די ממשלה אין ענגלאנד הויבט אן אראפקלעמפן אויך חדרים

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
הירץ אייכל גומפרץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 24, 2014 4:54 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

די ממשלה אין ענגלאנד הויבט אן אראפקלעמפן אויך חדרים

שליחה דורך הירץ אייכל גומפרץ »

די עסקנים אין ענגלאנד פאניקן היינט נאכדעם וואס די רעגירונג האט אצינד אויכעט אנגעהויבן ציהלן די היימישע תלמוד תורות אין שטאט דערפאר וואס ערנסטע מיסברויכן זענען אויפגעדעקט געווארן דורכאויס די פארגאנגענע אפסטע"ד אינספעקציעס.

נעכטן האב איך געשריבן איבער די חרדישע ישיבות אין לונדון וועלכע מ'האט אויפגעדעקט אז זיי פונקציאנירן אומלעגאל. יעצט וועל איך פרובירן אין א ניסל-שאלעכץ אנצורירן די טעמע פון די ארטיגע תלמוד תורות, ספעציעל וויבאלד היינט איז ארויסגעקומען א פרישע שלעכטער רעפארט איבער איינע פון די היימישע חדרים אין שטאט. בדרך כלל זענען מערסטנס חדרים יא רעגעסטרירט מיט די דעפארטמענט פון עדיוקעישן, כאטש טאקע אלס פריוואטע סקולס, וואס מיינט אז זיי באקומען נישט קיין געלט פון די גאווערמענט, גיבט זיי דאס אבער די פריוויליגיע נישט צו דארפן לערנען מיט די קינדער לימודי חול אזוי ווי די גויאישע פובליק שולעס. הגם, אפילו ע"פ געזעץ, מוזן "פריוואטע סקולס" אויך לערנען די קינדער ענגליש, רעכענען, סייענס, טעכענעלאגיע, עקסערסייז וכו'.

הכלל, כדי צו פארזיכערן אז די סקולס האלטן זיך צו די געזעצליכע פארשריפטן באנוצט זיך די רעגירונג מיט אן ארגענאזאציע גערופן אָפסטע"ד צו אינספעקטירן די שולעס. אויב א סקול פאלט דורך עטליכע מאל, קען די גארוועמענט גענצליך אפשליסן די סקול, כמו שאירע לאותו צדיק.

כדי צו פארמיידן דעם פראבלעם פלעגן די חרדישע חדרים טענה'ען אז אלצדינג וואס זיי זענען מחויב צו לערנען מיט די קינדער זענען זיי יוצא דורכ'ן לערנען מיט די קינדער גמרא, "וויבאלד עס אנהאלט א מאסיווער אויסוואל פון אסאך נויטיגע ידיעות וואס די קינדער דארפן צו וויסן, ווי אויך וויכטיקע רעלעוואנטע אינטעלעקטואלע דיסקוסיעס וואס בויען אויף און אנטוויקלען סיי די שפראך און ארבעטס פעאיגקייטן פון דאס קינד, אזוי אויך זייער לאגיק דענקערשאפט און מאטעמאטיקס." אלזא, וויבאלד לויט די אופן וויאזוי די אינספעקציע פראצעדורן זענען ביז היינט צוגעגאנגען האט זיך עס געוואנדן לויט ווי דער אינספעקטער זעלבסט האט דעם מצב אנגעקוקט. האבן די חדרים/חרדים דערפאר, מיט אביסל שיינע זמר'לעך, גענאסן פון א רעלאטיווע לייכטע באהאנדלונג.

געווענליך, ווען עס זענען געקומען גויאישע אדער פרייע אינספעקטערס, זענען די חדרים דורכגעפאלן די אינספעקציעס. אבער מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף ווען א פרומער איד האט אדורכגעפירט דעם אינספעקציע, האט די חדר קיין שום פראבלעם געהאט צו פּעסן. צום ביישפיהל, עטליכע יאר צוריק אין 2009, איז סאטמער חדר געווען אין געפאר צו אפגעשלאסן ווערן ווייל זיי האבן באקומען אפאר שלעכטע רעפארטן. צו זייער מזל, נאך אסאך השתדלותער און נאך וואס זיי האבן באוויזן אין די לעצטע מינוט איינצוקויפן נייע טעקסט ביכער פאר ענגליש, חשבון און סייענס וכו' האבן זיי מצליח געווען אפצורופן די גזירה. אבער אין סאטמער-מאנטשעסטער האבן זיי געהאט א פרומער אינספעקטער, ר' חנן טאמלין (א בעל תשובה וואס איז געווארן א באבובער חסיד) און די חדר האט טאקע באקומען בעסערע צייכענעס ווייל רב טאמלין האט געשריבן ווי וואונדערליך זיי זענען און אז פון די גמרא לערנען זיי אלעס וואס זיי דארפן צו וויסן פאר סייענס, מעטאמאטיק, געאגראפיע און אזוי ווייטער.

