בלאט 1 פון 1

גבאים ראטאציע פראגראם: ווערט א "גבאי חודש"!

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 4:39 pm
דורך קעלנער
כבוד חברינו היקרים שיחיו,

ווי איר ווייסט איז פירן אזא סייט ווי קאווע שטיבל אן עבודה קשה שבמקדש, און פארלאנגט א געוואלד מיט צייט און איבערגעגעבענקייט אז אלעס זאל פארן על צד היותר טוב. עס מאכט זיך כסדר זאכן וואס מ'דארף אינטערווענירן, ווי זיך מטפל זיין מיט די פילע באריכטן, מגיה זיין אומפאסיגע ווערטער און אויסדרוקן, שיקן א ווארענונג פאר די וואס אביוזן דעם פלאץ, און אמאל אוועקנעמען עפעס וואס איז קעגן אונזערע פרינציפן. אזוי אויך ענטפערן און באהאנדלען די פילע בקשות פון די חשוב'ע חברים. מיר ווייסן אז איר אנערקענט דאס, ווי עס זענען מעיד די כסדר'דיגע אנבאטן ארויסצוהעלפן, און פילע דאנקען וואס מיר באקומען.

עס וואלט פיל גרינגער געווען צו פארמעקן יעדע זאך וואס איז א שטיקל פראבלעם, און דאס וואלט אונז געשפארט א געוואלד מיט צייט, מי און פלאג. אבער די פרינציפן פון קאווע שטיבל פארלאנגען דוקא דעליקאטע באהאנדלונגען, און מיר וועלן ליבערשט האבן דיונים איבער אונזערע ספיקות ווי איידער פארמעקן און מזלזל זיין אין א חבר. מיר וועלן אויך ענדערש מגיה זיין, אביסל צופאסן, דורכרעדן מיט דעם שרייבער ווי אזוי צו פארבעסערן, ווי איידער פארמעקן און זיך שפארן קריטיק און ארבעט.

מיר די מנהלים וואלטן נישט געקענט אליין פירן אן די איבערגעגעבענע ארבעט פון די געטרייע און איבערגעגעבענע אחראים וואס העלפן כסדר ארויס, און לייגן צו א פלייצע אין די עבודת הקודש.

עס פעלט אבער נאך אלץ אנגייענדיגע אנוועזנהייט פון חברים וואס קענען אויפ'ן פלאץ טוהן עפעס תיכף ומיד ווען עס פעלט זיך אויס. א משל ווען דאס מאכט א גרויסער דיפערענץ איז ווען אן אשכול ווערט פארדרייט. אויב איז תיכף פארהאן איינער וואס קען זיך מטפל זיין דערמיט, קען מען ראטעווען דעם אשכול אז עס זאל נישט אראפגיין פון די רעלסן. אויב נעמט עס א שעה צוויי ביז מען איז עס מסדר, קען שוין דער אשכול רואינירט ווערן, און עס ווערט שווער צו פאררעכטן. ממילא ווי מער אחראים מיר קענען האבן וועט דאס ווי מער ארויפברענגען די קוואליטעט פון די שמועסן. כדי צוצוקומען צו דעם איז קלאר אז עס פעלט זיך אויס נאך אחראים, און דאס וועט אוודאי העלפן נאך מער אויפהייבן די ניווא פון קאווע שטיבל.

עס איז ביי אונז קלאר אז יעדער וויל צולייגן א האנט אויב ס'איז נאר דא אן אופן ווי אזוי עס צו מאכן גרינג און בא'טעמ'ט פאר יעדעם. גאר אסאך חברים האבן אונז שוין געפרעגט ווי אזוי מ'קען ארויסהעלפן, און ביז היינט האבן מיר נישט געהאט קיין גרינגען ענטפער. ווערן אן אחראי איז נישט גרינג פאר יעדעם, און עס איז שווער כסדר צו טראגן דעם עול פון אן אחראי.

נעמען אויף זיך דעם פערמאנענטן אחריות פון "אחראי" איז טאקע שווער, אבער אויף צייטווייליג איז דאס עפעס וואס כמעט יעדער קען נעמען אויף זיך. זענען מיר דעריבער אויפגעקומען מיט דעם "גבאים ראטאציע פראגראם".

אין דעם "גבאים ראטאציע פראגראם" וועט מען האבן די געלעגנהייט צו זיין א "גבאי חודש", און דינען ווי א גבאי בלויז פאר איין חודש אן נעמען אויף זיך דעם פערמאנענטן אחריות פון זיין אן אחראי. מיר וועלן פארמאגן א ליסטע פון אלע וואס ווילן ארויסהעלפן מיט די ארבייט פון צייט צו צייט, און יעדן ראש חודש וועלן צוויי חברים אויסגעקליבן ווערן צו זיין גבאים פאר אט דעם חודש, און דעם קומענדיגן חודש וועלן אנדערע צוויי איבערנעמען די פאזיציע.

