונדן א הדלקה?
געטראכט און געטאן, מען האט אויפגעשטעלט א געביידע, עס אנגעצונדן, ויקרא שמו בישראל הדלקה (אדער אבוקה, איך געדענק שוין נישט פונקטליך) און געגאנגען, אלע צייטונגען האבן געלייגט בילדער און ער האט געהאט אטענשאן.
האב איך דאך געמיינט אז מיט זיין פטירה האט זיך אט דער משוגעת געענדיגט. ווי נישט ווי איז ער געווען אן אלטער איד, א תלמיד חכם, און פון אזא מענטש קען מען מער פארנעמען. אבער דערווייל זעה איך אז נישט. דער ממשיך, זיין ממלא מקומו בקודש, האט אויך ליב אטענשאן זעהט אויס נישט ווייניגער ווי דער פאטער, און ער האט מחליט געווען ממשיך צו זיין מיט דעם "מסורה". און ער האט עס נאך פארבעסערט, מען האט שוין געמאכט א ספעציעלן ניגון פאר דעם געהויבענעם מעמד הדלקת השריפה און קיין ליידיג גייערס פעלן דאך אין ערגעץ נישט און אין ירושלים אוודאי נישט, איז געגאנגען, טראלאלאלאליייי ליייי ליייי לאלאלאלא לייייי
בקיצור, איך וויל אויך. ביי מיין רביס יארצייט אי"ה גיי איך אויך מאכן א פייער און איך גיי האבן פאן און אסאך אטענשאן.
מי לה' אלי
דאכטצעך מ׳קען טוישן די נאמען קליין אויף טייטעלבוים, טווערסקי אדער האלבערשטאם און די מעשה וועט ביילייפיג ווייטער שטימען.
נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 8:55 am
דורך איך אויך
שמואל הלוי האט געשריבן:למען האמת ביים קבר פון שמאל הנביא איז געווען איינגעפירט הדלקות נאך הונדערטער יארן צוריק, און מאנכע זאגן אז די גאנצע הדלקה ביי ר' שמעון שטאמט פון די מנהג וואס מ'פלעגט צינדן ביי שמואל הצדיק.
עס שטאמט פון א בריוו פון רבינו עובדיה ברטנורא וואס לייגט אראפ ווי אזוי די הדלקה ביי שמואל הנביא האט אויסגעזעהן, בתוך הדברים שרייבט ער אז מען האט פארברענט טייערע קליידער, הריא"ז מרגליות האט מזייף געווען דעם שטיקל און עס ארויפגעלייגט אויף מירון.
נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 9:41 am
דורך יידל
אייגנטליך אזוי ווי מ'אט שוין דערמאנט דא, קומט די הדלקה אין מירון פון די הדלקה ביי שמואל הנביא, און די הלדקה ביי שמואל הנביא קומט פון די הדלקה ביי נבי סמואל.
נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 10:29 am
דורך הדד בן בדד
אויב אזוי וועט די הדלקה ביים לאקשנקוגלער רבי אויך קומען פון שמואל הנביא. נו, ווער איז אין די מוד פון א קעמפפייער (אדער קבר פייער) און פאן?
נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 8:38 pm
דורך אלבערט
איך אויך האט געשריבן:שמואל הלוי האט געשריבן:למען האמת ביים קבר פון שמאל הנביא איז געווען איינגעפירט הדלקות נאך הונדערטער יארן צוריק, און מאנכע זאגן אז די גאנצע הדלקה ביי ר' שמעון שטאמט פון די מנהג וואס מ'פלעגט צינדן ביי שמואל הצדיק.
עס שטאמט פון א בריוו פון רבינו עובדיה ברטנורא וואס לייגט אראפ ווי אזוי די הדלקה ביי שמואל הנביא האט אויסגעזעהן, בתוך הדברים שרייבט ער אז מען האט פארברענט טייערע קליידער, הריא"ז מרגליות האט מזייף געווען דעם שטיקל און עס ארויפגעלייגט אויף מירון.