אויך וויזניצער חדר אין לאנדאן האט זיך געטראפן אין גרויסע צרות ווען זיי האבן באקומען שלעכטע רעפארטן אין 2011 נאך אינספעקציעס, אבער נאכדעם וואס רב טאמלין האט אדורכגעפירט אן אינספעקציע לעצטע יאר, האבן זיי געשמירטערהייט אדורכגעמאכט די גאנצע אינספעקציע אהן קיינע שוועריגקייטן.

בקיצור, ביז אנהויב דער יאר האבן זיך אלע חדרים, ווי עס הייסט, אן עצה געגעבן - מער ווייניגער. אבער אנגעהויבן פון דעם יאר און ווייטער, האבן זיך געביטן אסאך רעגולאציעס אין די תקנות פאר די פריוואטע סקולס - מטעם די גארווערמענט. (דאס האט פאסירט בעיקר צוליב די פראבלעמען מיט געוויסע ראדיקאלע איסלאמישע שולעס אבער אין רעזולטאט האבן די נייע געזעצן אויכעט אפעקטירט די חדרים). עס האבן אריינגעטרעטן אפאר נייע טוישונגען. קודם, זענען די אפסטע"ד אינספעקציעס אסאך שטרענגער מהיום והלאה. מער קען מען זיך נישט ארומשפיהלן מיט תירוצים. נאכדעם האט אפסטע"ד אויך אסאך שווערער געמאכט די פראצעדורן וויאזוי זיי נעמען אויף זייערע אינספעקטארן וויבאלד זיי האבן איינגעזען אז אסאך פון זיי האבן געטויגט אויף כפרות. אויב איז דאס נאכנישט גענוג, טוהט אויך די דעפארטמענט אף עדיוקעישן טוישן יעצט די רולס אז עס וועט נישט גענוג זיין פאר פריוואטע סקולס בלויז צו לערנען ענגליש, חשבון, סייענס וכדומה, נאר זיי וועלן עס מוזן לערנען אויף די זעלבע שטאפל ווי אין די גאווערמענט פובליק סקולס. דאס מיינט אז אפילו אין חסידישע חדרים וועלן די תלמידים מוזן קענען רעדן, לייענען און שרייבן אין די ענגלישע שפראך, לערנען חשבון, און אלע אנדערע לימודים אזוי ווי יעדע אנדערע געווענליכע, ענגלישע גוי. במילא אצינד, וועט די תירוץ פון די גמרא מער נישט העלפן, זינט די שפראך פון די לאנד איז מער נישט אראמיש.

(אין פובליק סקולס דארף מען לערנען GCSE'S, ווי אויך קומט עס מיט פיהלע דעטאלן וואס און וויאזוי דאס צו לערנען, וואספארא סאבדזשעקט, מדריגה, און פאר וועלכער עלטער . פאר פריוואטע סקולס איז עס מער בכלליות'דיג געווען, ד.ה. "זיי דארפן קענען כך וכך" אבער ס'האט נישט געלויטעט וויפיהל און וויאזוי.)

ליידער איז די וויזניצער חדר פון לאנדאן געווען די ערשטער צו ווערן א קרבן פון דעם גזירה

אפאר חדשים צוריק ווען אפסטעד' בודקים זענען געקומען אינספעקטן די חדר, און שפעטער ארויסגעגיבן זייערע רעפארטס, האט געלויערט א גרויסע געפאר אז די דת משה וישראל'טשע פון די וויזניצע חדר וועט קומען צו א ענדע. (אגב, נאר א יאר פריער האט רב חנן טאמלין געשריבן אין זיין רעפארט אויף וויזניץ אז אלעס איז הערליך מסודר דארטן). עטליכע צייטונגען האבן געשריבן באריכטן איבער ווי שלעכט וויזניץ האט געסקאָרד אינעם רעפארט.

