בלאט 1 פון 3
אין בני ברק וועט גארנישט פאלען
נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 4:49 pm
דורך נושא ונותן
יעדער בי בר רב דחד יומא אין בני ברק ווייסט די ווערטער פון הגאון ר' חיים קניבסקי שליט"א אז אין בני ברק וועט גארנישט פאלען. ווען ארץ ישראל איז געווארן בארעגענט מיט סקאד'ס פין עיראק האט ער געזאגט אז מען דארף נישט מורא האבן און מען דארף נישט צוגרייטען א חדר אטום, און אזוי ביי אלע מלחמות עד היום האט ער שטענדיג אזוי געזאגט. ולא נחה דעתו ביז ער האט מפרסם געווען א בריוו בעצם כתב ידו ווי ער שרייבט אז אין ב"ב וועט נישט זיין קיין באמבעס.
הגראי"ל שטינמן ווייטער פארלאזט זיך נישט אויף ר' חיים און ער האט געזאגט אז אפילו אינמיטען שמונה עשרה דארף מען אנטלויפן.
www.bhol.co.il/Article.aspx?id=70849&cat=6 די מיסעלס זענען פונקט אזוי ווי אן עקרב.
אנדערע זאגן גאר אז דער חזו"א האט געזאגט פאר א ירושלימער איד אין 1948 (מלחמת השחרור) וואס האט זיך אויסגערעדט אז ער האט מורא אין ירושלים ווייל די ירדנ'ער באמבארדירן דארט, האט אים דער חזו"א געזאגט אז ער קען קומען קיין בני ברק ווייל דארט וועט נישט זיין קיין באמבעס (די ירדנ'ער האבן נישט געקענט באמבאדירען ביז בני ברק) ותו לא אמר ולא מידי, און ראט"ט האט עס איבערגעדרייט פאר א תורה שלימה אז בבחינת שגגה שיצא מפי השליט איז להרע וק"ו להטיב, און עד עולם וועט קיינמאל נישט פאלן גארנישט אין בני ברק.
דאס איז א לאנגער און זייער א חשובער נושא אויסצושמועסן, אפילו אז דער חזו"א האט
יא אזוי געזאגט איז עס בגדר
נבואה וואס מוז מקוים ווערן? קען זיך נישט חלילה מאכן אז עס זאל יא פאלן אפילו עס איז דא א הבטחה פונעם חזו"א? איז עס ריכטיג וואס הונדערטער קינדער מאכן זיך נישט וויסענדיג ווען עס קומט א מיסל און שטעלען זיך איין זייער לעבן אויף א ווארט פונעם חזו"א? ווייטער האבן דען עלטערן רעכט אינגאנצן זיך נישט צוטוהן מאכן פונעם אלארעם? מילא אויף זיך קען זיין אז מען מעג זיין א מאמין אין א פארנעפעלטע ווארט פונעם חזו"א, אבער האבן זיי דען א רעכט אויף זייערע קינדער זיי אייצושטעלען זייער לעבן?
אזוי צי אזוי, נפל דבר בני ברק תרתי משמע, און
נעכטען איז געפאלן א שטיקעל מיסל אין בני ברק, ב"ה קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן אבער פארט איז עס געפאלן.
עס איז העכסט צייט אז דער עולם דארט זאל מאכען א חשבון הנפש צי איז עס נארמאל אחריות'דיג און הלכה'דיג אויסגעהאלטען זיך נישט צו טוהן מאכן פונעם אלארעם.
נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 5:00 pm
דורך פארוואס?
אין די צייט וואס די ווערד פונעם דאלער קעגן די איזרעאלישע שקל האט געהאלטן אין איין פאלן, אנמאכנדיג גרויסע הפסדים פאר די וועלכע זייער אינקאם איז געווען אין דאלערס.
איז א איד אריינגעקומען צו ר׳ חיים קנייבסקי שליט״א מיט טרערן אין די אויגן: רבי! וואס טוהט מען דער דאלער פאלט!
