בלאט 1 פון 1
דעש-קעם רעוואלוציע
נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 9:06 pm
דורך Kool man
יאהאן פיטערסאן שטייט ביים זייט פון ראוד באוואשען ווי א סוטה, ער האט ערשטע עטליכע מינוט צוריק אראפגעקלאפט א מענטש מיט זיין נייעם רויטען עס.יו. ווי. פאליציי איז אנגעקומען, און בשעת די אמבולאנסען קוויטשען מיט די סירענעס און די מעדיקס פרובירען ראטעווען דעם קרבן, שטייט ער און ציטערט פאר שרעק, ווען פאליצצי איז בודק זיין קאר מיט שבע בדיקות, ער איז טאקע אומשולדיג, ער האט בשום אופן נישט געוואלט וויי טון א מענטש, זיכער נישט אראפקלאפען, אבער, נאר וואס דען? ער האט פאר זיין זיכערקייט און רואיגקייט אינסטאלירט א דעשבאורד קעמארע [הנקרא דעש קעם], און דאס כאפט אלעס אויף מבית ומבחוץ, פון אינווייניג און אינדרויסען, און ליידער האט זיין קעמארע ווארשיינדליך אויפגעכאפט אז ער האט נישט באמערקט דעם מענטש קראסען ווייל ער איז געוועזען פארנומען מיט א טעקסט מעסעזש, דעריבער איז ער א שוגג קרוב למזיד, און ער האט נישט קיין עצה, וועט ער ארויסנעמען די בילדער פון קאר, איז עס טעמפערינג פון באווייזען, לאזט ער עס דארטען, איז ער א פארטיגער.
די מעשה האט נאכנישט פאסירט לויט מיין ידיעה, אבער אזא מעשה ברענגט אריין גרויסע קווענקעלנישען צו איז טאקע אזא מציאה זיך צו אינסטאלירען דעם וואונדערליכען דעש קעם
נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 9:15 pm
דורך כוכב
די פאליציי וועט במילא נאכקוקן די רעקארד פון זיין סעלפאן.
נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 9:24 pm
דורך petergrifin
א דעש קעם איז געשטעלט צו קוקן װאס טוט זיך אינדרויסען פון דער קאר. און אנדערע װערטער דו קעמערע
איז פאקוסד צו קוקן גראד נישט צו די דרײװער. פארשטײט זיך מען קען בײקומען אדער צולײגען אײנס װאס
זאל זען אונטער די קאר. די קליפס װאס מען זעט דו אפיציער רעדן צום דרײװער מײן איך איז װאס מען דרײט
די קעמערע צו זיך.
נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 11:01 pm
דורך פליקער
א דעש קעם איז נישט געמאכט געווארן ריין ציוואשן שילדיגע, חלילה נישט טעמפערן מיט קיין עווידענץ,
(נ"ב מיט פיצי ווערטער) מען קען קיין מאל נישט איבערווייזן צי די קאמערע האט געהאט א קארטעלע לכאורה,.
די אויפטי פון די קאמערע איז נאר אויפ איבערווייזן אימשילד, וואס עס איז אן קיין קאמערע נישט מעיגליך איבערציווייזן,
די אינטערנעט איז פיל מיט קליפס פון מעשה'ת וואס דער מאן וואלט קיין מאל נישט געקענט איבערווייזן זיין אימשילד ווען נישט די קאמערע.
איך ווייס קלאר אז דער בענעפיט איז יא צי האבן די קאמערע, ספעציעל ווען מען ווערט אפגעשטעלט ביי פאליס, ווען ער זעיט די קאמערע, פארלירט ער זיין זעלבסט זיכערקייט, ער האט מורא איינצישטעלן, ער כאפט ענדערש א צווייטן קרבן, עס איז דא געניג נערנים וואס האבן נישט קיין דעש קעם, פינקט ווי עס איז דא געניג נערנים וואס האבן נישט קיין איזי פעס.
נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 11:17 pm
דורך ביבער
אז מ'רעדט שוין, ממוז נישט קויפן א טייערע מאשין פאר א דעשקעם איך נוץ די
caro0 עפפ און ס'ארבעט א מחי' איך האב פרובירט עטליכע און דער איז סאליד.
נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 11:20 pm
דורך פליקער
וואס איז דאס, דיין לינק איז צי א עפ, ווי אזוי ארבעט דאס.
נשלח: פרייטאג יולי 25, 2014 10:10 am
דורך געפילטע פיש
איך בין נישט אזוי זיכער אז די פאליציי האט רעכט דיר צו בעטן די ווידיאו פון דיין דעש קעם נגד רצונך, און אוועקלייגן די דעש קעם אינעם הענטשקע אפטיילונג בעפאר די זשאנדארמען קומען אן אז זיי זאלן עס נישט זען איז זיכער נישט קיין טעמפערינג וויט עווידענס, און כ'מיין בכלל איז נישטא קיין טעמפערינג וויט עווידענס בעפאר די פאליציי קומט אן, אפשר איז א גנב וואס אנטלויפט פונעם גניבה סין אויך interfering with an investigation?
נשלח: פרייטאג יולי 25, 2014 12:04 pm
דורך איחוד פעלד
אפשר קען דער עולם דא שרייבען וועלכע דעש קעם איז גוט פין עקספיריענס?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 10:58 am
דורך outspoken
http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... rum_id=771נאך 23 יאר אויף די דשאב וועט דער פאליציי נישט קענען מער זאגען ליגענט.
נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 1:53 am
דורך petergrifin
איך װיל קויפן א דעש קעם איך קען נאר נישט מחליט זײן װעלכע. אפשר טײלט דער עולם מיט װאס זײ נוצן און
די מעלות/חסרונות?