בלאט 1 פון 1
וואס איז די מעלה פון א טרעוועל עידזשענסי?
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 12:30 am
דורך וויליאמסבורגער
וואספארא בענעפיטס זענען דא פון בוק'ן טיקעטס ביי א טרעוועל עידזשענסי אנשטאטס אנליין?
איז נישט אנליין אסאך בעסערע פרייזן?
אבער למעשה זענען נאך די עידזשענסיס אין ביזנעס, מוז דאך זיין עפעס א סוד דערביי.
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 1:30 am
דורך יין שרף
אסאך זענען טאקע ארויס פון ביזנעס אדעער אסאך שוואכער געווארן.
די עצם מעלה איז אז זיי קענען זיך אויס פונקליך בשעת'ן בוקן א טיקעט ווען עס קומט, גייט, ווי לאנג די סטאפ איז עקט.
אויך קענען זיי צומאל באקומען פון ספעציפעשע אירליינס בעסער פרייזן ווי די אלגעמיינע סייטס.
אני כשלעצמי מאך טאקע אלץ אליין די טיקעס אויף KAYAK.COM צו אנדערע ביליגע סייטס, אבער די ערשטע פאר מאל האב איך מיר גוט גוט אפגעבריהט מיט גאר לאנגע סטאפס און נאך.
באמת לאמיתו וועלכע היימישער איד האט דען אליינס עקסעס, צו מאכן אליין די טיקעט...

נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 1:45 am
דורך Yossy
כבין לעצטענס געפארען אויף אויסלאנד, למעשה נאכען פארברענגען אויף אלע סייטס איבער א שעה (אין אפיס פארשטייט זיך

) אין איך בין שוין אויך געווארען דיזי פון אזויפיל options אין האבענדיג א גיטע איידיע וואס די פרייזען זענען, האב איך געריפען א היימישע טרעוועל עדשענסי אין ער האט מיר געגעבן די זעלבע פרייז אן די ספאט .. למעשה אויב מאכט מען נישט קיין סטאפס זענען די פרייזען כמעט די זעלבע אין טיים איז מאני..
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 2:04 am
דורך petergrifin
נאך אן אויפטו איז אז דו האסט װעמען צו קאלען און אן שרײען.

נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 8:24 am
דורך אבי גערעדט
געדארפט א לעצט מינוטיגע טיקעט קיין ארץ ישראל, דער טרעוול עידשענט האט מיר עס פארשאפט פאר 400 טאלער ביליגער ווי די ביליגסטע סייט
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 9:17 am
דורך קושקע
they can also sometimes get bargain tickets with miles they own
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 10:29 am
דורך שמעקעדיג
עס איז זיכער גרינגער דורך א טראוועל אגענט, סיי צוליב די סיבות הנ"ל, אויכעט סיי וועלכע זייטיגע דיטעיל, ווי כשר'ע עסן, וועלכע סיעטס צו נעמען, און נאך קלייניגקייטן וואס איך האב שוין געהערט און זיך איבערצייגט.
דאס איז שוין חוץ וחי אחיך עמך.
און אויב טרעפסטו ביליגער אנליין, וועט דער טראוועל אגענט ע"פ רוב פרובירן מעטשן די פרייז.
נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 8:48 am
דורך וויליאמסבורגער
א טרעוועל עידזשענט קען ענדערש בוק'ן די פונקטליכע סיטס ווי אנליין? אויב יא איז דאך דאס א שטארקע מעלה.