ביסט אן איינגעשריבענער אדער א באהאלטענער ?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 285
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 30, 2014 12:27 pm
- האט שוין געלייקט: 93 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל
ביסט אן איינגעשריבענער אדער א באהאלטענער ?
הקדמה : דער אשכול איז געווידמעט אויסדריקליך נאר פאר אזאנע וואס האלטן אז בוש האט אראפגעברענגט די צווילינג טורעמס .... די מאלאזיע פליגער {די ערשטע} איז באהאלטען ערגעצוואו אין די נעוואדע מדבריות וואו די פאסאזשירן פארברענגען יעדן טאג מיט בין לאדין און קענעדי . וכו פאר די אלע האב איך א מעסעדש און איך ווארן : סדרייען זיך דא באהאלטענע !!! טאקע דא אין שטיבל ! אמאל איז דא 10 אמאל מער . אמאל ווייניגער אבער אייביג זענען זיי דא . די חברה . " בסך הכל איז דא 38 מענטשן אנליין: 10 איינגעשריבענע, 8 באהאלטענע און 20 געסט" ...... וואס זיי זוכן דא ? דעיס איז פאר ענק . "קאנספיראציע ליבהאבער " אויסצופיגערן פאר דעם האט ענק גאט ב"ה געשאנקען מיט געוואלדיגע כוחות אין עולם הדמוין און עטס זענטס נאך ביי יעדע געשעעניש אויפגעקומען מיט א טעאריע .די וועלט זאגט אז אמעריקא איז ארויף צו די לבנה? אבערוואס .. היטלער האט געפגרט אין 45? ..הלוואי ..ער לעבט נאך היינט ערגעץוואו .. שוין נאט אייך פרישע סחורה . אפשר קענט איר אויפקומען מיט א זאפטיגס . איך וויל א קלארן שטארקן קאנספיראציע וואס פאר א גוט יאר איז פשט פון די באהאלטענע דא אין שטיבל . וואס איז זייער מאטיוו? אויף וועמען לאקערן זיי ?