בלאט 1 פון 1

ווילעזש אויף קעי זשעי ווי איז ענקער אחריות

נשלח: מאנטאג יולי 14, 2014 3:11 pm
דורך גאנצל
אין א אומפארשטענדליכע שריט האט היינט די ווילעזש אויף קרית יואל צוריק געפנט דעם אריינגאנג פון סקאנעמאנק קיין מרדכי שעהר וואס דאס איז א מורא'דיגע סכנה פאר ווער ס'קען די געגנט סקאנעמאנק איז א געדרייטע בארג אראפ און מ'קען נישט געהעריג זעהן ווען איינער קומט צו פליען אויף א הויכע ספיד

די ווילעזש האט עס געהאט פארמאכט געם וועג ארויסצוגיין פון מרדכי שעהר און היינט צוריק געפענט איך פארשטיי נישט ווי איז זייער אחריות ?

נשלח: מאנטאג יולי 14, 2014 3:15 pm
דורך Ben-Shishim
Is this issue of Hakirya, they try to justify it.

נשלח: מאנטאג יולי 14, 2014 3:17 pm
דורך גאנצל
וואס זאגן זיי ?

דעס גייען זיי מוזן צוריק צו מאכן לכוארה

נשלח: מאנטאג יולי 14, 2014 3:18 pm
דורך שרייבער
אפשר פרעגסטו ווי איז די אחריות פון די שנעלע דרייווערס וואס פארן ווי חיות

נשלח: מאנטאג יולי 14, 2014 3:22 pm
דורך גאנצל
ווי קומט דעס אריין דא ?

נשלח: מאנטאג יולי 14, 2014 3:23 pm
דורך signout
Ben-Shishim האט געשריבן:Is this issue of Hakirya, they try to justify it.

ווי קען מען עס ליינען?

נשלח: מאנטאג יולי 14, 2014 3:24 pm
דורך שרייבער
גאנצל האט געשריבן:ווי קומט דעס אריין דא ?

דיין פראבלעם איז אז ס'איז א ווילדע דריי, איז אפשר סקאנעמאנק א 65 MPH זאנע, ווען מען פארט אויף די ספיד ווי א נארמאלע מענטש איז עס זייער פיין

נשלח: מאנטאג יולי 14, 2014 3:25 pm
דורך Ben-Shishim
שרייבער האט געשריבן:אפשר פרעגסטו ווי איז די אחריות פון די שנעלע דרייווערס וואס פארן ווי חיות


Exactly, and also passing school buses when lights are blinking.
If I would be mayor, i would have the state police come in full force and hand out tickets left and right למען ישמעו ויראו

נשלח: מאנטאג יולי 14, 2014 3:27 pm
דורך גאנצל
נו איז דאך נאך מער שווער פארוואס דו האסט דעס געפנט איך מיין אז מ'טאר דארט נישט פארן ס'איז א געהעריגע סכנה

נשלח: מאנטאג יולי 14, 2014 3:44 pm
דורך שרייבער
גאנצל האט געשריבן:נו איז דאך נאך מער שווער פארוואס דו האסט דעס געפנט איך מיין אז מ'טאר דארט נישט פארן ס'איז א געהעריגע סכנה

איך ווייס נישט אויב ס'איז מער סכנה ווי סאטמאר קארנער עיקערס, ווער ס'האט שוין אמאל פרובירט צו מאכן א לינקס דארט אין די ראש אוערס, וכהנה איז דא נאך אזעלעכע פלעצער, די איינציגסטע סעלושען איז א רויט לייט (א סטאפ סיין פאלגט מען דאך נישט)

נשלח: מאנטאג יולי 14, 2014 7:12 pm
דורך יין שרף
געוואלד! ווער האט זיי מתיר געווען צו וואוינען דארט???

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 11:59 am
דורך דולה ומשקה
מאך דארט א טרעפיק לייט.

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 12:31 pm
דורך מ גפני
ס'איז זייער א שווערע פלאץ פאר א לייט גלייך בתחתית ההר

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 1:05 pm
דורך דולה ומשקה
איינער קען אהער לינקן א מאפע פון יענער געגענט?

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 1:35 pm
דורך מ גפני

נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 6:35 pm
דורך Kool man
קוקט אויס ווי אין יענע שטעטל פייפט מען זיך אויס אויף טרעפיק געזעצן, פארוואס קען נישט פאבליק סעיפטי מאכן סדר? אדער אפשר איז צייט אז ועד הצניעות זאל זיך צאמשטעלן מיט די סטעיט פאליס צו מאכן ארדענונג מיט די טרעפיק ווייעלעישאנס

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 8:54 am
דורך משולם שטיינפעלד
זיי האבן עס געפענט צו פארגרינגערן דעם כ"ו אב פארקער?

@שרייבער, מהיכי תיתי אז א רויט לייט פאלגט מען יא?