בלאט 1 פון 1
אינטערעסאנטע פאקטן סעריע: טיטאניק
נשלח: פרייטאג יולי 11, 2014 3:33 pm
דורך כוכב
דער טיטאניק איז א פילם וואס איך בין זיכער אז ווער סהאט נאר אמאל זיך מורה היתר געווען צו וואטשן א פילם האט דאס שוין געזען, און פיגורירט געוויס אויף אלעמענס ליסטע אלס איינס פון אויב נישט די סאמע בעסטע פילם.
די טיטאניק איז בשעתו געווען די פילם וואס האט געלייזט די מערסטע געלט אוו אל טיים און האט פארכאפט די וועלט אין א סורפרייז. די דריי שעה'גע אהבה-געשיכטע באזירט אויף דעם טרויעריגן שיקזאל פון דער טיטאניק זינקונג, נעמט איבער יונג און אלט, און אויב האט איר דאס נאכנישט געזען זייט וויסן איר פארפאסט עפעס.
איך געדענק דאס ערשטע מאל איך האב דאס געזען האט עס מיר אזוי באנומען אז הענט און פוס האבן מיר געציטערט און איך האב נישט געקענט מסיח דעת זיין דערפון פאר לאנגע טעג. טרערן זענען מיר גערינען אומאויפהערליך אויף דעם העאראישן-ביטערן סוף פון דעם באליבטן קערעקטער מיטן נאמען זשעק דאוסען...
אין גאנג פון יין שרף'ס אינציאטיווע צוריקצוברענגען עפעס א נארמאלע צורה פאר קאווע שטיבל אויסער די פארשאלטענע נושא פון עפעס א דרשה דורך עפעס א מענטש און עפעס א ישיבה איבער עפעס א נושא, וועל איך פרובירן אראפצוברענגען פארשידענע אינטערעסאנטע פאקטן איבער דער מאכונג פון טיטאניק:
א) ווי אנדערע האבן שוין ערווענט האט דאס אפגעקאסט די פאנטאסטישע סומע פון 200 מיליאן דאלער, וואס איז אין פאקט מער ווי די קאסטן פונעם טיטאניק זעלבסט.
ב) ווי דער מייסטער דירעקטער און פראדעצירער זשעימס קאמאראן האט דערציילט, האט די סטודיא אריגינעל געוואלט א צווייטן אקטיאר פאר די ראלע פון זשעק, קאמאראן האט זיך אבער איינגעעקשנט צו נעמען דווקא דיקאפריא וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין דער פאסיגער אויסוואל.
ג) די ברוכווארג פון דעם טיטאניק וואס ווערט געוויזן, איז פון דער אריגינעלער טיטאניק.
ד) קאמאראן איז געווען דער ערשטער וואס האט אריינגעשיקט א ראבאט נעמען ווידיא פון אינעווייניג פונעם טיטאניק.
ה) קאמאראן איז אליין אראפגעפארן צו אפגרינד פון ים צו באזוכן דעם טיטאניק וואס ער האט שפעטער באצייכנט אלס א גאר עמאציאנאלער איבערלעבעניש.
ו) עוועונטועל האט ער פארברענגט מער צייט ביים טיטאניק ווי אירע אריגינעלע מיטרייזנדע.
ז) רוב פון דעם 'דעקאר' פאר'ן טיטאניק פילם איז צוגעשטעלט געווארן דורך פארשער פון דעם ווייט סטאר ליין וואס האט דאס צוגעשטעלט פאר'ן אריגינעלע טיטאניק.
ח) ווען זשעק גרייט זיך צו מאלן א פאטרעט פון ראוז זאגט ער: לייגט דיך אראפ אויף דעם בעט , כ'מיין קאוטש. דאס איז געווען א טעות פון דיקאפריא וועלכע קאמאראן האט געגליכן און באשלאסן דאס צו לאזן אינעם סקריפט.
ט) ווען ווינזלעט האט געהערט אז דורכאויס די מאלן סצענע וועט זי זיך דארפן אנטבלויזן פארנט פון דיקאפריא, האט זי באשלאסן צו ברעכן די אייז, און די ערשטע מאל זיי האבן זיך באגעגנט האט זי געבליצט אירע ברוסטן פאר אים.
המשך יבוא...
נשלח: פרייטאג יולי 11, 2014 3:54 pm
דורך ונבנתה העיר
א טייערע ארבעט, כוכב.
טעל דעם אבאוט די מיוזיק, כוכב, טעל דעם אבאוט די סאנג...
די קאסטן איז אודאי אינפלעישאן אריינגערעכנט, יא?
נשלח: פרייטאג יולי 11, 2014 4:04 pm
דורך כוכב
געוויס, אפילו נאך אינפלעישאן האט דער טיטאניק פילם געקאסט מיט ארום פופציג מיליאן דאלער מער.
י) דער כאראקטער פון זשעק איז באזירט אויף פיקציע און לויט די סקריפט איז ער אפילו נישט געווען א טייל פון די אפיציעלע מיטרייזנדע נאר האט זיך מיטגעמאכט די לעצטע מינוט נאכן געווינען א בילעט.
איראניש, אז אויפן טיטאניק האט זיך ווירקליך געפינען א פאסאנזשיר מיטן נאמען זעי. דאוסען. זיין קבר ווערט יערליך באזוכט דורך טויזנטער מענטשן און איז דאס מערסט באזוכטער קבר אין יענעם בית הקברות.
יא) ווען די קאסטן פון דעם טיטאניק זענען אריבער אלע גרעניצן און די אינוועסטירער האבן זיך אנגעהויבן זארגן האט קאמאראן פארציכטעט פון זיין געהאלט און א טייל פון זיינע צוגעזאגטע פראצענטן אלעס אז די פראדוקציע זאל ווייטער אנגיין.
יב) עס איז דאן געווען איבעראל באריכטעט אז האליווד ערווארט די גרעסטע באקס אפיס פלאפ.
יג) קאמאראן האט דערציילט אין דער אינטערוויו אז יעדער טריק אין פילמירונג וואס איז נאר דא אין די ביכער איז גענוצט געווארן פאר דעם פילם.
יד) ווען עס איז אויסגעקומען איז עס געוויזן געווארן אזויפיל מאל אין די טעאטערן, ביז די פילם רעדלעך זענען פשוט אפגענוצט געווארן און די קאמפאני האט געדארפט שיקן פרישע.
נשלח: פרייטאג יולי 11, 2014 5:05 pm
דורך כוכב
טו) קאמאראן האט פינף יאר - - פון די לעצטע טערמאנעיטאר פילם - - שטודירט די היסטאריע פון דעם טיטאניק זיך צו האלטן דאס מערסטע אקוראט צו דער אריגינעלער געשיכטע.
טז) ווען די פילם איז אויסגעקומען אין 3d אפצייכנענדיג פופצן יאר, איז קיין זאך נישט געטוישט געווארן בלויז איין זאך. די שטערן אויסשטעל אויפן הימל צו וואס ראוז קוקט שווימענדיג אויפן וואסער אויף אן אראפגעבראכענע טירל.
דאס איז געקומען נאך די פארשלאגע פון אן אסטראנמער וואס האט פארגעשטעלט וויאזוי די שטערן האבן ווירקליך אויסגעזען יענע נאכט.
נשלח: פרייטאג יולי 11, 2014 5:18 pm
דורך כוכב
יז) די סצענע ווי ראוז וויל באגיין זעלבסט מארד איז איבערגעשפילט געווארן גאנצע 99 מאל ביז קאמאראן איז געווען צופרידן.
יח) 'איים דע קינג אוו דע ווארלד ווערט פאררעכנט צו זיין פון די בעסטע קוואטעס אין האליוואדס היסטאריע. ווען קאמאראן האט געהאלטן זיין אסקאר רעדע האט ער זיך באנוצט מיט דעם סלאגאן. די אקאדעמיע איז געווען אנטריסט פון זיין איבריגע מאס אראגאנץ. יש אומרים אז עס האט געשפילט א ראלע פארוואס ער האט נישט געקריגן אן אסקאר פאר' אוואטאר'.
נשלח: פרייטאג יולי 11, 2014 5:59 pm
דורך כוכב
יט) גלאריא סטוארט ע'ה שפילט אלס ראוז אין די עלטערע יארן. זי איז דאן אלט געווען 86 יאר און געשפילט א כאראקטער פון 101 יאר. זי האט געטראפן די ראלע אומבאקוועם.
כ) געווינענדיג אן אסקאר פאר איר ראלע, האלט זי אן דעם רעקארד פון דעם עלטסטן פערזאן צו געווינען אן אסקאר.