האט איהם ר׳ חיים בארוהיגט: נישט גע׳דאגה׳ט איין בני ברק וועט עס נישט פאלן.
נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 5:01 pm
דורך מאטי
אפילו ר' חיים וואלט געהערט א כרוז פון הימל אז אין בני ברק גייט גארנישט פאלן, איז די הלכה אז "אין משגיחין בבת קול" און ס'איז נישט דוחה די מצוה פון "ונשמרתם..."
נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 5:10 pm
דורך נהורא נפישא
און אז ס'העט יא פאלן, נישט געזארגט די מענוציפאליטעט וועט אויסשליסן יענעם גאס פון בני ברק.
נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 5:10 pm
דורך נושא ונותן
מאטי האט געשריבן:אפילו ר' חיים וואלט געהערט א כרוז פון הימל אז אין בני ברק גייט גארנישט פאלן, איז די הלכה אז "אין משגיחין בבת קול" און ס'איז נישט דוחה די מצוה פון "ונשמרתם..."
להלכה ביסטו זיכער גערעכט, עס ווינדערט מיר אלעמאל גדול בישראל איך יאמר דבר כזה ווי אזוי נעמט מען אזא מין אחריות? האלט ער אז א ווארט פין חזו"א האט א דין פין תורה ואס קען זיך נישט טוישען? אדער גאר נביאה שכל דבריהם אמת? עס לייגט זיך נישט אויפן שכל!!!
נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 5:15 pm
דורך נושא ונותן
חסידים פין ר' חיים פארענטפערן
א. אז יש ברירה אין יענער גאס איז דאך קלאר נישט בני ברק.
ב. די מיסעל האט נישט געהאט שיעור חזו"א והחזו"א לשיטתו.
ג. ווען מחבלים אין בני ברק קריגען זיך מיט די שונאים דארט כידוע איז מידה כנגד מידה האבן מחבלים א כח.
ד. והוא העיקר לפי די באוויסטער טענה פין הגר"א קוטלר זצ"ל אז מיט א מציאות ווענדט מען נישט אפ א חזו"א.
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 8:34 am
דורך נושא ונותן
היינט איז נאכאמאל געפאלען א שטיקעל פין א מיסל אין בני ברק, אבער דאסמאל איז עס נישט געפאלען ביי א זייטיגע געסעל וואס מען קען טענה'ן אז עס איז נישט עכט בני ברק, היינט איז עס געפאלען אין רחוב שלמה המלך אין רחוב עזרא! אין גאר אויף די דאך פין וויזניצער בית מדרש.
m.bhol.co.il/article_old.aspx?id=71022
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 8:54 am
דורך פלעין יודיש
נעע!!!
דאס איז נישט בני ברק דאס איז געפאלן אין קרית וויזניץ א געגנט הארט לעבן בני ברק....
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 9:34 am
דורך שעפטל
איינער שרייבט אז ס'איז געפאלן אויף א אפענע ליידיגע שטח (500 פיס ארום דעם רבי'ן...)
IMG-20140716-WA019.jpg
IMG-20140716-WA017.jpg
IMG-20140716-WA018.jpg
IMG-20140716-WA020.jpg
די רבי (האדמו"ר מהרמ"מ) איז אנגעקומען צום פלאץ, קודם האט ער ברבים געדאנקט דעם באשעפער אז ס'איז גארנישט געשעהן. דערנאך האט די רבי צוגעלייגט, "ס'איז דאך דא אזויפיל תורה, עבודה, וגמילות חסדים איבער די וועלט בכלל, און דא בפרט, פארוואס איז דאס געשעהן? נאר ווייל אלעס טוהט מען פיין, חוץ בעטן אויפן גלות השכינה און איבערן בנין בית המקדש השלישי" די רבי האט צוגעלייגט "יעצט אין די טעג, אין די דריי וואכן איז די פאסיגסטע צייט איינצורייסן אז משיח זאל שוין קומען און מ'זאל מיר קענען אויפבויען דעם ביהמ"ק" די רבי האט אויסגעפירט "ווען די אלארעם צינד זיך אן, זאל יעדער לויפן אינעם שעלטער/בונקער! קיינער זאל נישט בלייבן אינדרויסן!"
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 11:52 am
דורך יאיר
ס'איז גאר קיין מיסיל ניט.
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 11:58 am
דורך שעפטל
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 12:16 pm
דורך zurich
איך בין נייגעריג צו ווען די מיסיל אלארם צינד זיך און אלע לויפן אריין אין די בונקערס לויפן די רביס אריין מיט די גבאים אדער די גבאים לאזן די רביס הענגן?
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 12:26 pm
דורך בר דעת
די מקורבים פון הרב קנייבסקי זענען אים מבזה, ער איז א לעבעדיגער ספר תורה. אבער לעבעדיגע ספרי תורה רעדן קיינמאל נישט איבער קארענט איווענטס. זאל ער זיצן און לערנען און מגין זיין אויף די וועלט מיט זיין תורה וקדושה, אבער קיין קלוגער מענטש מן היישוב איז ער נישט, קיין פאליטיקאנט אדער דיפלאמאט איז ער נישט און ער מאכט בושות. זיי וואלטן געדארפט מאכן שטרענגע תקנות, פארשטייט זיך בשמו, אז מען מעג אים נאר פרעגן אין לערנען אבער נישט קיין מילי דעלמא. ער איז א גרויסער תמים שאין לו בעולמו אלא תורה, און ער מאכט צופיל בושות מיטן זאגן זאכן צו וואס ער פארשטייט נישט. איינער ואס פארשטייט אן עסק און ליינט אמאל א צייטונג וואלט פארשטאנען אז די ברכה פון חזון איש איז געווען גוט אמאל, אבער יעצט ווען עס פליען מיסילס פון אילת ביז שדרות, פון דימונה ביז יוקנעם איז בני ברק נישט באשיצט. זייער פשוט
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 12:33 pm
דורך שטילע אינגערמאן
וואס?
איר פראבירט מיר צו זאגן אז מ'זאל נישט גיין פרעגן דעת תורה אדער א רבי וועלטליכע זאכן?
הייסט דאס וואס די וועלט פרעגט רבי'ס ווען זיי זענען אין א עת צרה מאכסטו יעצט אוועק אין א רגע?
אז מענטשן האבן געזעהן אפענע השגחה פרטיות ביים פרעגן רבי'ס ווען זיי האבן זיך ח"ו געדארפט אפרירען וגו' אדער וועגען ביזנעס וגו',
דאס איז אלץ גארבידז ביי דיר???
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 12:39 pm
דורך בר דעת
אויב האט דער רבי געהאט עפעס א גבאי וואס האט געקענט עפעס א דאקטאר, אדער דער הויז בחור האט געהאט א נומער פון אן אקאונטענט, אדער שטייטזעך, דער רבי האט אליין פארשטאנען צו די נושאים, דארף מען גיין צו רביס. אויב נישט זאל מען גיין נעמען א ברכה און נישט פרעגן קיין שאלות, אויסער אויב מען איז אביסל נערוועז און מען ווייסט באמת וואס מען דארף טון, מען דארף נאר דעם רבי'נס מאטיוואציע, קען מען גיין צום רבי'ן (אדער מאכן א גורל, אדער פרעגן א יונגל פסוק לי פסוקך, אדער א סייקיק, אדער סיי וואס)
א ברכה איז זיכער יא אייביג אמת, ווי עס שטייט אין חז"ל, אבער דאס איז שוין הימליש
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 12:50 pm
דורך תמים
איך ווייס נישט ווער דיין רבי איז, עס איז נישט על הכלל כולו יצא, בר דעת רעדט ספעסיפיק פון מרן הגר"ח א איד וואס איז (געווען?) פארהייליגט אין אלע שיכטן אין קרייזן, באמת איין שטיק תורה, זיין פנים שיינט אים פון קדושה, אבער ווי ער זאגט, חוץ זיינע ספרי דרך אמונה זעהט מען נישט קיין גרויס חכמה און פקחות ביי אים, עס קען זיין אז ער איז בעצם א גרויסער חכם, אבער ווען מען איז אינגאנצען אויסגעפלאגט פון די וועלט און מען קומט אים פרעגען ווי א אורים ותומים קומט ארויס גאר מאדנע תשובות,
און נאכדערצי לעצטענס ווען זיינע שטיב מענטשען האבן אים אריינגעדרייט און פאליטיק, ווי עס קומען ארויס פון דארט חידושים פון פסקים און תשובות ווי קיינמאל ביפאר, און אנשטאט עס זאל בויען הרב שטיינמן האבן זיי אראפגעשלעפט ר' חיים צי א ביליגע און גאר קריוזע שטאפל.
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 1:21 pm
דורך איחוד פעלד
נעבעך.
ער פלעגט זיך נישט מישען אין גארנישט, לעצטענס האר ער געמאכט א טיילונג ביי די ליטאים.
מען פלעגט זאגען אז דער יצה"ר לאזט איינער ווי אים דינען דער אויבערשטער אגאנץ לעבען אבי ער זאל אויף דער עלטער אנמאכען א חורבן.
השם ישמרנו.
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 1:27 pm
דורך לעיקוואד
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 1:41 pm
דורך שמעקעדיג
נושא ונותן האט געשריבן:חסידים פין ר' חיים פארענטפערן
ב. די מיסעל האט נישט געהאט שיעור חזו"א והחזו"א לשיטתו.
.
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 1:49 pm
דורך לעיקוואד
הרב שטיינמאן איז קלוג.. ווען מען האט עם געפרעגט וועגן די הבטחה האט ער געזאגט אזוי "בני ברק איז א אידישער שטאט, עס איז נישט שולט אין איר קיין יצר הרע". וד"ל.
http://www.ch10.co.il/news/52398/#.U8a7GfmSxyU
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 2:14 pm
דורך קאווע טרינקער
מה כל הרעש? די הבטחה פונעם חזון איש איז נאר כשעושים רצונו של מקום.
אויף אסאך שווערערע קשיות נוצען חז"ל אזא תירוץ.
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 2:31 pm
דורך יאיר
איך ווייס א מעשה פון איינער וואס האט צוגעזאגט אז אויב מען איז מכבד די טאטע מאמע און מען שיקט אוועק די מאמע פייגל פאר מען נעמט די קינדער וועט מען לעבן לאנג. למעשה האט אן אנדערער מקיים געווען ביידע זאכן אויף אמאל און ער איז בשעת מעשה געשטארבן. איינער פון די צושויער האט טאקע געזאגט אז לית דין ולית דיין, די אנדערע האבן געטראפן געוויסע תירוצים אויסצוארבעטן אז מען קען סיי שטארבן און סיי לעבן לאנג אויפאמאל. והלכה כבתראי. הגה, וכן נוהגים.
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 3:02 pm
דורך שמערל
מקובלני ממקורות מוסמכים, אז ר' חיים קנייבסקי איז שוין נישט בקו הבריאות א שטיק צייט( מוחו), ער געט שוין נישט ארויס קיין ספרים, און ער לערנט ווייניגער און שמועסט מער.
דאס האב איך שוין געהערט ווען ער האט געווארפן זיינע סטעיטמענטס אויפן איי פאון, אבל לא רציתי לפרסמו משום כבוד התורה.
אמנם במקום שיש חילול השם אין חולקין כבוד לרב, ודי בזה. וה' הטוב יכפר.