בלאט 1 פון 2

הרב אשר ווייס

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 10:32 am
דורך קאווע טרינקער
ס'איז מיר א חידוש אז אזא גדול בישראל, פארמאגט נישט אן אשכול ביי אונז.
וויקיפדיה:
הרב אשר זליג וייס (נולד ב-1953) הוא רב חרדי, ראש ישיבה ופוסק הלכה, חסיד צאנז. עומד בראש בד"ץ "דרכי הוראה".

נולד בארצות הברית למשה וייס‏‏, סוחר נדל"ן ונצר למשפחת רבנים, ניצול שואה. למד במוסדות צאנז בארצות הברית. בשנת תשכ"ו עלה אביו עם משפחתו לישראל והתגוררו בקריית צאנז בנתניה.

הרב וייס שימש כראש ישיבת חוג חת"ם סופר בבני ברק. הוא מכהן כרבה של הקהילה החסידית בקריית טשכנוב בשכונת רמות בירושלים, שבה הוא מתגורר. הוא משמש גם כראש כולל לדיינות ולהכשרת אברכים למורי הוראה ברחוב סורוצקין בירושלים. כמו כן הוא משמש כפוסק של המרכז הרפואי שערי צדק.

בשנת תשס"ו ייסד את ישיבת "דרכי תורה". הישיבה הוקמה יחד עם הרב ברוך דב פוברסקי, ראש ישיבת פוניבז', מתוך שאיפה לשלב את הלמדנות הליטאית עם האווירה החסידית.

שיעורו הידוע ביותר מתקיים בימי חמישי בערב בבית מדרשו. השיעור עוסק בסוגיות הלכתיות ולמדניות הקשורות לפרשת השבוע. שיעור זה מוקלט בקול הלשון ומופץ בדיסקים. רוב השיעורים מודפסים בספרו "מנחת אשר". הרב וייס מוסר שיעורים גם בישיבות של המגזר הדתי-לאומי. בישיבת תורת החיים ובישיבת שדרות הוא מוסר שיעור קבוע מידי שבועיים.

הרב וייס נודע בבקיאות רחבה בספרי הלכה ולמדנות. שיעוריו בנויים בצורה מסודרת ומובנים גם למי שאינו מצוי בנושא. הוא מתמקד בתוכן הרעיוני והמחשבתי העיקרי של הסוגיה הנלמדת ומשתדל להימנע מעיסוק בפרטים שוליים. הוא מתנגד לעיסוק קונספטואלי מופשט במושגים התלמודיים כמקובל בשיטת בריסק. שכיח אצלו הביטוי "ליבי אומר לי", המלמד על יצירתיות סובייקטיבית. הוא אינו נרתע מפסיקה חדשנית, אף כשאינה תואמת את שיטת הפסיקה החרדית הקלאסית.

ער האט חתונה געמאכט פארגאנגענע וואך, כ'דענק נישט א חתונה וואס אלע חכמים, אדמורים, רבנים, ראשי ישיבות פון אונזער אחדות'דיגע כלל ישראל צושפליטערט אויף שיכטען און קרייזען זאלן זיך משתתף זיין.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=5z6lNXuzBnw[/youtube]

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 10:44 am
דורך רויטע וואנצעס
ר' אשר ווייס איז א גאון עולם. זיין ברודער איז רב פון (אדער אין..) מאנטריאל. ער האט נאך א ברודער ר' מאיר ווייס, א ריעל עסטעיט סוחר וואס וואוינט אין יוניאן סיטי. דער "סוחר" איז מסתמא פון די גרעסטע תלמידי חכמים און ידענים אויפן דעם זייט אנטלאנטיק (די מאטעסדארפער האט זיך משדך געווען מיט אים). זיי זענען 7 אדער 8 ברודערס. די ווייס'עס האבן עפעס געוואלדיגע סאשעל סקילס ווי אזוי זיך צו באגיין מענטשען. צוגעלאזן, ווארעם און קלוג. אויפן קליפ קען מען עס אביסל זעהן.

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 10:51 am
דורך על המחיה
זיין ברידער ר' יונתן בנימין איז רב און מונטריאל און זיין ברידער ר' בערל איז א איידעם ביים קלוזענבורג'ער רבי זצ"ל

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 10:59 am
דורך פישלע העררינג
במה כחו גדול?

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 1:41 pm
דורך ארבעס
על המחיה האט געשריבן:זיין ברידער ר' יונתן בנימין איז רב און מונטריאל און זיין ברידער ר' בערל איז א איידעם ביים קלוזענבורג'ער רבי זצ"ל

איז ער געוועהן אינוואלווד אין א לאנגע דין תורה (פייט) מיט צאנז קלוזנברג מחלוקה?

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 1:50 pm
דורך שטילע אינגערמאן
זיייער שיינע קליפ, טאקע אלע רבנים אין אדמורים,
די קאפלע ווואס זינגט וואלט נישט געקענט זיין ערגער, שטינקט אוועק. ממש א פחד

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 2:16 pm
דורך נושא ונותן
פישל'ע העררינג האט געשריבן:במה כחו גדול?

כוחו בפיו

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 2:16 pm
דורך נושא ונותן
ארבעס האט געשריבן:
על המחיה האט געשריבן:זיין ברידער ר' יונתן בנימין איז רב און מונטריאל און זיין ברידער ר' בערל איז א איידעם ביים קלוזענבורג'ער רבי זצ"ל

איז ער געוועהן אינוואלווד אין א לאנגע דין תורה (פייט) מיט צאנז קלוזנברג מחלוקה?

יא

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 12:00 pm
דורך ונבנתה העיר
דרש'ענט היינט נאכט אין סטאלין ב"פ, 9:30.

