בלאט 1 פון 1
מעגן ארטאדאקסישע אידן האבן מיינונגען?
נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 2:27 pm
דורך ידען
דוד טייטעלבוים בעט אין זיין facebook page אויב איינער קען מאכן א בלאג מיט די שאלה אויב סע שייך פאר א ארטאדאקסישע איד צו האבן אייגענע מיינונגען.
איך ווייס נישט פינקטלעך וואס ער מיינט צו פרעגן. מסתם וויל ער וויסן אויב ער מעג האבן א אייגענע מיינונג וואס איז אנדערש ווי דיינים און רבנים.
איז דען דא אזא מעגליכקייט?
די תורה האט געשטעלט תנאים פאר א איד וויזוי זיך אויפצופירן. קען דען יעדע ראצער זאגן (און טוהן) וואס ער וויל?
נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 2:45 pm
דורך יידל
איך האב נישט געזען דעפ פעיסבוק פעידזש פון וואס דו רעדסט, אבער איך שטעל מיך פאר ער מיינט צו פרעגן וואס געשעט אויב א מענטש קומט צו צו א געוויסע מסקנא וואס איז אנדערש ווי די רבנים (לכאורה מיינט ער נישט אין א הלכה'דיגע שמועס ווי למשל צו מ'מעג נוצן פעמעפערס אדער פרעשווייפס אין שבת, נאר א פאליטישע פראגע, ווי צום ביישפיל צו מ'דארף זיך משתתף זיין אין די כינוס כלל ישראל). דארף דער מענטש מבטל זיין זיין דעת פאר די רבנים, ד.ה. אז וואס זיי זאגן ווערט א גדר פון חיוב, אדער צו מעג ער נאכגיין זיין דעת און אנקוקן דאס וואס די רבנים זאגן ווי א בלויזע רעקאמענדאציע.
נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 6:12 pm
דורך ידען
ער האט געשריבן די ווערטער וואס איך האב געלייגט ביים כותרת.
ער איז דער טייטעלבוים וואס איז געווארן זייער populae מיט זיין בלאג וועגן די כינוס, so מסתם מיינט ער צו פרעגן און דורכרעדן וועגן די אינטערנעט בכלל, וואס זעהט אויס אז ער האלט נישט אז סע איז א פראבלעם.
למעשה איז טאקע דא א שטרענגע פסק פון רב וואזנער, קען מען האבן אנדערע מיינונגען?
( די אשכול האב איך געלייגט מע זאל דן זיין בכלליות אין דע נושא, אבעג דעס איז א גוטע משל, וואס ד.ט. מיינט לכאורה דאס)
נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 7:47 pm
דורך דבילה
'ך פארשטיי אז ד"ט שאלה איז נישט צו יעדער ראצער וואס וויל 'עט זיך אליין פסק'ענען! ח"ו. לא תהא כזאת בישראל! לא כל הרוצה ליטול את השם וכו'...
נארוואדען? אז איינער כאפט א שמועס מיט א פשוט'ער חסיד, שטעלט זיך אויס אז ער טוט נישט בייגן זיין אייגענע מיינונג צום דעת תורה, נאר ער האט בכלל קיין מיינונג נישט! זיינע עלטערן, מחנכים, משפיעים, אדער סתם חבירים האבן זיך מיט עם שוין אזויפיל ארום געטראסקעט, אז ער האט קיין מיינונג נישט!!!
מאנכע 'עלען דאס אנקוקען פאר א מורא'דיגע התעלות אין אונזער דור, אזוין התבטלות צו דעת תורה (אדער דעת העסקנים והסיקריקים?) איז נאך נישט געווען אין קיין שום דור עד הנה. אנדערע 'עלען זאגן: אם אין דעת הבדלה מנין?