בלאט 1 פון 1

ווער וואלט געווינען אין מלחמות

נשלח: פרייטאג יולי 11, 2014 12:25 am
דורך קעגן די נעט
[center]א גוטן. לעצטנס קוק איך ארום די טעמע פון מלחמות אזוי ווי אין יעדע ראיאן ארום וועלט שארפט זיך יעדער דעם שווערד, יעצט אין ישראל גייט פאר א מלחמה, רוסלאנד האט אוועקגעכאפט קריים פון אוקריינע, אינדיע און פאקיסטאן זענען שוין יארן אין אזוי געריפענעם שלום אפמאך ביידע לענדער זיצן אויף נוקלעארע וואפן און יעדע שטרייט קען ברענגען מלחמה צווישן די צוויי שונאים. איראן וויל אונטערברענגן ישראל, און ישראל סטראשט מיט אונטערברענגען איראנ'ס נוקלעארע וואפן.. נארט קאריע וויל אונטערברענגן אמעריקע און זיי בויען נוקלעארע באמבעס און מיסיילס מיט וואס עס צו שיקן. אמעריקע האט לעצטענס אויפגעפאדערט רומעניע אז זיי זאלן ספענדן מער אויף דעפענס בודזשעט, אמעריקע וויל האבן שטערקערע שותפים דארט מיט וועם צו באלאסירן קעגן רוסלאנד. דער מצב איז נישט רואיג ארום און ארום
האב איך געזוכט און געטראפן בעיקר אויף יאהו ענטפערס, ווי מ'שרייבט ארום ווער ס'וואלט געווינען א מלחמה מיט וועלכע לאנד און פארוואס, ס'איז אנטערעסאנט צו ליינען אויך פון מילטערישע ווייסערס וויאזוי יעדער דיטעיל וואס איין לאנד זאל האבן מער ווי א צווייטער וואס אויבנאויף זעט עס נישט אויס ווי ס'מאכט א חילוק, יעדע קליינקייט טוישט ארום דאס גאנצער געים. קליינע לענדער וואלטן געווינען קעגן ריזיגע
איך וועל שטעלן די זעלבע מינע פראגן דא און זען וואס מענטשן האלטן, ווער וואלט געווינען אין א מלחמה (איינעמען און געווינען, נישט אקופאציע) אן נוצן נוקלעארע וואפן פארשטייט זיך[/center]

אמעריקע קעגן טשיינע?
אמעריקע קעגן רוסלאנד?
רוסלאנד קעגן טשיינע?
דייטשלאנד קעגן פראנקרייך?
ישראל קעגן אינדיע?
נארט קאריע קעגן דרום קאריע
מעקסיקא קעגן ארגענטינע
איראן קעגן אמעריקע
ישראל קעגן איראן
ענגלאנד קעגן אויסטראליע

לאז הערן ענקער מיינונגען

נשלח: פרייטאג יולי 11, 2014 12:37 am
דורך ונבנתה העיר
נגלה לי:

אמעריקע
אמעריקע
טשיינע
דייטשלאנד
ישראל
דרום
ארגענטינע
אמעריקע
ישראל
ענגלאנד

נשלח: פרייטאג יולי 11, 2014 12:45 am
דורך יין שרף
אז עס וואלט געווען "נראה לי" וואלט מען זיך אפשר געקענט דינגען דעראויף.
אז עס איז "נגלה לי" וועל איך דיר מוזן גלייבן...

נשלח: פרייטאג יולי 11, 2014 2:23 am
דורך רויטע וואנצעס
די וועלט איז אסאך מער קאמפלאצירט ווי איינער אנקעגן דעם צווייטן. מלחמות זענען פאר איבער טויזענט יאר, און ווי אויך היינט געווענליך אן אלייענס אנקעגן אן אלייענס אדער א יחיד. די סיבות פאר מלחמה זענען פארשידנארטיג, און די אלייענסעס טוישן זיך אויך ארום לויט דעם. למשל אויב אמעריקע האט א מלחמה מיט רוסלאנד קען כינע'ס עקנאמיע אינטערגיין, ווייל זיי וועלן נישט האבן גענוג גאז, ממילא וועט כינע העלפן רוסלאנד.

נשלח: פרייטאג יולי 11, 2014 2:56 am
דורך קעגן די נעט
רויטע וואנצעס. אלעס איז געפרעגט אין טאערעטעקלי וועג וואס צונעמט דעם חלק פון ווער ס'האט א שטערקער'ן מיליטער איינע קעגן איינע. פארשטיי אז אין דיין פאל ווי כינע העלפט ארויס רוסלאנד ווערט דאס א וועלט מלחמה, און ענגלאנד מיט אייראפע וועלן שטיין אויף אמעריקע'ס זייט...

נשלח: פרייטאג יולי 11, 2014 4:00 pm
דורך ישמעאל הכהן
ונבנתה, אן נוקליער וואפן איז נישט מסתבר אז מד''י זאל געווינען קעגן אינדיע'ס ריזיגע צוויי מיליאן מאן מיליטער און מאדערענע וואפן

נשלח: מאנטאג יולי 14, 2014 2:30 am
דורך George
ונבנתה העיר האט געשריבן:נגלה לי:

אמעריקע
אמעריקע
טשיינע
דייטשלאנד
ישראל
דרום
ארגענטינע
אמעריקע
ישראל
ענגלאנד


די שאלה דא איז געווען: וואס מען האלט, ווער "גייט" (האט א בעסערע שאנס צו) געווינען. נישט ווער מען "וויל" ער זאל געווינען.

די האלסט טאקע אז "אלע" דיינע אנ"ש האבן א בעסערע שאט?

נשלח: מאנטאג יולי 14, 2014 11:59 am
דורך ונבנתה העיר
נישט אלע זענען מיינע אנ"ש.

נשלח: מאנטאג יולי 14, 2014 3:31 pm
דורך George
:D
...But you get the point