אבי געשאסן א שמוציגע תגובה אויפן חשבון פון א וואוילן איד!
נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 8:47 pm
דורך איך אויך
דו ווייסט וואס דו רעדסט אדער סתם געשאסען א תגובה? דער זיוף איז שוין אויסגעשמיעסט אין מערערע פלעצער.
נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 11:08 pm
דורך הדד בן בדד
איך האב מיך נישט טועה געווען, ווייל איך קען דיר טרעפן אסאאאאאאאאאאאך, זאכן וועלכע זענען געווען אמאל איינגעפירט און עס איז בטל געווארן מיט די צייט. וועל איך זיך גיין ארויפכאפן דערויף און מאכן פראפאגאנדע אין אלע צייטונגען. זיין צינדען דארט דעם הדלקה, און בפרט דאס וואס זיין זון איז דאס ממשיך איז הויל פראפאגאנדע און אטענשאן זוכעריי.
נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 4:52 pm
דורך א איד
איך ווייס פון א איד וואס גייט צו זיין זיידנס יא"צ א גרויסע רבי געווען, און ער צינדט אן דארט א פייער מיט די ליכט, און עס ברענט אן הדלקה, בוי הדד, קענסט עס רוהיגערהייט טוהן, איך גיב דיר גרויס חיזוק דערויף!
נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 11:17 pm
דורך הדד בן בדד
א איד האט געשריבן:איך ווייס פון א איד וואס גייט צו זיין זיידנס יא"צ א גרויסע רבי געווען, און ער צינדט אן דארט א פייער מיט די ליכט, און עס ברענט אן הדלקה, בוי הדד, קענסט עס רוהיגערהייט טוהן, איך גיב דיר גרויס חיזוק דערויף!
אדרבה, זאג מיר ווער דאס איז, איך וואלט אויך געוואלט אהין גיין האבן פאן. (עסן געט מען דארט אויך, ווייל דאס האב איך אויך שטארק ליב)
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2012 1:11 pm
דורך א איד
ניין עס איז נישט קיין שום פאן, בכיות נוראות קומט דארט פאר ביים ציון.
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2012 1:25 pm
דורך הדד בן בדד
א איד האט געשריבן:ניין עס איז נישט קיין שום פאן, בכיות נוראות קומט דארט פאר ביים ציון.
נו פארוואס זאגסטו נישט ווי און ווען דאס איז איך וויל אהין גיין, און אויב איז דארט דא א התעוררות, איז דאך בעסער, אפשר וועל איך נתעורר ווערן און איך וועל נאך ווערן עפעס אן ערליכער איד.
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2012 3:39 pm
דורך שמיטה
הדד בן בדד האט געשריבן:איז אזוי. דא אין אמעריקא האט געוואוינט א קלוגער אידל, וועלכע האט אויך געקענט אסאך לערנען, א כיטרער אינגל געווען און האט געוואוסט וויאזוי אויסצונוצן א געלעגענהייט. לדוגמא האט ער געטוישט זיין נאמען פון קליין אויף הקטן, עס קוקט אויס מער אינטערעסאנט. און דער אידל האט מיט די יארן זיך געקרוינט אלס אונגוואר'ער רב, און ווען ער איז אנגעקומען נענטער צו די ימי הזקנה און דער סטייל פון רבנות איז שוין געווען היפש אויסגעוועפט, האט ער זיך שנעל ארויפגעכאפט אויפן וואגן פון אדמו"רות און איז געווארן דער אדמו"ר מ'אונגוואר. ער האט געהאט א גוטן טעיסט אין בעקישעס און אין ריעל עסטעיט, און האט זיך גוט אוועק געשטעלט.