די גבאים וועלן האבן די זעלבע רעכטן ווי די אחראים, נאר אנשטאט פערמאנענט וועט עס זיין צייטווייליג אין לויף פון דעם חודש. אין לויף פון דעם חודש וועט דער גבאי פארמאגן א ספעציעלן סימבאל וואס וועט אים באצייכענען ווי א גבאי, און אונטער זיין ניק וועט שטיין "גבאי חודש ___" און דעם נאמען פון די חודש.

Sample G.JPG
Sample G.JPG (14.85 KiB) געזען געווארן 4789 מאל


אין לויף פון דעם חודש וועט דער גבאי האבן צוטריט צו א ספעציעלן פארום מיט'ן נאמען "חדר הגבאים" וואס דארטן וועט מען צוזאמען מיט די מנהלים און אחראים דיסקוסירן ספיקות און פראבלעמען וואס שאפן זיך.

דער גבאי באקומט ספעציעלע פונקציעס, און כדי עס זאל זיין גרינג זיך שנעל אויסצולערנען ווי אזוי זיך צו באגיין מיט די נייע פונקציעס שטעלן מיר אהער א מעניועל ווי די הויפט פונקציעס ווערן באשריבן, באגלייט מיט בילדער, כדי יעדער זאל אלעס קענען גרינג פארשטיין.

פארשטייט זיך אז מיר ערווארטן אז די גבאים וועלן נישט אביוזן זייער פאזיציע, און וועלן דאס נישט נוצן פאר די אייגענע אינטערעסן, בלויז אויף ארויסצוהעלפן קאווע שטיבל, און שטיין על המשמר אז פראבלעמען וואס קענען אראפברענגען א שמועס און אראפברענגען די ניווא פון קאווע שטיבל זאלן באהאנדלט ווערן.

אלע וואס ווילן אויסשטרעקן א האנט, און ווילן ארויפגיין אויף די ליסטע פון וועלכע מיר וועלן אויסקלויבן פרישע גבאים יעדן חודש, זאלן זיך ביטע מעלדן צו מיר אין אישי, און/אדער שרייבן דא אין דעם אשכול אז איר ווילט זיך מצרף זיין.

עס איז אונזער וואונטש אז איר זאלט הנאה האבן פון אייער פאזיציע אלס גבאי, און עס זאל זיין צו דער צופרידנהייט פון אלע חשוב'ע חברים, און עס זאל ווייטער ביישטייערן צו דער הצלחה פון קאווע שטיבל.

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 4:54 pm
דורך כוכב
לאק סטאק ענד בערעל.
איך פוץ מיך אויס דעם פראק, אויסגראדן די שניפסל, א קעמל אין די וואנצעס, עעם לא איש דברים אנוכי, כאמיך נישט פארגעקוקט, אבער אויב מעט שטארק בעטן, בהורמנא דקעלנער, דרי מטה ודרי מעלה, מיט רשות פון מיין אנדערע ניק אין מאחורי, וואלט איך נעתר געווארן לבקשתינו אויב ממעט מיר צו לאזן צום שיסל, סגאנץ א פיינע פרנסה, ניין, שרגא פרידמאן איז א קאמפטערבל יונגערמאן, האלטסט נישט אזוי?

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 4:56 pm
דורך חד גדיא
זייער א גוטע געדאנק. איך מעלד מיך דא אריין אין דעם פראגראם.
אגב, שיינע נייע בעדזש הרב קעלנער.

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 5:04 pm
דורך שמעקעדיג
א געוואלדיגער פלאן! איך זעה אסאך גוטע פאטענציאל דערין.
איך וואלט געקענט באשטיין אנטייל צו נעמען, אבער צוליב טעכנישע סיבות ארבעט זיך עס נישט אויס פאר מיר :P
קודאס צו קעלנער, ער שלאפט נישט! ער ארבעט אריין אין שטיבל מאז היתה למנהל !! :like

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 7:13 pm
דורך פישלע העררינג
זייער געניאל, [tag]קעלנער[/tag]!

וואויל זענען די וואס זעהן דער עתיד וואס קען אלץ ווערן פון דעם מקום, אנשטאט סתם הייבן הענט.

כה לחי!

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 8:36 pm
דורך דריידל
גאר גוטע בייפאל.

עס וואלט מיר געווען א כבוד ארויסצוהעלפן די איבערגעגעבענע סטעף אבער וויבאלט איך באניץ מיך נישט מיט א געהעריגע קאמפיוטער נאר מיט א סמארטפאון, קומט מיר אן זייער שווער יעדעס ריר.

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 8:36 pm
דורך איך אויך
א אייזערנע געדאנק!

איך שטעל מיך אין די רייע אלס קאנדידאט. אויב איך ווער ערוועלט זאג איך צו פאקסיפאפס במשך דעם חודש פאר אלע באהערדע אינעם גבאים צימער.

וואוט פאר איך אויך ענד קיפ קול!

