אלע 280 פאסאזשירן און 15 מאנשאפט מיטגלידער ווערן געגלייבט צו זיין טויט, אכציג פאסאזשירן זענען געווען קינדער, 154 זענען געווען האלאנדישע בירגער און דריי אין צוואנציג פאסאזשירן אמעריקאנער בירגער,
אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטורן האלטן אז די פליגער איז געווארן אראפגעשאסן דורך פרא רוסישע רעבלען אין אוקראינע וואס האבן געמיינט אז די פליגער איז א טראנספארט פליגער פון די אוקראינישע מיליטער,
אויב שטעטל זיך ארויס אז עס איז אראפגעשאסן געווארן דורך די רעבלען מיט א רוסיש פראדוצירטע מיסל קען עס זיין א פאליטישע נייטמעיר פאר רוסלאנד און זיכער פאר די רעבלען, סאיז דאס פערטע מאל אין היסטאריע וואס א קאמערציאלע פליגער ווערט אראפגעשאסן און די ערגסטע אוויאציע אומגליק זינט 9/11.
די אמעריקאנער אמבאסאדאר זאגט אז קערפער און ברוכווארג טיילן זענען צעשפרייט איבער צען מייל ארום.
קאנספיראציע טעאריקער באשולדיגן שוין אז מדינת ישראל שטייט אינטער דעם אומגליק, כדאי צו אוועקנעמען די וועלטס אויפמערקזאמקייט פון איר ערד אינוואזיע אין עזה.
![מגלגל עיניים :roll:](./images/smilies/icon_rolleyes.gif)