בלאט 1 פון 1
איז א פראבלעם צו זיצן מיט די ווייב אין פראנט פון א קאר?
נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 7:27 pm
דורך [NAMELESS]
אפשר וואוין איך אינטער א שטיין, אבער איך האב נעכטען געהערט עפעס וואס איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט פון. אז ס'דא זייער פרומע אידן וואס דריווען א קאר, אבער זייערע ווייבער טארן קיינמאל נישט זיצן אין פראנט פון די קאר. זיי מיזן אייביג זיצן אין די בעק. ס'האט מיך ממש גע'שאק'ט דאס צו הערן , און איך בין נייגעריג צו הערן מער וועגן דעם.
וואס איז פשט פון דעם? וואס איז די פראבלעם לשיטתם??
נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 7:29 pm
דורך קאווע טרינקער
וויבאלד אין וויליאמסבורג קוקט מען אריין אין יעדע פארבייפארענדע קאר, און פרויען זענען דאך מחיוב מיט די גרויסע מצוה פון זיך נישט באווייזען פאר מענער וואס זוכען זיי, איז דאך נישט מער ווי גערעכט אז זי זאל זיצען מאחורי.
נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 7:29 pm
דורך [NAMELESS]
נא, באמת, וואס איז טאקע פשט?
די האסט שוין אמאל געהערט פון אזא קפידה?
נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 7:31 pm
דורך קאווע טרינקער
יא שוין געהערט און געזעהן (איך קוק אריין אפילו אין די בעק סיט...)
נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 7:38 pm
דורך נאה דורש
איך האב שוין געהערט דערפון און די סיבה פאר דעם איז טומאה וטהרה און משום צניעות מען זאל נישט וויסן וואו מען האלט מאכט מען נישט קיין חילוק. דאס כיז גראדע א זאך וואס איך קען פארשטיין.
נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 7:41 pm
דורך קאווע טרינקער
נאה דורש האט געשריבן:איך האב שוין געהערט דערפון און די סיבה פאר דעם איז טומאה וטהרה און משום צניעות מען זאל נישט וויסן וואו מען האלט מאכט מען נישט קיין חילוק. דאס כיז גראדע א זאך וואס איך קען פארשטיין.
וואס איז שלעכט בימי טהרה צו זיצען אויף א באזונדערע בענקל?
נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 7:53 pm
דורך שמערל
אמאל ווען וועלט איז געווען וועלט, איז אין פארנט אויך געוועזן איין לאנגע באנק.
נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 7:58 pm
דורך שמעקעדיג
ווייל אויב מען וועט איר מתיר זיין אויפן אויבן-אן, וועט מען נאכדעם טענה'ן מה לי הכא מה לי התם, וואס'א חילוק צי זי זיצט אויף די רעכטע זיץ צו די לינקע (לייען: דרייווערס) זיץ. ממילא האט מען מחמיר געווען משום לא פלוג, ופשוט הוא...
נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 8:04 pm
דורך [NAMELESS]
נאה דורש האט געשריבן:איך האב שוין געהערט דערפון און די סיבה פאר דעם איז טומאה וטהרה און משום צניעות מען זאל נישט וויסן וואו מען האלט מאכט מען נישט קיין חילוק. דאס כיז גראדע א זאך וואס איך קען פארשטיין.
אה, ענדליך זאגט שוין איינער עפעס. אבער וואסי טאקע פשט. אפילו בשעת נדה איז נישט קיין שאלה, און אוודאי איז מאדנע צו מאכן א חשש אויף ווען מ'איז א נדה, וואס אפילו דעמאלטס איז אויך נישט קיין שאלה
-
מ'האקט
נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 8:45 pm
דורך elter-zeide
אמאליגע קארס זענען געווען איין לאנגע סיט אויך אין פארנט, איז דאס געווען שאלה'דיג אין דע נישט ריינע טעג, היינט זענען אלע קארס אין פראנט מיט צוויי באזינדערע סיטס, אין א קאנסיל אינדערמיט, א אויסגעהאלטענע מחיצה, איז טאקע נישט קיין שאלה, אבער משום מנהיג אבותינו בידינו איז דא אזעלעכע וואס פירען זיך ווי אמאל אין מ'זיטץ באזינדער,בד"וו ווען איך געווען אין לאנדאן וואס דער דרייווער זיטץ אויף רעכטער זייט האב איך געמיינט אז נאר פרויען דרייווען,
נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 8:48 pm
דורך שמעקעדיג
elter-zeide האט געשריבן:משום מנהיג אבותינו בידינו,
שוין לאנג נישט געטראפן אזא ריכטיגער טייפא... א גוטע מליצה איז עס זיכער.
נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 9:35 pm
דורך משבק
ביי מיר זיצט אויך די פרוי אין בעק פשוט אלס פראקטישקייט קעיר צו נעמען פונעם געזונדל ק"עה
נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 10:15 pm
דורך געפילטע פיש
וואס הייסט וואס די פראבלעם איז, ביי אונז אידן ווייסט מען אז פרויען זענען צווייטע קלאס סיטיזענס, אדער ווי מ'רופט עס אין אפאליגעטיק שפראך "זיי האבן אן אנדערע תפקיד", און זיי ארויפברענגען צום פאדערשטן זיץ אין קאר מכלומרשט זיי צו געבן גלייכע רעכטן און ארויפברענגען צום זעלבן שטאפל ווי די מענער שמעקט פשוט נישט אידיש, אויב עפעס קומט עס פון די משכילים אדער פון די מאדע הייזער אין פאריז.
נשלח: מאנטאג יולי 21, 2014 1:07 am
דורך petergrifin
ס׳איז זײער פשוט. אויב זיצט די װײב אין פראנט איז װער װעט זײן די בעק סיט דרײװער?
נשלח: מאנטאג יולי 21, 2014 10:26 am
דורך [NAMELESS]
חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:פונקט דאס געליינט אין דער "אוצר" אויסגאבע (בני יואל) פון דעם חודש (תמוז).
אינטערסאנט. ווער איז דער מנהיג וואס האט געהאקט אויף דעם?
נשלח: מאנטאג יולי 21, 2014 1:07 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מאנטאג יולי 21, 2014 6:00 pm
דורך elter-zeide
ווי קימט אהער דער אדמו"ר? דא שרייבט מען וועגען פרויען זיטצן אין פראנט ביים פארען, דער אמת איז, אז אלע אדמו"רים, איך מיין אלע אלע אדמו"רים טיען אזוי, זיי זיצען אין לאנדון אויף דע לינקער זייט, נאר דער אדמו"ר איז אזוי, אז אלעס וואס ער זאגט אין אלעס וואס ער טיט ווערט פארשפרייט, אין נאר זיינע שונאים פארשפרייטען עס, סיי דע בילדער אין סיי זיינע דרשות,
נשלח: מאנטאג יולי 21, 2014 10:33 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מאנטאג יולי 21, 2014 10:37 pm
דורך פארוואס?
עס איז דא אזעלכע וואס האלטן אז ווען זי זיצט פון אונטן איז א סגולה עס זאל נישט געשעהן קיין עקסידענטן.
נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 8:51 pm
דורך Kool man
איך האב אייביג געמיינט אז ווען די ווייב זיצט פארענט, און עמיצער קומט צום קאר בעטען צדקה קען די מאן נישט געבען ווייל די אשה עיניה צרה גיבט אכטונג אויף אים ער זאל נישט געבען, דערפאר זעצט מען איר פון הונטער אז ער זאל רואיג קענען טיילען צדקה פון די פאדערשטע זיץ אן קיין שטער