אבער ער האט אויך געהאט גאר א גוטע טעיסט צו אטענשאן, און האט געכאפט דערפון ווי נאר ער האט געקענט. און אויב איז נישט געווען פון וואס, דאן האט ער עפעס געמאכט.
אן אריינגיין אינען דיון, יא הדלקה נישט הדלקה, מיט א מקור צו אן א מקור. אבער צו נעמן אפילו א פשוטע איד, און איהם אזוי מיאוס באזינגן ברבים, איז אסאך אסאך א גרעסערע עוולה און פארברעך. והעולה על כולנה, אז ס'רעדט זיך פון אן ערליכע איד, א תלמיד חכם מפורסם וכו' כו'.
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2012 2:43 am
דורך הדד בן בדד
אפשר זאגסטו מיר וואס איך האב אים אזוי מיאוס באזינגען. איך האב דעם איד גוט געקענט, און איך האב נישט געשריבן אויף אים קיין איין ווארט ליגנט, ניטאמאל א גוזמא'דיג ווארט
נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 7:17 pm
דורך שמיטה
הדד בן בדד האט געשריבן:אפשר זאגסטו מיר וואס איך האב אים אזוי מיאוס באזינגען. איך האב דעם איד גוט געקענט, און איך האב נישט געשריבן אויף אים קיין איין ווארט ליגנט, ניטאמאל א גוזמא'דיג ווארט
זייט ווען הייסט פארשעמן א איד, אדער לשון הרע, דווקא ווען מ'זאגט ליגענט. איינער וואס זאגט ליגענט איז "אויך" א מוציא לעז. אבער עס ווערט גאנישט קלענער די עבירה ווען מ'זאגט אמת
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 12:46 am
דורך הדד בן בדד
אבער א זאך וואס איז מפורסם הייסט קלאר נישט לשון הרע. יעדעס ווארט וואס איך האב געשריבן איז ידוע ומפורסם, נישט פאר דריי, נאר פאר טויזענטער מענטשן. איך האב ניייעס פאר דיר, עס איז דא גאר זאפטיגע געשמאקע זאכן וואס צו שרייבן אויף אים, אבער איך שרייב נישט ווייל עס איז לשון הרע. דאס וואס איך האב געשריבן ווייסט די גאנצע גאס. אפשר האסטו נישט געוואוסט, אבער טויזענטער אנדערע האבן יא געוואוסט.
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 12:46 am
דורך הדד בן בדד
נו, א איד, וואס איז געווארן, ווי קומט פאר די התעוררות'דיגע הדלקה פון וועלכען דו רעדסט?
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 1:36 am
דורך שמיטה
הדד בן בדד האט געשריבן:עס איז דא גאר זאפטיגע געשמאקע זאכן וואס צו שרייבן אויף אים, אבער איך שרייב נישט ווייל עס איז לשון הרע.
הו הא, אזא געשמאקע לשון הרע שוין לאנג נישט געהערט....
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 5:58 pm
דורך משולם שטיינפעלד
אויף טויטע טאר מען נישט רעדן, אבער צדיקים במותם קרויים חיים....
נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 5:35 pm
דורך א איד
הדד בן בדד האט געשריבן:נו, א איד, וואס איז געווארן, ווי קומט פאר די התעוררות'דיגע הדלקה פון וועלכען דו רעדסט?
עס גייט אריין בכלל גילוי
קען איך נישט זאגן
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2012 4:38 am
דורך איש חסיד
עס קוקט אויס ווי הדד בן בדד האט עפעס א אינערליכע שנאה מסותרת פון אסאך יארן צום אונגווארען רבי'ן זצ"ל און גיבט זיך דא אויס...
אויב איינער קען דא מגלה סוד זיין על מה יצא הקצף זאל ביטע טאן א חסד און אונז לאזן וויסן!
אולי, טראכט איך אז ער האט פשוט אויפגעמישט דעם ביזנעס דירעקטארי און אנגעהויבן ביי 'אלף'...