בלאט 1 פון 2
ווייסע פאן אויפ'ן ברוקלין בריק - טעראר שרעק?
נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 10:59 pm
דורך חד גדיא
היינט האט מען געהערט די קאמישע נייעס אז מיסטעריעזע מענטשן האבן געטוישט די פאן אויפ'ן ברוקלין בריק. אנשטאט די אמעריקאנער פאן האבן זיי ארויפגעלייגט א ווייסע פאן. דאס איז די אינטערנאציאנאלע סימבאל פון זיך אונטערגעבן.

ברוקלין בריק איז איינע פון די באוואכסטע ערטער אין אמעריקע. וואס מיינט דאס פאר אונז אז מ'האט געקענט אפטוהן אזא אקציע?
נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 11:08 pm
דורך יין שרף
נישט פארטוישט נאר גע'ספרעי פעינט'עד ווייס, גרינגער צו טוהן און גייט אסאך שנעלער.
נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 11:14 pm
דורך חד גדיא
אינטערסאנט. כ'האב דאס נישט געזען אין די נייעס. האסט אפשר א לינק?
נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 11:15 pm
דורך פליקער
די בילד איז מן הסתם צי פארדאנקען פאטא שאפ
נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 11:17 pm
דורך ביבער
יין שרף האט געשריבן:נישט פארטוישט נאר גע'ספרעי פעינט'עד ווייס, גרינגער צו טוהן און גייט אסאך שנעלער.
נישט ספרעי פעינטעד נאר בליעטשד.
http://www.nbcnewyork.com/news/local/Wh ... 10482.html
נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 11:20 pm
דורך חד גדיא
קען מען דען אזוי שנעל בליטשען א פאן?
נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 11:24 pm
דורך פליקער
זעי דאעס איז יא אין די נייעס
נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 11:27 pm
דורך ביבער
חד גדיא האט געשריבן:קען מען דען אזוי שנעל בליטשען א פאן?
איך ווייס נישט וויאזוי מען נוצט אלס די ווארט בליעטשד, פון
דיקשענארי פארשטיי איך טאקע אז עס מיינט "פאר'ווייס'ט" און לאו דוקא מיט בליעטש.
נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 11:30 pm
דורך [NAMELESS]
פון אלע ריפארט'ס קיקט אויס אז זיי האבן געטוישט די פאן.
אין האב געזעהן אין וואטעפפ אז ס'דא וודיא פון דריי אראבערס עס טוהן נעכטן 3:30 פארטאגס.
נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 12:57 am
דורך פליקער
אה מען גייט מאכן א ביג דיל, פון היינט און ווייטער גייט די בריק זיין אויף היי עלערט, אזוי ווען סאמע בן לאדן ימ"ש האט געלעיבט, מען גייט מיזן ציריק פארקן א פאליס קאר אויף ביידע זייטן פינעם בריק, אזוי וועט עס אוודאי אפשרעקן די אלע פאן טוישענדע עלעמענטן, אדער וועט מען סטאנציאנירן א פאן היטער מיט אויפגעריסטע געווער אויבן הארט ביים פאן.
האללא געד אווער איט, א פיינעם געלינגענעם אקציע, פאר יוא אינפארמעישן איך גלייך דעים שפיצל, די אמעריקאנע זענען קאפיטעלירער, זיי קענען היינט נאר אינטערגעיבן, זיי האבן נישט קיין שום ריקן ביין, ביג דיל מען האט שוין ציריקגעטוישט דעים פאן, רעד ביטע ווייטער פון אפעראציע יסוד איתן.
עס דערמאנט מיך א עובדה פון א בעקעריי וואס פלעיגט פארקויפן ראזשינקע חלה, אויב איינער געדעינקט נאך בכלל אזא מין חלה, עס איז א חלה געבאקן מיט ראזשינקעס דערין, שטיי איך און די ליניע, פליצלינג די טעלעפאן ציקלינגט זיך, האלא, וואס איז, יא איך האב געקויפט פריער דא א חלה, און איך האב באמערק אז איין ראזשינקע איז געוועין א פליג, און זי ווייסט נישט וואס צי טיען, נישט קיין שום פראבלעם מיסיס, ברעינגט אריין די פליג און מיר וועלן עס טוישן פאר א ראזשינקע.
נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 1:42 am
דורך יין שרף
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=VKuaICvIpRY[/youtube]
נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 12:44 pm
דורך לך לך
כהאב מיך אלץ געווינדערט וואס די פאליציי קאר טוהט דארט ביים אריינגאנג צום בריק
יעצט זעה איך שוין...
נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 1:05 pm
דורך קפנדריא
בארואיגט אייך ברודער, דאס איז נישט קיין טעראר ווארענונג, דאס איז בלויז א סארט הכרת הטוב פון די אראבער פאר די 47 מיליאן שקל כסף, יעדעס מאל ווען מ'שיקט פאר די טעראריסטן א שיינע "הומאניריסטישע" תמיכה ווייזן זיי ארויס זייער טיף הארציגן דאנק...
אבער נישט שטענדיג ענדיגט זיך עס ביי דעם, וויאזוי זאגט מען? "דיס איז אוער וועי אף סעיאינג טענק יו"..
נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 1:22 pm
דורך ישראל קאפקע
47 מיליאן זאגסטו?
אוי וואס רעדסטו זיי באקומען צען מאל אזוי פיל אומדירעקט,
קענסט זיך פארשטעלן וויפיל די אלע עראפלאנען מיסילס גראנאטן און קוילן אפגעליפערט צו עזה אין די לעצטע עטליכע טעג דירעקט פון אמעריקע זענען ווערד?
