בלאט 1 פון 2
קאווע-שטיבל (אותיות) קוועטש-איבל
נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 1:05 pm
דורך שמעקעדיג
איכה היתה לזונה קריה נאמנה
איכה היתה לחזיריי שטיבלינו, איז ביאנד מיין הבנה
מען ענדיגט נישט קוועטשן, ממש עס איבלט
אין יעדנ'ס חסרונות מען גריבלט
די סיסטעם איז נישט גוט
זיי טיילן דיר איין וועלכע הוט
חינוך איז אין דער ערד
ווער דארף בערד
עס דרייען זיך איבעראל מאלעסטער
דאס איז די עבירה דער גרעסטער
ביי די מוסדות זיצן רשעים ארורים
די איינציגסטע עצה ארויס זענען עשירים
פארוואס זאלן נישט די ווייבער אויפן קאר לייגן מיילעדזש
און די מענער זאלן זיך לערנען א פאך אין קאלידזש
די שידוכים סיסטעם סאקט אוועק
נישטא קיין ליבע אונטער די דעק
נישטא קיין פרנסות, מען ברעכט אונטער
דער עולם ווערט קראנק, נישט געזונטער
די רבנים די פני הדור זענען צום כלב געגליכן
זייערע תקנות און גזירות מאכט ברעכן
אנשטאט העלפן אידן און בחורים מיט ישועות
מאכט מען גזירות און אסיפות אויף צניעות
אונז זעמיר שוין אלע נמאס
פון די [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] הנקרא צימעס
מען ענדיגט נישט וויינען מיט קראקאדיל טרערן
אבער עס קוקט נישט אויס עפעס א ישועה וועט ווערן
עס איז קענטליך פשוט א געשמאק אויף יעדן צו האקן
די סארט תגובות טוען כסדר ראקן
סיי וועלכע אשכול איך וויל נאר ליינען
באקלאגן, אפרעדן און וויינען
איך פיל ממש ווי איך זעץ זיך שבעה
כמעט אלע תגובות זענען נעגעטיווע
איך בין נישט אויסן מיינע גראמען צו באווייזן
אבער פארט נויט ברעכט אייזן
באט העי, קוק ווער עס רעדט, חזיר, גיי זויף!
ווער האט געעפנט דעם אשכול "זאכן וואס רעגן מיך אויף"?
א אשכול פאר זאכן וואס דו גלייכסט האסטו פארגעסן
נאר ביזי זיך באקלאגן אז מען ווארפט אוועק עסן
נאך א מזל מיר האבן געציילטע פאזעטיווע ניקס
זיי ברענגען ווערטלעך און שיינע פיקס
א רואיגקייט ווינקל מיט פאקטן וואס ברענגט א שמייכל
הלואי האבן נאך פילע ניקס אזוי שכל
איך רעד סיי צו מיר און אויך צו יעדן איינעם
לאמיר מיט א שמייכל פרובירן מיט שיינעם
דער לעבן איז דאך ליידער גענוג אנגעצויגן
צו וואס ברענגען נאך טרערן אין די אויגן
לאמיר אויפלעבן אויף אלע באקן
נאר פאזעטיווע תגובות זאל ראקן
לאמיר שוין אויפהערן זיין אזוי זויער
נאר זיך ארומדרייען מיט א שמייכל פון אויער צו אויער
נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 1:13 pm
דורך [NAMELESS]
יא, אייביג דארף מען קוועטשען,
און אויב האט מען נישט ליב צו קוועטשען אוי'פן "סיסטעם" קוועטשט מען אויף קאווע שטיבעל....
נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 1:32 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג, דו ביסט מורא'דיג
איך וואלט געזאגט ס'אפילו תורה'דיג
דייינע תלונות זענען צום זאך
דו טענה'סט אז אינז זעמיר שוואך
מ'זיכט נאר צו בארעדן און האקן
אפילו ס'איז נאר אויפגעמאכט און געבאקן
לאמיר זיך בארעכענען און באקלערן
און צו די גיטע מידות זיך אומקערן.
ובזה יצאתי ידי חובתי
כי אני יודע שהכל לטובתי....................

נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 2:37 pm
דורך כוכב
סיסטעם צופרי סיסטעם ביינאכט, צימעס אהרן טייטלבוים שעלטן און שימפען, כי זה כל האדם.
