א תענית: סעקרעטערי דעי..
נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 3:23 pm
היינט -ווי אין א יעדע תענית...- איז דער "סעקרעטערי'ס טאג"... דער טאג וואס אסאך בעלי בתים קויפן איין און האבן די וועלטס נערווען צו זיין אויפן טעלעפאון בשעת זייערע סעקרעטערי'ס באשטעלן ביי זיי ס'עסן וואס זיי דארפן....
אריינשפאצירענדיג אין א רעסטעראונט, צו קויפן ס'עסן פאר מיין ווייב (כ'וועל נישט זאגן צו זי איז א מעוברת צו א יולדות) באטראכט איך ווי איינס ביי איינס אינגעלייט שטייען מיט א רואיגקייט און רעדן אויפן טעלעפאון נעמענדיג אינסטראקציעס פון זייערע סעקרעטערי'ס און געבן עס ווייטער איבער פארן סענדווידזש מעיקער און שפאצירן זיך אזוי שיין ארויס פונעם געשעפט... אנדערע האבן נאר געכאפט א קאפי...
דער שמועס וואס איך האב געהערט פון דעם אינגערמאן וואס איז געשטאנען פאר מיר אין ליין איז בערך אזוי צוגעגאנגן:
"העלאו?! יא כ'בין דא ביי ...(נאמען פונעם געשעפט געהאלטן אין געהיים צוליב גילו..), וואס דארפט איר? אקעי, א טאוסטעט באגעט? רעגעלור צו האל-וויט, אקעי".
יעצט שרייט ער אויס צום מענטשן פון די אנדערע זייט קאונטער, "מאך מיר א רעגולער טאוסטעט באגעט, לייג מיר אריין... "
פרעגט ווידער אויפן טעלעפאון "נא וואס דארפט איר אינעווייניג?"
זאגט נאך "אייער שפייז, דזשיס, צוויבל"
פרעגט איבער אויפן טעלעפאון "מאושרומס אויך? אקעי"
געט ווייטער איבער די באפעלן "אקעי אויך מאושרומס"
פון דא אין ווייטער איז ער שטיל... ווארט דער טאוסט זאל זיך ענדיגן, און ס'אייער שפייז זאל זיין וועל דאון...
"האלא" שרייט ער צום אייער שפייז מאכער "לייג מיר זאלץ און פעפער"
איינמאל ס'טאוסט ליגט אויסגעשפרייט אויפן טיש'ל, פאנגט זיך ערשט יעצט אן די ארדער..
"אקעי, געמער פיטער און סחוג (האקט איבער צום סעקרעטערי "האט-פעפער מיינסטו, יא?) יא, יא, האט פעפער, ביידע זייטן"
פרעגט צום סעקרעטערי "עני וועדזשעטעבעלס?"
אפיציעל פלאפעלט נאך.... "טאמעיטאו'ס, לעטטעס, סאוער פיקעלס, וואס עגפלענט? איין מינוט"
פרעגט דעם סארווירער "זאג נאר דו האסט עפעס פריידט עגפלענט?
סארווירער ענטפערט "יא, דאס איזעס"
רעדט ווייטער אריין אינעם טרייבל "יא ער האט דא, דארפסט עס? אקעי, ווואס נאך?"
זאגט ווייטער נאך "אקעי געמער דע עגפלענט, אקעי דעציט פארן סענדווידזש. געמער נאך א קאלטע קאפעטשינאו"
פרעגט מיט א רואיגקייט "א קליינע? א גרויסע? שוגער פרי?"
ארדערט ווייטער "אקעי, א גרויסע רעגולער קאלד קאפעטשינאו"
זאגט מיט א שנעלקייט צום טעלעפאון "אקעי, נאו פראבלעם, כ'קום סטרעיט אין אפיס, נאך עפעס? שאאאר?? אקעי, ביי"
פרעגט דעם קעשיר, "נא וויפיל איז דאס?"
ווארפט אראפ זיין קרעדיט קארד, כאפט אפאר נעפקינס, מיט א שטרוי, זעצט זיך אריין אין קאר און פארט זיך די אנדערע ריכטונג פונעם אפיס...
אינטעסאנט אז ס'איז ממש אקוראט פון זיין גאנץ אפטע סענדווידזש דא...
די וואס נעמען נאר א קאפי, גייט די שמועס אויפן טעלעפאון שנעלער... אבער צו זיין שווארץ מזל האט זיך די טעלעפאון צוקלינגן אינמיטן פרעגן "א גרויסע אדער קליינע? מיט ציקער? ספלענדע? צו גארנישט..."
דאס אהבת ישראל, און געטריישאפט צו אנדערע זאל אודאי מגין זיין אין די דאזיגע דריי וואכן און מ'זאל מיר זוכה זיין לביאת המשיח בב"א
א גרינגן תענית!