היינט איז אריינגעקומען די נייעס אז דני דנון דער דעפיוטי דיפענס מיניסטער פון מדינת ישראל איז געפלויגן ווי א ראקעט דאסמאל געשאסן ביים פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו.
אביסל היסטאריע איבער דעם אינגן דני, ער איז געבוירן געווארן שבת פרשת אחרי קדושים, י"ג אייר תשל"א, מאי 8 1971 למספרם, צו זיינע עלטערן יוסף און יוכבד, אין רמת גן אין ארץ ישראל, ער הייסט דני נאכן קאמאנדיר פון זיין טאטע, דני ורדון הי"ד, וואס איז אומגעקומען אין די זעקס-טאגיגע מלחמה.
דני האט חתונה געהאט (כ'זעה נישט מיט וועם און ווען...) און האט דריי קינדער.
פון תשנ"ד ביז תשנ"ו האט ער געדינט אלס שליח הסוכנות היהודית אין מיאמי פלארידע, ווי ער האט שטארק געארבייט אז די דארטיגע אידן זאלן מאכן אן עליה קיין ארץ ישראל.
אין תשנ"ו איז ער גענומען געווארן אלס געהילף און עצה געבער פארן חבר הכנסת עוזי לנדאו, בערך צוויי יאר שפעטער איז ער באשטימט געווארן אלס דער ראש ההנהגה העולמית אינעם 'ברי"ת' ארגענעזאציע (ברי"ת איז די ר"ת פון ברית יוסף תרומפלדור, די ציל פון דער ארגאניזאציע איז אויפצושטעלן א אידישע איגענט וואס קעמפט פאר א אידישן זעלבסטשטענדיגן לאנד).
אין יאר תשס"ו איז ער ערוועלט געווארן אלס דער יושב ראש הליכוד העולמי. גראדע יענע יאר איז ער אריינגעקומען אלס דער 23'סטער אינעם ליכוד ליסטע, און וויבאלד ליכוד האט נאר באקומען 12 בענקלעך איז ער נישט געווארן קיין חבר כנסת. אזוי אויך האט ער געדינט אלסן יו"ר סיעת הליכוד בהסתדרות הציונית העולמית, און ווייטער אלס חבר הסוכנות היהודית.
א יאר שפעטער איז ער געלאפן צו ווערן דער ראש הליכוד, דער איצטיגער פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו האט געווינען, דני איז אריינגעקומען דער דריטער.
תשס"ט ווען ליכוד האט באקומען 29 בענקלעך אין כנסת איז דני -געווינענדיג דער 24'סטער אין די רייע- געווארן א חבר כנסת. און געדינט אלס דעפיוטי ספיקער (סגן יו"ר הכנסת) פאר די קומענדיגע 4 יאר.
תש"ע איז ער געווארן גאר באקאנט ווען ער האט געגעבן זיין אינטערוויו פאר אל-שזאזירא און דערקלערט "קיין צוויי שטעט! נאר איין שטאט ישראל, אויף דעם שטח!"
פאריאר איז ער געשטעלט געווארן אלס דער דעפיוטי דיפענס מיניסטער (סגן שר הביטחון)
היינט, האט ער שטארק קריטיקירט דעם פרעמיער מיניסטער איבער דעם פייער-אפשטעל אינעם קריזיס דארטן אין מיטל מזרח, ער האט געשריגן אז "ער וועט נישט לאזן ליכוד ווערן א מר"צ!"
איך ווייס נישט פונקטליך וואס ער גייט לאזן צו נישט, דאס קינד איז אינדרויסן!
דוב הייקינד דער אסעמבלימאן וואס פארטרעט בארא פארק, וואס איז יעצט געפארן קיין ארץ ישראל, האט שטארק אינטערגעריסן נתניהו פארן אויפזאגן א דעפיוטי אין אזא קריזיס צייט..... ביבי האט נאכנישט דערויף געענטפערט....
ראקעט סטייל געפלויגן אין מדינת ישראל - דער סגן שר הביטחון
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
ראקעט סטייל געפלויגן אין מדינת ישראל - דער סגן שר הביטחון
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
און דזשעי פי אפדעיטס שרייבט אז נתניהו האט געאפערט פאר ארי' דרעי איבערצונעמען דני דנון... WOW!
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...