אפסטע"ד למשל האט געשריבן אין זייער רעפארט אז די מלמדים שלאגן די קינדער (אומלעגאל אין ענגלאנד), די קינדער האבן גארנישט געוואוסט צוזאגן פון היסטאריע, סייענס, געאגראפיע וכו'. ענגליש און רעכענען איז זייער שוואך געווען. אויך מאכן די קינדער נישט קיין עקסערסייז. זיי דרייען זיך ארום, ארויף און אראפ אין די הויף, שפיהלן אביסל קעטש און שמועסן צווישן זיך ווי אין א קאווע שטיבל. די רעפארט האט אויך קריטיזירט דאס אז די קינדער ווייסן קיין זאך איבער אנדערע רעליגיעס און קולטורן. די גאנצע רעפארט קען מען דא קוקן.

מ'האט ציוויסן געטאן וויזניצער חדר אז מ'געט זיי עטליכע חדשים זיך צו פארבעסערן און נאכדעם וועט מען אפשטאטן נאך אן אינספעקציע. די עסקנים אין סטעמפארד הילל האבן נאך דאן נישט פארשטאנען אז דא הויבט זיך אן גאר א נייע תקופה פאר פריוואטע שולעס און אז אלע חדרים אין ענגלאנד וועלן יעצט ליידן די קאנסקעווענצן פון די נייע רעפארמען. א עסקן אין לאנדאן, אברהם דזשעיקאבסאן, האט קאמענטירט צו א צייטונג איבער די נייעס בנוגע וויזיניצער חדר און זיי געזאגט אז דער חדר איז גאר א גוטער סקול און קיין איין חדר ערלויבט נישט 'שלאגן' אין קלאס.

היינט האט אפסטע"ד פובליצירט א פרישער רעפארט וועגן וויזניץ חדר - נאכדעם וואס די אינספעקטארס האבן איר ווידער באזוכט. דאסמאל, האבן זיי זאגאר געהאט א אידיש טראנסעלעיטער מיט זיך כדי צו איבערזעצן די פארלערנען אין חדר, פון אידיש צו ענגליש.

דער מאל איז דער רעפארט אפילו ערגער ווי פריער. זי פארמאגט א לאנגע רשימה פון פראבלעמען וואס די אינספעקטארס האבן געפינען אין די חדר. די אינספעקטער שרייבט, "די סקול קומט נישט נאך א גרויסע צאל פון די רעגולאציעס". די לאנגע ליסטע פון פארגייענישן קענט איר דא לייענען. די רעפארט זאגט אויך אז היות עס זענען יעצט איינגעפירט געווארן אסאך נייע רולס פאר פריוואטע סקולס, האט דערפאר וויזניץ, נאָך אסאך מער וואס צו מתקן זיין. אינטערעסאנט, די רעפארט זאגט למשל אז די חדר מוז לערנען מיט די קינדער וועגן די בריטישע קעניגן און וויאזוי די גאווערמענט ארבעט.

אלע חדרים און עסקנים זענען געכאפט אין שאק נישט וויסענדיג וויאזוי זיך אן עצה צו געבן ביים יום הדין, ווען זיי וועלן באקומען דעם כבוד צו באזוכט ווערן פון אפסטע"ד אינספעקטארס. געוויסע פון זיי פרובירן אדורכצופירן מאָק-טעסטס און שנעל שאפן די מינימאלע נויטיגע לעגאלע דאקומענטן וואס מלמדים ברויכן צוהאבן כדי צומעגן דינען אויף לערערס' אמטן, כאטש אזוי צו מינימיזירן די בושות ביים אינספעקציע. דאס איז טאקע די אורזאך פארוואס די ישיבות ווילן בשום אופן נישט רעגעסטרירן זיך מיט די דעפארטמענט אף עדיוקעישן (ענליך צו די סענסוס פאביע וואס פאלגט נאך מיט וואהלן אויפפאדערונגען פון מענטשן וואס עקזעסטירן נישט). עס וועט זייער שווער זיין, און אפי' אוממעגליך, פאר חדרים צו לערנען לימודי חול מיט קינדער אויף אזא הויכע ניווא, בפרט אין די ישיבות. ווער רעדט נאך פון לערנען מיט קינדער טאלעראנץ, רעספעקט און איינזעהעניש פאר אנדערע רעליגיעס און קולטורן. דאס גייט דאך גענצליך אנטקעגן די חרדישע השקפה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הירץ אייכל גומפרץ, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר