בלאט 1 פון 2

דער מוזיק ארענדשער יואלי דיקמאן

נשלח: מאנטאג יולי 14, 2014 2:07 pm
דורך משבק
יאלי איז א סופער ארענדשער וואס האט שוין עטליכע מאל איבעראשט די מוזיק וועלט מיט זיינע הערליכע ארענדשמענטס דאס לעצטע איז געווען די סידי פון שלוימי דאסקאל הארציג2 און לויט מבינים קען מען נאך ערווארטן צו הערן פון עם גאר אסאך אינעם עתיד נאט אייך א קליפ פון יאלי ביי די ארבעט http://www.youtube.com/watch?v=F_zA0ZqkBkk . יואלי פאררעכנט זיך ווי א תלמיד פון מונה אבער לדעתי הענייה ולדעת כמה שטייגט ער עם איבער און עטליכע הינזיכטען איך האב נישט יעצט די צייט מאריך צו זיין אפשר וועלמיר צוריקומען ביי א געלעגנהייט .פון זיין פערזענליכע לעבן זעמיר נישט אזוי באקאנט אבער זעט אויס ווי א יונגער מענטש און די צוואנציגער יארן .און קוקט נישט אויס אז ער הייסט נאכן רבין :

נשלח: מאנטאג יולי 14, 2014 3:44 pm
דורך פליקער
עס איז מיר זייער א גרויסער חידוש אז דער דיקמאן האט דארט מוזיקאנטן וואס זענען פרויעריש,

איז דעיס ערלויבט על פי תורה,

איז דעיס נישט גניבת דעת,

איז דעיס א רעגיאלארער ערשיינונג ביי קאסעטן אז די מוזיקנטן זענען פרויען?,

אויב יא איז דאס גרויסע נייעס.

נשלח: מאנטאג יולי 14, 2014 7:05 pm
דורך יין שרף
פליקער האט געשריבן:עס איז מיר זייער א גרויסער חידוש אז דער דיקמאן האט דארט מוזיקאנטן וואס זענען פרויעריש.


איז דעיס ערלויבט על פי תורה,

לכאורא, פארוואס נישט? אנלעס די ארבייטס אויך נישט אין א אפיס ווי פרויען האבן דריסת הרגל. אין פאקט זאגט מיר מיין מאמע, אז פאר די "וואן מען בענד" עמפאכע זענען געווען מערערע פרויען מוזיקאלישע שפילערינס. אזוי אויך ביי מיינע עלטערען'ס חתונה.

איז דעיס נישט גניבת דעת

גניבת געת פון וועמען? פארוואס?

איז דעיס א רעגיאלארער ערשיינונג ביי קאסעטן אז די מוזיקנטן זענען פרויען?

יא! רוב אפעציעלע גרויסע ארקעסטרעס פארמאגן פרויען. ווי אויך אהרן טייטעלבוים בענד.

ממילא יעצט קענסטו האבן גרויסע נייעס...
אויב יא איז דאס גרויסע נייעס

נשלח: מאנטאג יולי 14, 2014 8:09 pm
דורך ישמעאל הכהן
איך וואלט געטוישט נאמען צו משה דיקמאן

נשלח: מאנטאג יולי 14, 2014 8:37 pm
דורך פליקער
ישמעאל האסט מיך געמאכט לאכן ערב די דריי וואכן.

איך געדעינק נישט אזא זאך ביי א היימישע חתונה אז עס זאל זיי א פרוי דראמער אדער פייפער.

איצט האב איך געזעין עפעס א נייע חברייה זינגען ביי א חופה, משוררים הייסן זיי, חסידים אויסקיקענדע, זינגען ווען דער פייער און פידל איז א לעידי
א נייע נידריג.

איך גלייב נישט אז עס איז דומה צי א ארבייט פלאץ, עס איז דאך קול באשה, ממילה אז מען איז נישט מודע אז דיי פידל איז געזינגען ביי די געהויבענע מרת דזשעקסן איז עס יא גניבה, ווייל ווען איך ווייס וועין וואלט איך נישט אויס געהערט

נשלח: מאנטאג יולי 14, 2014 8:47 pm
דורך כוכב
קול באישה מיינט די שטימע פון א פרוי נישט די שטימע פון אן אינסטרומענט.
עס איז דא אן אלטער בוך גערופן די פינף פינפטלעך פון לערנונג, דארט ווערט געברענגט אז ביי א גרויסע צערעמאניע נעבן די בארטנס פונעם ים סוף האבן די פרויען געשפילט אויף דראמס.

נשלח: מאנטאג יולי 14, 2014 9:15 pm
דורך יין שרף
א נייע חידוש פון אכשר דרא בענין קול באשה... WOW!

נשלח: מאנטאג יולי 14, 2014 10:50 pm
דורך פליקער
כוכב דארטן האבן נישט די פרויען געפויקט פאר די מענער, פליז דאנט פּוָשׁ

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 1:47 am
דורך שמעקעדיג

נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 1:49 pm
דורך שמייכל
דיקמאן איז הייסע נייעס
געהערט נאכזאגן פון די הויעכע פענסטער אז ער איז דער צוקונפטיגער ׳מונה׳

נשלח: מוצ"ש יולי 26, 2014 11:53 pm
דורך סאשי פיש
אפאר בילדער פון יואלי דיקמאן מיט מ.ב.ד.

נשלח: זונטאג יולי 27, 2014 1:53 am
דורך petergrifin
פארװאס זעהן אויס די בילדער װי זײ זענען געכאפט געװארן אין די לעיט 70s?

נשלח: זונטאג יולי 27, 2014 11:41 am
דורך משבק
פאלגענד איז א טיילווייזע ליסטע פון סידיס אויף וואס דיקמאן ארבעט יעצט 1: לוי פאלקאוויטש 2: רעכניץ 3: מאטי שטיינמעטץ 4: מ,ב,ד 5: יצחק פוקס 6: שלוימי דאסקאל ועוד

נשלח: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 12:52 am
דורך דברים ככתבן
שמייכל האט געשריבן:דיקמאן איז הייסע נייעס
געהערט נאכזאגן פון די הויעכע פענסטער אז ער איז דער צוקונפטיגער ׳מונה׳

אפשר קען ער אזוי גיט מוזיק ווי מונה אבער צו פארשטיין די ניגון וואס עס באלאנגט דארט וכו' איז ער גאר שוואך, ווייט ווייט פון מונה.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 12:21 am
דורך רויטע וואנצעס
א רחמנות אויף דיקמאן ער דארף דא ארבייטן מיט א שרעקליגע קווייער. וואס גייט פאר מיט ישראלי קווייער'ס זענען אלע שוואך.

אגב יואל דיקמאן ווארפט זיך ווי א געטאר אין די הענט פון א שפילער. ער פילט די מוזיק ווייבערעטן דורך זיין גאנצע גוף. דאס מאכט א געלוגענע אראנזשער. ער פילט די מוזיק ווייבערעטן אין זיין גוף, ער לעבט עס ממש.

https://www.youtube.com/watch?v=SDnPKklKnUg

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 7:16 pm
דורך איך אויך
יע דער ליעד זינגער דארט איז שוואכע מאסעס ,ער סאונד ווי ער איז נעכטן אריין אין די ליין.

נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 4:26 am
דורך moshav zekeinim
נישט די חתונות איז די שטארקע זייט פון אן ארעינדזער, און זיכער נישט פון יואלי דיקמאן. די ספעציאליטעט פון א ארעינדזשער איז און סטודיאו, אןן אפשר צומאל אויך ביי א קאנצערט, און טאמער מאכט ער א גוטער ארבעט ביי א חתונה איז עס א באונוס.

איבערהויפט יואלי דיקמאן וואס האט זיך געמאכט א נאמען אלס איינעם וועם סאיז אינטרעסאנט צו וואטשן אין סטודיאו, די היים פלאץ פון א ארעידזשער.

אינטרעסאנט איז. אז הייסן הייסט ער מיט דעם אומבאדאטפולע יואלי, אויסזען זעט ער אויס ווי א יונגער צוציק וואס דאס איז ער אייגענטליך, אבער און קעגנזאץ צו דעם, ארעינגזשט ער ווי א לייב אדער גאר ווי עלעפאנט אדער וואל פיש... פול מיט באדי. מיט קראפט פראכט און ענערדזשי און אויך מיט טעם. וואס כמעט אין בדומה לו מיט אזא קאמבינעישן, ער פארמאגט די פילהארמאנישער פראכטיגקייט און שניידיגער שטארקייט פון לאם( אן לאםס שטייפקייט) פון וועם ער פארופט זיך אלס א שטיקל תלמוד דורך זיינע טעיפס. צוזאמען מיט מונה'ס טעם און ענערדזשי. איך וואלט אבער נישט געזאגט אז ער שטייגט איבער מונה מיט זיינע מעלות, ווייל אויסער דעם וואס מונה איז נאך היינט נאך פופציג יאר ארעינדזשן מלא טעם וחידוש בניגוד צו דיקמאן'ס קארגע צען יאר אין די ליין, האט מונה נאך א סך אויסגערופענע ספעציאליטעטן וואס דיקמאן פארמאגט נישט. אבער כדי הוא דיקמאן בפני עצמו, דער צוזאמענשטעל פון דיקמאנס טאלנט איז פרייליכע נייעס אין די צוקומפטיגע עולם המוזיק.

נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 8:48 pm
דורך moshav zekeinim
די ערשטע מאל וואס איך האב רילייזט אז יואלי איז דורכברוך פון א מוזיקאנט איז געווען ווען איך האב געהערט יוסף חיים שוואקי'ס ערשטע סידי הוא יברך. דער סידי איז פול מיט ענערדזשי און לעבן'ס לוסט ביי יעדער ניגון באזונגער, גלייך ווי די טעיפס פון מונה אין זיין גאלדן עידזש

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 12:34 am
דורך דברים ככתבן
still not mona

נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2015 9:25 am
דורך moshav zekeinim
איך בין אויך א מונה פען, און מונה איז ביי מיר דער נומער איינס ארעינדזשער, אבער יואלי שטייט גאנץ נאנט צו אים אין שטארקע הינזיכטן, פלאס וואס ער פארמאגט אנדערע סובבטאנסן ווי פון ישראל לאם און נאך

Re: דער מוזיק ארענדשער יואלי דיקמאן

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 11:15 am
דורך אלפא
שפאציר איך מיר אריין אין דעם (פארשלאפענע) מוזיק ווינקל, באמערק איך ווי מען רעדט פון יואלי דיקמאן - מיין אלטע פעיוואריט.. מען קאמפערט אים צו מונה ארויף און אראפ, און איך בין אביסל אנטוישט אז צווישן די ריזן דא אין שטיבל קען קיינער נישט אויפכאפן די (טאקע דקות'דיגע) חילוק צווישן די צוויי וועלכע שטעלט מונה אויף אן אומפערפאציאנאלן העכערן פלאץ?! (מעגליך די טאלאנטפולע עולם שרייבט דיזע נושאים נאר אויף אייוועלט..)

יואלי דיקמאן האט א מייסטערהאפטיגן ענערגיע ווען עס קומט אנצופירן א לייו בענד אדער געוויס אראנדזשירענדיג אין סטודיא, זיין אייגענארטיגן ברעס סאונד איז מלא חיות און חידוש, זיין קינצליכקייט צוזאמצופארן קאונטערפארטס אין די ארענדזשמענט (- באזינדערע הארמאניע ליניעס וועלכע שטעלן זיך צוזאם אלס א גרויסן בילד..) און דאס פאראויס פלאנען איז העכער ווי מיין יכולת צו פארשטיין, אבער מיט דעם אלעם ווען עס קומט צו אויסשטעלן די קארדס אויפן ניגון - וועלכע אינסטרומענט שפילט וועלכע נאט און וויאזוי די בעסס פארט פון אכטער דעם טראמבאן וכדו' - דארט האט נאר מונה דערווייל באוויזן אמת'ע גאונות..

יא, יואלי'ס אראנדזשירונגען הערן זיך רייכער און צומאל קינצליכער. יא, שיע קאלער האט באוויזן נאכצוקאפירן מונה'ס ליניעס (אין די טרעבל ראלם..) זייער געוואלדיג און באאיינדרוקספול. אבער די קארד, די טיפע אויסשטעל פון די קארדס - אנטשולדיגט אייך אלע - נאר מונה!

און איך מיין נישט די נעמען פון די קארדס און די סארט קארדס וואס ווערט גענוצט (אין ווי רובי באנעט איז געוואלדיג און דודי קאליש פראבירט זיך צו אהערשטעלן..), איך מיין בדיוק די 'אויסשטעל' און רייכקייט אין דעם געשפילטן קארד זעלבסט, וואס ווען מ'נעמט לדוגמא א שיע קאלער ליין ווס א מונה ליין הערט מען קלאר א באדייטענע ליידיגקייט אינעם הונטערגרונד ביי שיע קאלער...

א פרייליכן חנוכה!

Re: דער מוזיק ארענדשער יואלי דיקמאן

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 12:21 pm
דורך די קעפעלע
א קלעסיק מייסטערווערק פון מונה מיט די טיפע קארדס וואס ר אלפא דערמאנט. גראדע איז די גמר הפקה post production דורך יואלי דיקמן


https://www.youtube.com/watch?v=00PPzcA6Hlw