נשלח: פרייטאג יולי 11, 2014 6:25 pm
דורך טיטאניק
ישמעאל איז דאס די נייע טריק?
פאקטן ארום די טיטאניק
נשלח: זונטאג יולי 13, 2014 2:00 am
דורך יין שרף
1] 882 פיס מיט 9 אינטשעס, איז געווען די לענג פון די טיטאניק שיפל.
2] 10,000 לעמפלעך זענען געווען דעראויף.
3] 52,310 טאן האט די שיף אליין געוואויגען.
4] 20 שטארקע פערד, האבן צוזאמען געדארפט שלעפן, נאר די אייזערנע אנקער פון די שיף. די שיף האט פארמאגט צוויי אנקערס.
5] עס איז געווען די גרעסטע "מענטשליכע זאך" פרודוצירט צו ווערן ביז דאן, וואס האט געקענט געריקט ווערן.
6] איבער 15,000 ארבעטארערס, האבן געארבייט אויפן שיף.
7] די שיף איז פראדעצירט געווארן אין איירלאנד.
8] די שנעלסטע וואס די שיף האט געקענט שווימען איז עטוואס שנעלער ווי 26 מייל-פער-שטונדע.
9] די טייערסטע "פירסט קלעס" בילעט האט געקאסט $4,350 (בערך $69,600 היינטיגע צייטן)
10] די פירסט קלעס "סמאוקינג עריע" איז געווען נאר פאר מענער...
11] די טיטאניק האט פארמאגט אויפן שיפל, 20,000 באטלעך ביר און מאלט, 1,500 באטלעך וויין, און 8,000 סיגארן, פאר די באנוץ פון די "פירסט קלעס" פאסאנדשירן...
12] די לעצטע מאלצייט צו סערווירט ווערן אויפן שיפל, איז געווען פון 11 קארסען...
13] בערך 60% פון די ערשטע קלאס פאסאנדשירן האבן איבערגעלעבט די קראך.
14] די "צווייטע קלאס" פאסאנדשירן, זענען שענער סערווירט געווארן ווי די "ערשטע קלאס" פאסאנדשירן פון סיי וועלכע אנדערע שיף.
15] 900 טאן האבן געוואויגען אלע פאסאנדשירן און פעקלעך.
16] די אייז בארג איז געווען 32 דעגרי, דאס איז 4 גראד ווארימער ווי די וואסער וואס איז געווען נאר 28...
17] די וואסער איז געווען אונטער די "פריזינג פאונט" אבער איז נישט געווען פארפרוירען, ווייל די וואסער האט פארמאגט צו סאך זאלץ.
18] די שיף איז געווען 175 פיס הויעך אין די אייז בארג נאר 100 פיס.
19] 92 פיס ברייט איז די שיף געוועזן.
20] 3,500 גרויסע בעגס פון פאסט איז נעבעך פארלוירן געגאנגען ביים קראך...
נשלח: זונטאג יולי 13, 2014 2:02 am
דורך יין שרף
היסטארישע בילעט פונעם טיטאניק.
נשלח: זונטאג יולי 13, 2014 10:15 am
דורך כוכב
כא) די טעמע ליד פונעם טיטאניק 'מיי הארט וויל גאו אן' איז פון די בעסטע פארקויפטע סינגלס פון אלע צייטן.
כב) קאמאראן האט מתחילה בכלל נישט געוואלט קיין טעמע ליד. די פראדוקציע און באשאף פון דעם ליד איז אנגעגאנגען הינטער זיין רוקן. למעשה האט ער עס באשטעטיגט בדוחק. סיליאן דיאן האט אריגינעל נישט געוואלט זינגען דעם ליד. עווענטועל האט זיך עס ארויסגעשטעלט אלס איר גרעסטע היט, און האט איר פארוואנדלט אין א סענזאציאנאלע אלוועלטליכע שטערן.
כג) דער ניגון געשפילט אויפן פילם איז די ערשטע דעמא דערפון רעקארדירט דורך דיאן.
כד) איראניש אז טייל מיטרייזנדע אויפן קאסטא קאנקארדיע שיף וועלכע האט געזינקען נעבן די ברעגעס פון גיגליא, איטאליע, האבן אנגעגעבן, אז אט דער ליד האט געשפילט אויפן שיף דורכאויס די עקסידענט וואס האט שפעטער געפירט צו איר זינקונג.
