בלאט 1 פון 2

איז טיים-טרעוול מעגליך?

נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 12:58 pm
דורך ישראל קאפקע
אדרבה וואס האלט איר?
כהאב געזוכט און נישט געפונען אן אשכול מיוחד איבער דעם נושא,
איך וואלט געזאגט אז סאיז אבסולוט אוממעגליך, (בדרך הטבע) אבער איך בין גרייט צו טוישן מיין מיינונג נאך אן איבערצייגענדע ארגומענט.

נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 1:31 pm
דורך דריידל
וואלסט געדארפט מאכן אן הקדמה מסביר זיין וואס דאס איז. איך, און מסתמה אסאך אנדערע ליינער, ווייס נישט וואס טיים טרעוועל איז. אויך, וואס זענען די צדדים און הסברים לכאן או לכאן?

נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 2:13 pm
דורך ונבנתה העיר
כשמו כן הוא, טרעוולן אין זמן, צו אריין אינעם עתיד אדער צוריק אינעם עבר.

ישראל, דאס איז נישט א דיסקוסיע וואס פארנעמט אן 'איך טראכט/דו טראכטס', בכלל קומט זי זיך שווער אויס מיט סברות (עכ"פ אין די ערשטע שטאפלן), מיט כרסיות אודאי.

מען דארף קודם פארשטיין אסאך הקדמות, ובפרט דארף מען גוט ארויסהאבן וואס איז 'זמן' בכלל און די תורת הרעלאטיוויטי פון איינשטיין.

אינעם אשכול איבער רעלאטיוויטי האבן מיר שוין געהאט א געוויסע בחינה פון טיים-טרעוועל אריין אינעם עתיד, ווען איינער פארט מיט א געוויסע ספיד פאר 10 יאהר און דערנאך קומט ער צוריק וועט ער זעהן ווי פאר די איבריגע וועלט איז שוין אריבער 60 יאהר, אין אנדערע ווערטער איז ער - אין א געוויסע בחינה - אריינגעפארן אין די וועלט'ס עתיד.

נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 2:30 pm
דורך ישראל קאפקע
ונבנתה העיר האט געשריבן:כשמו כן הוא, טרעוולן אין זמן, צו אריין אינעם עתיד אדער צוריק אינעם עבר.

ישראל, דאס איז נישט א דיסקוסיע וואס פארנעמט אן 'איך טראכט/דו טראכטס', בכלל קומט זי זיך שווער אויס מיט סברות (עכ"פ אין די ערשטע שטאפלן), מיט כרסיות אודאי.

מען דארף קודם פארשטיין אסאך הקדמות, ובפרט דארף מען גוט ארויסהאבן וואס איז 'זמן' בכלל און די תורת הרעלאטיוויטי פון איינשטיין.

אינעם אשכול איבער רעלאטיוויטי האבן מיר שוין געהאט א געוויסע בחינה פון טיים-טרעוועל אריין אינעם עתיד, ווען איינער פארט מיט א געוויסע ספיד פאר 10 יאהר און דערנאך קומט ער צוריק וועט ער זעהן ווי פאר די איבריגע וועלט איז שוין אריבער 60 יאהר, אין אנדערע ווערטער איז ער - אין א געוויסע בחינה - אריינגעפארן אין די וועלט'ס עתיד.

איך זוך אן ארגומענט/ערקלערונג אז סאיז בכלל מעגליך, נישט א זיבעצן שעה'יגן לעקציע פונקטליך וויאזוי טיים-טרעוול ארבעט.
מיר איז זייער שווער אנצונעמען א גאנצע רייע טאאריעס אן פארשטיין יעדע טעאריע און אליינס איבערגיין די אימפליקעישנ'ס, איך זוך אן עלעמענטארע/פיליזאפישע שמועס, לאו דווקא ריין וויסנשאפטליך,

נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 3:58 pm
דורך ונבנתה העיר
נו, פראבירן קען מען אלעס.