נישטא קיין היסטאריע, קיין קונסט, קיין תורה ודעת, קיין העמק דבר קיין אנשי שם, קיין נייעס קיין אלטס, נישט קיין ספרים וסופרים, קיין ווערטלעך, קיין סיפורי צדיקים קיין פילמען און דאקומענטריס, עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט וואס נאך צו דיסקוסירן, קאווע שטיבל איז געשטעלט פאר איין איינציגע סיבה וואס הייסט סיסטעם.
אייוועלט קען רואיג זינגען דידן נצח.
און מיין ווייב פרעגט מיר וואס איז געשען מיט מיר אז איך בין געווארן א דערביטערטער שווארץ קוקער. ליטעל דעט שי נאו עס איז צו פארדאנקען מיין עטליכע חדשים אין ק'ש.
נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 2:45 pm
דורך איך אויך
אויב עס טוישט דיין מהות אזויפיל דאן לייג ק''ש אויף ב''ק ,די קאנסענסאס דא איז אז עס איז אפילו נישט קיין שאלה.
נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 2:47 pm
דורך יונגערמאנטשיק
ראשעקאל האט געשריבן:יא, אייביג דארף מען קוועטשען,
און אויב האט מען נישט ליב צו קוועטשען אוי'פן "סיסטעם" קוועטשט מען אויף קאווע שטיבעל....
אדער קוועטשט מען אויף די קוועטשער וואס קוועטשן אויף קאווע שטיבל....
נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 4:29 pm
דורך שמעקעדיג
כוכב האט געשריבן:סיסטעם צופרי סיסטעם ביינאכט, צימעס אהרן טייטלבוים שעלטן און שימפען, כי זה כל האדם.
נישטא קיין היסטאריע, קיין קונסט, קיין תורה ודעת, קיין העמק דבר קיין אנשי שם, קיין נייעס קיין אלטס, נישט קיין ספרים וסופרים, קיין ווערטלעך, קיין סיפורי צדיקים קיין פילמען און דאקומענטריס, עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט וואס נאך צו דיסקוסירן, קאווע שטיבל איז געשטעלט פאר איין איינציגע סיבה וואס הייסט סיסטעם.
אייוועלט קען רואיג זינגען דידן נצח.
און מיין ווייב פרעגט מיר וואס איז געשען מיט מיר אז איך בין געווארן א דערביטערטער שווארץ קוקער. ליטעל דעט שי נאו עס איז צו פארדאנקען מיין עטליכע חדשים אין ק'ש.
ראשעקאל האט געשריבן:יא, אייביג דארף מען קוועטשען,
און אויב האט מען נישט ליב צו קוועטשען אוי'פן "סיסטעם" קוועטשט מען אויף קאווע שטיבעל....
נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 4:34 pm
דורך רויטע וואנצעס
שמעקעדיג האט געשריבן:איכה היתה לזונה קריה נאמנה
איכה היתה לחזיריי שטיבלינו, איז ביאנד מיין הבנה...
אזא טאלאנטפולע קינות. על זה נאמר:
שמעקעדיג האט געשריבן:אילו לא באתי לק"ש אלא בשביל זה, דיינו
נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 4:40 pm
דורך אפטעמיסט
איך קען נישט טראכטן פון איינעם, אבער כ'בין זיכער אז איינער האט געשריבן:ס'איז אין סטייל צו ציטירן
אפטעמיסט האט געשריבן:ווייל אויב נישט, פארוואס ציטירט דא דער עולם אויף כוחות?
נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 4:45 pm
דורך רויטע וואנצעס
די אמת איז אז שמעקעדיג איז כסדר מוחה אויף ציטירן, אבער אז ער מעג כדלעיל, איז עס געווארן מותר.
נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 5:10 pm
דורך berlbalaguleh
כוכב האט געשריבן:סיסטעם צופרי סיסטעם ביינאכט, צימעס אהרן טייטלבוים שעלטן און שימפען, כי זה כל האדם.
נישטא קיין היסטאריע, קיין קונסט, קיין תורה ודעת, קיין העמק דבר קיין אנשי שם, קיין נייעס קיין אלטס, נישט קיין ספרים וסופרים, קיין ווערטלעך, קיין סיפורי צדיקים קיין פילמען און דאקומענטריס, עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט וואס נאך צו דיסקוסירן, קאווע שטיבל איז געשטעלט פאר איין איינציגע סיבה וואס הייסט סיסטעם.