נשלח: דינסטאג יולי 29, 2014 6:10 am
דורך טעפל
די לעצטע פאר יאהר הערט מען אסאך פון איהם, ווייל זיין זוהן בנימין האט גענומען אויף זיך די פי אר און ער מאכט עס געוואלדיג!! (נישט אז איך נעם עפעס אוועק פון ר' אשר'ס גדלות)..

נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 1:30 am
דורך איינגעמיירעט
זיינע ספרים און שיעורים זענען הפלאדיג,ער איז א קלארע לערנער,און ער איז שיין מנתח א סוגיא.
ער איז גאר א שטארקע חסיד פון זיך.
און מנחת אשר וואס ער האט ארויסגעבען באטיטעלט ער זיך אלס ״הגאון אשר ווייס״,ווי אוכט און זיין ספר האט ער א פרעכע התייחסות צו פריערדיגע גדולי תורה.

נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 1:48 am
דורך קאווע טרינקער
איינגעמיירעט האט געשריבן:זיינע ספרים און שיעורים זענען הפלאדיג,ער איז א קלארע לערנער,און ער איז שיין מנתח א סוגיא.
ער איז גאר א שטארקע חסיד פון זיך.
און מנחת אשר וואס ער האט ארויסגעבען באטיטעלט ער זיך אלס ״הגאון אשר ווייס״,ווי אוכט און זיין ספר האט ער א פרעכע התייחסות צו פריערדיגע גדולי תורה.

הרב [tag]איינגעמיירעט[/tag], איר האלט אין איין זאגן אז גייט מער נישט שרייבן דא אין קאווע שטיבל... ועדיין לא נושענו. כ'פארשטיי אז די באבובע נייעס ברענגט אייך דא צוריק אויף א וויילע, אבער פארוואס קענט איר זיך נישט האלטן ביי אייער אייגן ווארט?

נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 3:22 am
דורך איינגעמיירעט
[tag]קאווע טרינקער[/tag]
אויב האסטו עפעס מגיב צו זיין לתגובתי גאי עהעיד.
ומחריפות תגובתך נראה לי שח"ו פגעתי בכבוד מעלתך.
ובאם ח"ו זה אמת, אבקש פה באותו מקום מחילה וסליחה.
ואקווה שכבוד מעלתך ימחול לי מחילה בחסד ומחילה ברחמים.

נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:55 am
דורך וויליאמסבורגער
הרב ווייס איז טאקע אן אויסערגעווענטליכער גאון, אבער ער ארבייט עס צו מאכן מער ווי עס איז.
בעיני ראיתי ווי ער מאכט זיך ווי ער ווארפט צאם מקורות פון זכרון, אבער ער האט אריינגע'פיק'ט אין א קליין צעטעלע וואס ער האט געהאלטען אין די האנט.

נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 10:17 am
דורך קאווע טרינקער
וויליאמסבורגער האט געשריבן:הרב ווייס איז טאקע אן אויסערגעווענטליכער גאון, אבער ער ארבייט עס צו מאכן מער ווי עס איז.
בעיני ראיתי ווי ער מאכט זיך ווי ער ווארפט צאם מקורות פון זכרון, אבער ער האט אריינגע'פיק'ט אין א קליין צעטעלע וואס ער האט געהאלטען אין די האנט.

אין אנדערע ווערטער טענה'סטו אז ער איז א שוטה פונעם ערשטען קלאס! ער מיינט טאקע אז קיינער וועט נישט זעהן ווי ער פיקט אריין אין א צעטיל.... ער שאצט אונטער א וויליאמסבורגער אינגערמאן..

נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 10:55 am
דורך איינגעמיירעט
קאווע,
די קענסט דעם יוד, אז די ווערסט אזוי צוברויזט ווען איינער קריטיקירט עם ?

נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 11:04 am
דורך I'm back
איינגעמיירעט האט געשריבן:קאווע,
די קענסט דעם יוד, אז די ווערסט אזוי צוברויזט ווען איינער קריטיקירט עם ?


טראלל אלערט

נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 8:33 pm
דורך moshav zekeinim
איך ווייס נישט צו עס איז דא נאך איין חסידישער רב וואס איז אזוי רעספעקטירט ביי די מאדערן ארטעדאקס yu קהילות ווי ר' אשר ווייס, ער איז כמעט זייער היינטיגער ר' משה פיינשטיין. ווייזט אויס אז ער איז זייער ברייט.

נשלח: דאנערשטאג מאי 12, 2016 9:47 am
דורך חד גדיא
יש אומרים אז רבי אשר ווייס גייט איבערנעמען הרב בעלסקי צו פירן ou.

נשלח: דאנערשטאג מאי 12, 2016 10:55 am
דורך שאולדיספריםפאקער
חד גדיא האט געשריבן:יש אומרים אז רבי אשר ווייס גייט איבערנעמען הרב בעלסקי צו פירן ou.

ווען די זאגסט יש אומרים מיינסטו רב שאהלזאון ?

http://bshch.blogspot.com/2016/05/ou.html?m=1

נשלח: דאנערשטאג מאי 12, 2016 12:31 pm
דורך איש חזון
על המחיה האט געשריבן:ר' בערל איז א איידעם ביים קלוזענבורג'ער רבי זצ"ל

ער הייסט צו זיין א שרעקליכע גאון.

נשלח: דאנערשטאג מאי 12, 2016 12:33 pm
דורך איש חזון

נשלח: דאנערשטאג מאי 12, 2016 1:19 pm
דורך חברהמאן
חד גדיא האט געשריבן:יש אומרים אז רבי אשר ווייס גייט איבערנעמען הרב בעלסקי צו פירן ou.

א חסידישע רב זאל פירן ou?