מען קען דן זיין אין צוויי נקודות, ווי אזוי ארבעט מען אויס די טעכנישע מעגליכקייט עס אויסצופיהרן, צו איז פשט אין זמן אז מיר שטייען אויף איין פלאץ און דער זמן לויפט אונז פארביי, אדער ניין, די גאנצע זמן מששת י"ב עד סוף העולם איז קאי וקיים, נאר 'מיר' זענען די וואס פארן איהר דורך ביי 60 מינוט א שעה, ולפי זה קען מען הערן אז אפשר זאל מען קענען עפעס ארומארבעטן מיטן סיסטעם, אפשר צוריקגיין, אפשר אויף פאראויס.

דערנאך קען מען דן זיין אין געשמאקע היכא תמצא'ס/פראבלעמען וואס קומען ארויס דערפון, ווי די באקאנטע 'זיידע פאראדאקס', וואס וועט זיין אז ראובן וועט צוריקגיין אין זמן און הרג'ענען זיין זיידע נאך פאר יענער האט אנגעיאגט צו האבן קינדער?

נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 4:24 pm
דורך מאטי
טיים טראוול איז אקסימאראן אין דעפיניציע. ווייל דאס זאגט אז איך גיי צוריק צו א געוויסע צייט מיטן מהות פונעם יעצט וואס איז נישט געווען די ערשטע מאהל .

נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 5:09 pm
דורך עסקן בדברים
מאטי האט געשריבן:טיים טראוול איז אקסימאראן אין דעפיניציע. ווייל דאס זאגט אז איך גיי צוריק צו א געוויסע צייט מיטן מהות פונעם יעצט וואס איז נישט געווען די ערשטע מאהל .

אויב ס' נישט געווען די ערשטע מאהל ביסטו גערעכט, אבער ווער זאגט ס' נישט געווען די ערשטע מאהל? אפשר וועט איינער אין דער ווייטער עתיד קענען צוריק גיין צו היינט, אין די וועסט איהם טאקע היינט זעהן

נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 6:41 pm
דורך ונבנתה העיר
עסקן בדברים האט געשריבן:אפשר וועט איינער אין דער ווייטער עתיד קענען צוריק גיין צו היינט, אין די וועסט איהם טאקע היינט זעהן

איך מיין אז סטיווען האקינג טענה'עט אז פון דעם וואס מיר טרעפן זיך נישט היינט אן אין טיים-טרעוולערס פונעם עתיד איז מוכרח אז טיים-טרעוועל וועט קיינמאהל נישט דעוועלאפט ווערן.

נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 6:55 pm
דורך ישראל קאפקע
ונבנתה העיר האט געשריבן:איך מיין אז סטיווען האקינג טענה'עט אז פון דעם וואס מיר טרעפן זיך נישט היינט אן אין טיים-טרעוולערס פונעם עתיד איז מוכרח אז טיים-טרעוועל וועט קיינמאהל נישט דעוועלאפט ווערן.

א גוטע 'כאפ', 8-)

נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 7:05 pm
דורך מאטי
עסקן בדברים האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:טיים טראוול איז אקסימאראן אין דעפיניציע. ווייל דאס זאגט אז איך גיי צוריק צו א געוויסע צייט מיטן מהות פונעם יעצט וואס איז נישט געווען די ערשטע מאהל .

אויב ס' נישט געווען די ערשטע מאהל ביסטו גערעכט, אבער ווער זאגט ס' נישט געווען די ערשטע מאהל? אפשר וועט איינער אין דער ווייטער עתיד קענען צוריק גיין צו היינט, אין די וועסט איהם טאקע היינט זעהן

למעשה איז יעצט פארהאן צוויי עבר'ס. מיין הוה מיטן טיים טרעוולער אינעם בילד, און דער טיים טרעוולערס עבר.

נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 7:44 pm
דורך נהורא נפישא
נו אז איך גיי צוריק אין צייט דארף דאך אויסקומען אז עווענטועל וועל איך צוקומען צום פונקט פונעם איצטיגן מאמענט ווען איך גיי צוריק אין צייט דאן וועט אויסקומען אז איך וועל אלס צוריקגיין אין צייט עד אין סוף ?

וויאזוי קען מען מעסטן Time dilation?

נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 8:22 pm
דורך ישראל קאפקע
וועלכע סארט זייגער קען איבערווייזן די פענאמענאן פון טיים דייעלעישן? טוט דען א זייגער 'מעסטן צייט'?
סאיז בסך הכל אן אפאראט וואס מען האט אנגעשטעלט אז עס זאל פארן מיט א געוויסן ריטעם, אדער טעמפא,
סאיז נישט בעצם א טיים-דיטעקטאר,

קען איינער ארויסהעלפן?
איז איינער קלאר אין דעם נושא?

נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 10:14 pm
דורך ונבנתה העיר
פון דעם אליין אז א זייגער אין מאושען לויפט שטייטער איז עס איבערגעוויזן, און די תירוץ אויף דיין קשיא איז אז אין הכי נמי, נאר א חלק פון דעם אז צייט לויפט שטייטער איז אז דיין זייגער לויפט אויך שטייטער.

לערן דורך דעם אשכול וועט דיר גוט זיין.

נשלח: דאנערשטאג יולי 24, 2014 12:02 am
דורך עסקן בדברים
מאטי האט געשריבן: למעשה איז יעצט פארהאן צוויי עבר'ס. מיין הוה מיטן טיים טרעוולער אינעם בילד, און דער טיים טרעוולערס עבר.

פארוואס? דער טיים טרעוולערס עבר איז דער זעלבע ווי מיין. (מיט בחירה חפשית שטומט עס ער טאקע נישט ווייל יעדער האט שוין געוואוסט פאר דעם פאר ער וועט טון)

נשלח: דאנערשטאג יולי 24, 2014 12:13 am
דורך מאטי
א מינוט פארן אנהייבן טיים טרעוולען האט ער געהאט אן עבר אן טיים טרעוול דערין, דיזע עבר בלייבט און קען זיך נישט טוישן נאכן אנהייבן טיים טרעוולן. די אלע קשיות האט מיר געענגבערט ביים וואטשן "לאסט" און דעריבער אויפגעהערט וואטשן.

נשלח: דאנערשטאג יולי 24, 2014 8:32 am
דורך איחוד פעלד
און פין ווי ווייסטו אז די טרעוועלס נישט אין צייט?

מאן יימר אז מען געדענקט דער עתיד ווען מען גייט צוריק אין עבר?

נשלח: דאנערשטאג יולי 24, 2014 10:17 am
דורך מאטי
דאס קען טאקע זיין, אבער אויב מ'קען קיינמאל נישט אויפווייזן אז דאס געשעהט דאן איז נישט שייך צו דעבאטירן.

נשלח: דאנערשטאג יולי 24, 2014 2:00 pm
דורך עסקן בדברים
אויב ער האט געהאט אן עבר אן טיים טרעוול דערין קען ער טאקע נישט צוריקגיין אין טוישן זיין עבר אבער ווער זאגט אז ער האט? ער קען למשל צוריקגיין דירעקט צו 100 יאר פאר ער איז געבוירן געווארן אדער אפילו צו א פריערדיגע צייט אין זיין לעבן אויב ס' געווען אין זיין עבר

נשלח: דאנערשטאג יולי 24, 2014 5:00 pm
דורך יידל
אויב קען ער צוריקגיין 100 יאר פארוואס זאל ער נישט קענען צוריקגיין 10 יאר?

נשלח: דאנערשטאג יולי 24, 2014 7:01 pm
דורך עסקן בדברים
ער קען טאקע, אבער דענמאלטס וועט עס דארפן האבן געווען אין זיין עבר און דאס איז שווער זיך פארצושטעלן וויאזוי עס וואלט געארבעט

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 10:41 am
דורך מאיר
איך האב אמאל געהערט, אויב טיים טרעוועל איז מעגליך פארוואס האט מען נאך נישט באגעגנט א מענטש וואס האט גטרעוועלט?

נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2016 10:11 pm
דורך חכמה
למעשה?

נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2016 1:55 pm
דורך זוכער
אויב מיר נעמען טאקע אן אז די BLACK HOLE גייט שנעלער ווי די ספיד אוו לייט, 186,282 מייל א סעקונדע, 5.8 טריליאן מייל פער יאר.
קומט אויס אז אויב איינער זאל אריינגיין אין די בעלק-האול און זיך ספינען דארט פאר 20 יאר, ווען ער קומט ארויס איז די צייט 20 יאר צוריק. ווייל די צייט האט זיך נישט געריקט קיין משהו, נאר פארקערט. ער גייט גאר צוריק אין צייט.