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 9:23 pm
דורך ידען
דריידל האט געשריבן:גאר גוטע בייפאל.

עס וואלט מיר געווען א כבוד ארויסצוהעלפן די איבערגעגעבענע סטעף אבער וויבאלט איך באניץ מיך נישט מיט א געהעריגע קאמפיוטער נאר מיט א סמארטפאון, קומט מיר אן זייער שווער יעדעס ריר.

איך ניץ כמעט אלץ נאר א סעלפאן און סיז נישט שווערער ווי אויף א געהעריגע קאמפיוטער.

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 9:29 pm
דורך שמעקעדיג
העי ידען, וואספארא קאמפיוטער האסטו? פון 1936??....

אוי, איך וויל נישט פארדרייען דעם שמועס.

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 9:33 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך האב ליב דעם קעלנער גבאי / מנהל. ער איז נישט אזא מיסטריעזע מנהל ווי די אנדערע וויקיליק סארט, ער לעבט אויף אלע באקן.

נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 10:30 am
דורך ראשעקאל
איינגנשריבן

נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 10:56 am
דורך געפילטע פיש
א גוטע איידיע, אין די בראשית יארן ווען מ'האט געזוכט פערמענאנטע גבאים האב איך געוואלט וואלאונטירן פאר די סייט וואס איך האב שטארק הכרת הטוב פאר איר, כ'מיין, וואו וואלט איך באקומען אזוי פיל לייקס ווען נישט קאווע שטיבל.... ;) אבער וויבאלד מיין צייט איז באגרעניצט איז עס אלעמאל געבליבן ביים וועלן. אבער פאר א חודש צייט מיין איך אז כ'ווען קענען מאכן צייט, דאס איז די מינימום וואס איך קען טוהן.

נאכאמאל א שקויעך פאר די מנהלים וואס לייגן אריין אזויפיל צייט און מח, וויאזוי צו פארבעסערן אונזער געשמאקע שטיבל, יישר חיילכם!

נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 12:32 pm
דורך קעלנער
א גרויסן דאנק פאר די אלע וואס האבן זיך אנגעשלאסן אין די גבאים ליסטע, סיי דא און סיי פריוואט צו מיר אין אישי.
די טירן זענען נאך ווייטער ברייט אפן פאר פרישע משתתפים.

נשלח: דאנערשטאג יולי 24, 2014 9:11 am
דורך משולם שטיינפעלד
איז עס א גבאי אמט וואס מען דארף זיין אקטיוו 24 שעה, דוגמת גבאי פון א גרויסע רבי, אדער 9-5 דארף מען זיין קאנסטענטלי אויף די דזשאב, און שפעטער דארף מען נאר אריינבליקן?

קען מען קלויבן חדשים וואס מען וויל זיין?

וואו איז די האנט ביכל אויסצולערנען וואס מען רעדאגירט און וואס מען פארמעקט?

נשלח: דאנערשטאג יולי 24, 2014 9:58 am
דורך ראשעקאל
קליק אויף די ווארט "מעניועל" וועסטו אנקימען צו די איסטראקשענס

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 1:58 pm
דורך רויטע וואנצעס
באמת וואלט איך מיר אויפגעסיינט נושא בעול צו זיין אלץ הכרת הטוב, אבער איך האב מורא ס'קען ברענגן א שטיקל פירוד לבבות ווען מ'זעהט אז איך האב יענעם געמעקט אדער געווארענט. ס'דא ניקים מיט סענסעטיווע הויט.

נשלח: דינסטאג יולי 29, 2014 11:34 am
דורך לאליפאפ
[tag]קעלנער[/tag] איך שטיי אין די רייע :דמיונות:

נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:59 am
דורך לאליפאפ
רימיינדער! רימיינדער!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 8:02 am
דורך לאליפאפ
[tag]אפטעמיסט[/tag] און [tag]רויטע וואנצעס[/tag]

הצלחה מרובה!!!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 7:35 pm
דורך סארווירער
קעלנער האט געשריבן:כבוד חברינו היקרים שיחיו,

אלע וואס ווילן אויסשטרעקן א האנט, און ווילן ארויפגיין אויף די ליסטע פון וועלכע מיר וועלן אויסקלויבן פרישע גבאים יעדן חודש, זאלן זיך ביטע מעלדן צו מיר אין אישי, און/אדער שרייבן דא אין דעם אשכול אז איר ווילט זיך מצרף זיין.

עס איז אונזער וואונטש אז איר זאלט הנאה האבן פון אייער פאזיציע אלס גבאי, און עס זאל זיין צו דער צופרידנהייט פון אלע חשוב'ע חברים, און עס זאל ווייטער ביישטייערן צו דער הצלחה פון קאווע שטיבל.


ווער עס קען זיך מצרף זיין און באשטייערן פון זיין צייט צו דינען אלץ גבאי חודש זאל זיך מהיום והלאה מעלדן צו מיר אין אישי.