נשלח: זונטאג יולי 13, 2014 5:09 pm
דורך יין שרף
21] 3 יאר האט גענומען צו בויען די טיטאניק.
22] איבער 7.5 מיליאן דאללער האט עס געקאסט צו בויען.
23] נאר 8 ארבעטארערס זענען אומגעקומען ביים בויען די שיף.
24] 3,547 פאסאנדשירן האט די שיף געקענט פירן אויף איינמאל.
25] 2,223 פאסאנדשירן זענען געווען אויפן שיף בשעת די קראך, אן די CREW איז עס געווען 1,324.
26] 75,000 פונט פלייש איז געווען אויפן טיטאניק. 7,500 דערפון איז געווען חזיר פלייש.
27] 11,000 פונט פיש איז געווען אויפן שיפל. 4,000 פונט איז געווען הערינג און געזאלצענע פיש.
28] 36,000 טויזענט עפעלעך זענען געווען אויפן שיף. אזוי אויך 36,000 טויזענט מאראנצן.
29] 13,000 גרעיפ-פרוכט און 16,000 לעמאנס זענען געווען אויפן שיף.
30] 40 טאן קארטאפל, 3,500 פונט צוויבל. און 10,000 פונט אויסגעטריקענטע באנדלעך און רייז.
31] 40,000 אייער, און 6,000 פונט פוטער, (נו! שוין גענוג געווען מיט די פרעס...)
32] 29,000 גלאזערנע כלים איז געווען אויפן שיפל פאר עסן און טרינקען.
33] 30 סעקונדעס האט עס גענומען פון ווען מען האט געזעהן די אייז בארג ביזן קראך.
34] 400 מייל אוועק פון יבשה איז די טיטאניק געווען ביים קראך.
35] 2 שעה און 40 מינוט האט עס גענומען פונעם קראך ביז די שיף האט זיך דערטרינקען.
36] א גאנצע שעה האט עס גענומען פונעם קראך ביז מען האט אפגעשיקט די ערשטע "לייף שיף".
37] בערך 15 מינוט האט עס גענומען פאר די שיף, פונעם אנפאנגען זינקען, ביזן גרייכען די ים- פלאך.
38] ווען די שיף האט געזינקען, איז עס אראפ געפארן בערך 10 MPH.
39] סך הכל מענטשען וואס זענען געראטעווען געווארן פון די קראך 706. 214 דערפון CREW. דאס איז 31.6% פון די פאסאנדשירן.
40] 2 הונט זענען געראטעוועט געווארן דורך זייער בעל הבית, דורך זיי מיטנעמען אויפן "לייף באוט".
נשלח: זונטאג יולי 13, 2014 5:30 pm
דורך יין שרף
41] 75 פראצענט פרויען האבן איבערגעלעבט די קראך, אנקעגן נאר 20 פראצעט מענער.
42] אלע 25 ענדשענירונג אפיצירן זענען דערטראנקען געווארן, נאכן העלדיש פרובירן צו האלטן די שיף אויפן וואסער וווי לענגער.
43] און יאר 1959 האט זיך געגרינדעט די "Titanic Relief Fund". מען האט געשאפן בערך £413,000 (£20,000,000 און היינטיגע געלטער)
44] בעערך 100,000 פארזאמעלטע האבן צוגעקוקט די ערשטע LAUNCH פונעם טיטאניק.
45] 22 טאן זייף האט מען גענוצט, צו לאנטשען די טיטאניק, עס זאל זיך ארויסגליטשען צום וואסער.
46] 772 פיס לאנג האט זיך די טיטאניק געגליטשט ביזן ענדליך אליינס שווימען אין וואסער.
47] די גאנצע "גליטשעראציע" האט נאר גענומען 62 סעקונדעס!
48] 333 גופים האט מען ריקאווערט פונעם וואסער.
49] די טיטאניק האט פארמאגט א אייגענע צייטונג וואס איז געדרוקט געווארן אויפן שיף.
50] איין פארשוין מיט די טיקעט נומער 242154 האט באקומען א פילע טיקעט "ריפאנד", נאכן נישט ארויסשווימען מיט די שיף.