אייוועלט קען רואיג זינגען דידן נצח.
און מיין ווייב פרעגט מיר וואס איז געשען מיט מיר אז איך בין געווארן א דערביטערטער שווארץ קוקער. ליטעל דעט שי נאו עס איז צו פארדאנקען מיין עטליכע חדשים אין ק'ש.
כוכב: פאר דעים איז דא א רפואה. (נישט פאר קאווע שטיב. פאר דיפרעשאן.) ס'הייסט פילן. ס'קומט אין דריי סייזעס. די גרינע זענען די שוואכע.. רויט. איז מידיום. פוירפל זענען עקסטרא סטרענגטה. דאס קען נאר פארשריבן ווערן דורך א דאקטער....

נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 5:29 pm
דורך שמעקעדיג
אפטעמיסט האט געשריבן:איך קען נישט טראכטן פון איינעם, אבער כ'בין זיכער אז איינער האט געשריבן:ס'איז אין סטייל צו ציטירן
אפטעמיסט האט געשריבן:ווייל אויב נישט, פארוואס ציטירט דא דער עולם אויף כוחות?
זיסקייט..........
עס מאכט זיך צומאל אז איינער שרייבט עפעס אדער פרעגט עפעס, און פונקט האט אן אנדערער געענטפערט צום פינטל. איז אנשטאט אליינס ענטפערן, ציטירט מען דעם פראגע און דערנאך דעם תירוץ, און דער פאזל איז צוזאמענגעשטעלט. פשוט???
נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 5:41 pm
דורך zurich
האט מען אויפגעהערט (ווייל מאיז שוין נמאס) צו בעשן דעים סיסטעם גייט מען בעשן קאווע שטיבל

נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 5:42 pm
דורך אפטעמיסט
פעסימיסט האט געשריבן:איך פארשטיי
נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 6:11 pm
דורך positive.yid
איך בין פאזאטיוו.
זאכן וואס איך האב ליב
נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 6:47 pm
דורך יין שרף
שמעקעדיג האט געשריבן:
א אשכול פאר זאכן וואס דו גלייכסט האסטו פארגעסן
נעתר לבקשתך...
נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 1:00 pm
דורך ישמעאל הכהן
אפשר ווייל ס'איז נישט בלויז ארבעט לשם פאראייביגן היסטאריע, ס'איז די אגענדע דערונטער וואס נישט יעדער גלייכט.
נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 1:26 pm
דורך איך אויך
ר' אבטולמוס היקר ביסט טייער גערעכט און איך האב געטוהן תשובה און געלייקט אלע דיינע הודעות דארט ,איך האף דו נעמסט אן מיין תשובה מלייקס.
נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 1:29 pm
דורך I'm back
ישמעאל הכהן האט געשריבן:אפשר ווייל ס'איז נישט בלויז ארבעט לשם פאראייביגן היסטאריע, ס'איז די אגענדע דערונטער וואס נישט יעדער גלייכט.
אוי, ס'ציפט!
נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 2:03 pm
דורך כוכב
שאקירנד ראובן.
מיין נארישע
לא תאכלו על הדם אשכול האט גענומען פופצן מינוט צו שרייבן און האט אנגעצויגן עטליכע און זעכציג לייקס. כהאב מיך געראכטן פאר צען לייקס אזויווי מיינע אנדערע אשכולות.
זעט אויס אז עס האט נישט אלעמאל מיט שווערע ארבעט, און ס'דא א געוויסע "קוועטש" וואס דער עולם גלייכט.
נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 2:42 pm
דורך פישלע העררינג
[tag]אבטולמוס[/tag] היקר, גם אני בחלומי מיט די קאווע בלעטער.
נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 2:46 pm
דורך מ גפני
פארדעם האסטו אויפגעגעבן? לאמיר האפן אז אבטולמוס וועט נישט טוהן אזוי
נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 2:54 pm
דורך מאטי
איך מיין אז אבטולמוס'ס און שמעקדיג'ס דילעמא האבן איינער און דער זעלביגע תירוץ..