בלאט 1 פון 1

ווי שטארק דארפן גראמען-ווערטער ענדלען?

נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 6:24 pm
דורך חד גדיא
אין רואיגקייט ווינקל אשכול איז דא א שטיקל דיון וועגן גראמען.

וואס גראמט מיט טשאלענט?
איך האב פארגעשלאגט אז "חלומ'ט" גראמט. אבער [tag]כוכב[/tag] טענה'ט אז א גראם מוז זיך ענדיגן ממש די זעלבע. דאס מיינט אז די גראם פון טשאלענט דארף זיך ענדיגן מיט "נט".

איך מיין אז עס מוז נישט זיין פונקטליך. בפרט נ' און מ' קענען זיך מתחלף זיין.

נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 6:32 pm
דורך ישמעאל הכהן
שטעלט זיך ביים גאז סטעשען פאר א באטל coolent
אין איינוועגס קויפט מען אויך טשולנט
דאס גראמט

נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 6:45 pm
דורך אפטעמיסט
[tag]כוכב[/tag] איז גערעכט. געווענליך דארפן די לעצטע צוויי אויתיות זיין די זעלבע אז ס'זאל פאררעכענט ווערן א גראם.

נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 6:56 pm
דורך גראמען_סענטער
זאג מיר וואס די סענטענס איז און איך וועל דיר טרעפען א גראם דערפאר

נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 7:00 pm
דורך כוכב
אפטעמיסט, סאיז נישט גענוג די לעצטע צוויי אותיות די וואקאל דארף אויך זיין די זעלבע
לאדנט איז נישט קיין גראם מיט טשאלנט ווייל טשאלנט האט א שטיקל טשאל'ע'נט קלאנג.

נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 7:39 pm
דורך אפטעמיסט
גערעכט

נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 7:45 pm
דורך לאליפאפ
פינקי וועבער האט אריינגעברענגט אן ענין אז נישט מיט נישט קען גראמען טאמער א ווארט פארדעם איז א גראם, למשל:

וויל ער נישט
אפילו נישט

נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 7:56 pm
דורך יין שרף
אמת, אבער דאס איז גוט פאר פינקי...
אין די אלגעמיינע וועלט איז אנגענומען אז א גראם, דארף זיך הערן כאטש די לעצטע צוויי סילעבלס די זעלבע, אויב נישט הייסט עס א האלבע גראם.
פאר מער קוקט דא