ווער רעדט נאך פון די עקאנאמישער סטימיולעישן וואס דער מתנה פונעם רייכען פעטער פאראורזאכט אין עזה, איבערבויען טויזענטער הייזער שולעס און שפיטעלער, איבערבויען גאסן און שאסייען, וואסער און עלעקטריק אינסטאלאציעס, די עקאנאמישע בענעפיטן זענען עקזאמפלאריש, אבאמא דארף ווען אראפשיקן זיינע עקאנאמישע עדווייזער'ס פאר א קעיס סטאדי,
נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 5:20 pm
דורך מנשה לוסטיג
אמעריקא שלאפט
נשלח: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 4:50 pm
דורך ישראל קאפקע
עפעס א פרא פארטייבענדע געווירצן אקטיוויסט טענהט אז ער שטייט אונטער די ווייסע פאן,
ווייסט איינער עפעס מער דערוועגן?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 12:11 am
דורך Big Boy
פליקער האט געשריבן:אה מען גייט מאכן א ביג דיל, פון היינט און ווייטער גייט די בריק זיין אויף היי עלערט, אזוי ווען סאמע בן לאדן ימ"ש האט געלעיבט, מען גייט מיזן ציריק פארקן א פאליס קאר אויף ביידע זייטן פינעם בריק, אזוי וועט עס אוודאי אפשרעקן די אלע פאן טוישענדע עלעמענטן, אדער וועט מען סטאנציאנירן א פאן היטער מיט אויפגעריסטע געווער אויבן הארט ביים פאן.
האללא געד אווער איט, א פיינעם געלינגענעם אקציע, פאר יוא אינפארמעישן איך גלייך דעים שפיצל, די אמעריקאנע זענען קאפיטעלירער, זיי קענען היינט נאר אינטערגעיבן, זיי האבן נישט קיין שום ריקן ביין, ביג דיל מען האט שוין ציריקגעטוישט דעים פאן, רעד ביטע ווייטער פון אפעראציע יסוד איתן.
עס דערמאנט מיך א עובדה פון א בעקעריי וואס פלעיגט פארקויפן ראזשינקע חלה, אויב איינער געדעינקט נאך בכלל אזא מין חלה, עס איז א חלה געבאקן מיט ראזשינקעס דערין, שטיי איך און די ליניע, פליצלינג די טעלעפאן ציקלינגט זיך, האלא, וואס איז, יא איך האב געקויפט פריער דא א חלה, און איך האב באמערק אז איין ראזשינקע איז געוועין א פליג, און זי ווייסט נישט וואס צי טיען, נישט קיין שום פראבלעם מיסיס, ברעינגט אריין די פליג און מיר וועלן עס טוישן פאר א ראזשינקע.
It is a big deal. It shows that even the most protected landmarks are not protected at all. For those of us that believed all along that there’s no security, it just serves as validation. For those that thought that there’s security in the US, they had another wake-up-call
נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 1:50 am
דורך פליקער
זינט ווען איז עס די מאסט פראטעקטעד לענדמארק, עס האט אבסעלוטלי נישט קיין שום סעקיוריטי,
נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 7:43 am
דורך BAL TSHIVA
אם השם לא ישמור עיר שוא שקד שומר.,........ זאג עס מיט די ניגון
נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 7:27 pm
דורך יידל
אפאר דייטשע ארטיסטן זאגן אז זיי האבן ארויפגעלייגט די ווייסע פאן אויפן ברוקלין ברידזש פארגאנגענעם חודש, און עס איז גאר געווען ארט, נישט טעראר. די ארטיסטן זענען מסביר באריכות די אלע סימבאליזמען וועלכע ליגן אונטער די פענער.
ליינט (באמערקט אונטער וועלכע קאטאגאריעס די טיימס האט עס געלייגט):
http://www.nytimes.com/2014/08/13/arts/ ... ridge.html
נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 8:00 pm
דורך berlbalaguleh
יידל האט געשריבן:אפאר דייטשע ארטיסטן זאגן אז זיי האבן ארויפגעלייגט די ווייסע פאן אויפן ברוקלין ברידזש פארגאנגענעם חודש, און עס איז געווען ארט, נישט טעראר.
ליינט (קוקט אונטער וועלכע קאטאגאריעס די טיימס האט עס געלייגט):
http://www.nytimes.com/2014/08/13/arts/ ... ridge.html
ווייל די בעלי בתים פונ'ם פארשאלטענעם טיימס זענען אזוי-גערופענע "ליבעראלע), לינקע פארשוינען (מלשון פרשנדתא) און זיי שטיצן א יעדע זאך וואס איז אקעיגן יושר און מענטשליכקייט. די טיפשות'דיגע משומדים מיינען (פונקט אזוי ווי נטורי קרתא און נטרונא) אז דאס חנפ'נען די אראבערס און טעראריסטן למיניהם וועט זיי עפעס העלפן ביום עברה. זיי ווייסן נישט, אדער מאכן זיך נישט וויסנדיג אז ביום פקודה, היל"ת, ווען די רוצחים וועלן ח"ו קומען נאך די אידן, וועלן זיי שטיין אין די ליין צום גאז קאמער פונקט אזוי ווי אינז אלע. ווייל די נאציס און טעראריסטן ימ"ש זענען נישט מבחין צווישן סאקמאר'ער חסידים, ציונים, אגודה'סטן, מזרחי'סטן, נטורי קרתא, משומדים און אייניקלעך פון משומדים און להבדיל, סתם וואוילע עמך אידן...

בכה תבכה בלילה

על שבר בת עמי

נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 8:16 pm
דורך ישראל קאפקע
נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 11:01 pm
דורך berlbalaguleh