נשלח: מאנטאג יולי 14, 2014 6:11 pm
דורך כוכב
כה) די איינציגסטע טייל פונעם שיף וואס איז נישט נאכגעמאכט געווארן אקוראט ווי דער אריגינעלער טיטאניק, איז געווען די הויפט טרעפ, אין פאקט איז עס געבויעט געווארן עטוואס גרעסער, צוליב וואס מענטשן אין 97' זענען געווען עטוואס העכער ווי אין 12' און וואלטן זיך געטראפן ארויס פון פלאץ מיטן אריגינעלן מאס.
כו) די פאטאגראפירער האבן געהאט איין שאט צו פילמירן די סצענע ווי די וואסער פליסט אריין ביי די הויפט שטיגן. די גאנצע געצייג איז דערביי קאליע געגאנגען.
נשלח: מאנטאג יולי 14, 2014 6:28 pm
דורך יידל
כוכב האט געשריבן: ווען די פילם איז אויסגעקומען אין 3d אפצייכנענדיג פופצן יאר, איז קיין זאך נישט געטוישט געווארן בלויז איין זאך. די שטערן אויסשטעל אויפן הימל צו וואס ראוז קוקט שווימענדיג אויפן וואסער אויף אן אראפגעבראכענע טירל.
דאס איז געקומען נאך די פארשלאגע פון אן אסטראנמער וואס האט פארגעשטעלט וויאזוי די שטערן האבן ווירקליך אויסגעזען יענע נאכט.
דער אסטראנאם איז נישט עפעס אן אנאנמער אסטראנאם, נאר דער גאר פאפולערער אסטראפיזיקער ניעל דיגרעס טייסאן, וועלכער איז שוין היינט א טעלעוויזיע שטערן אין זיין אייגענעם רעכט אלס דער האוסט פון "קאסמאס".
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=8B6jSfRuptY[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 7:21 pm
דורך כוכב
כז) דיקאפריא'ס פעט איז איבערגעפארן געווארן דורך א טראק, דורכאויס די פילמירונג פונעם טיטאניק. מיט אסאך איבערגעגעבנקייט און געטריישאפט איז עס באגלייט געווארן צו אן ערהוילונג.
כח) דורכאויס די לעצטע נאכט פון שיסן דעם פילם, אין נאווע סקאטיע, א פראווינץ אין קאנאדא, האט א געוויסער מאן דהוא אריינגעגאסן א דראג אין א געקעכטץ וואס איז סערווירט געווארן אויף דער סצענע פון וואס 80 זענען קראנק געווארן. ווען קאמאראן האט געכאפט וואס גייט פאר, האט ער זיך געצווינגען צו ברעכן איידער דער דראג זעצט זיך איין, כדי די שיסעריי זאל ווייטער אנגיין.
דער אנדרייער איז קיינמאל געכאפט געווארן.
כט) די הענט וואס ווערט געזען מאלן א בילד פון ראוז איז נישט פון דיקאפריא נאר פון קאמאראן זעלבסט.
צוליב וואס קאמאראן איז א געלינקטער און דיקאפריא א גערעכטער האט די סצענע געדארפט איבערגעדרייט ווערן מיט אן אפשפיגלונג, אז די האנט זאל אויסזען ווי א רעכטע.
נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 8:47 pm
דורך יין שרף
יישר כח! קיינמאל געהערט דערפון בעפאר!
נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 10:29 pm
דורך אבי גערעדט
וואס ווערט באטיטולט אלס בעסטער פילם נאך טיטאניק?
נשלח: פרייטאג יולי 18, 2014 2:24 am
דורך יין שרף
.The Titanic II is currently being built and will set sail in 2016
נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 1:11 pm
דורך קרעמער1
אבי גערעדט האט געשריבן:וואס ווערט באטיטולט אלס בעסטער פילם נאך טיטאניק?
"בעסטער פילם" איז צו א ברייטער אויסדרוק צו געבן איין ענטפער
אבער
אוואטאר, אויך פון קעמעראן, האט איבערגעשטיגן טיטאניק מיטן פארדינען די מערסטע געלט אין די היסטאריע פון פילם
נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 1:39 pm
דורך כוכב
נאר א דאנק די אינפלאציע.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 4:10 pm
דורך קרעמער1
אויב רעכנסטו אינפלאציע גייט אוואטאר טאקע אראפ צו די צווייטע אבער טיטאניק קומט אויס די פערטע
http://en.wikipedia.org/wiki/List_of_hi ... sing_films