עלבונה של תורה ביי כינוס כלל ישראל
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
עלבונה של תורה ביי כינוס כלל ישראל
דא וויל ארויף ברענגען א נושא, א וויכטיגע נקודה, וואס מוז אויס געשמועסט ווערען, און ווערען ארויס געזאגט, בנוגע מבזה זיין תלמידי חכמים אויפן גרעסטע פארנעם, באופן גלוי פאר די אויגען פון פערציג טויזענט אידען חסידישע ליטווישע גלייך, אבער אלס א חסיד וועל איך זיך שטעלן טאקע צו דער זייט.
דוגמת מעשה "מענגעלע" ווערט געטוהן דורך יונגע בעל בתישע מענטשען, אין מאכען "סעלעקציעס", זיי שטעלן אויס ווי אדמורי"ם ורבנים, אין פון די סאמע חשוב'סטע רבנים זאלען זיך זעצען ביי דעם כינוס.
ווער האט אפגעמאכט וועלכע רב זאל זיצען ווי?
וואס פאר א מהלך האבען זיי גענוצט בנוגע די פלעצער ווי די רבנים זאלען זיצען?
איך וועל גיין מער בפרטיות:
ווייסט איינער ווי הגאון האדיר מגדולי הפוסקים בעירנו בארא פארק רבי יחיאל מכל שטיינמעץ שליט"א איז געזעצן? האט איינער אריין געטראכט פארוואס מ'זעהט איהם נישט אויף קיין שום בילד?
פארוואס דארף דער פאלטיטשאנער רבי (49 סט.) זיצען אויף גאר א שיינע ארט, ווען אין די זעלבע צייט האט מען פארשטעקט כ"ק אדמו"ר רבי שמעלקא לייפער מחוסט שליט"א אין אויף די בליטשערס, איך ווייס נישט אויב ס'נאך דא איין רבי און ראש ישיבה וואס איז געזעצן אויף די ריכטיגע אויבן-אן וואס האט אזוי פיל געטוהן פאר צובראכענע בחורים. קומט איהם נישט אזא חשובע פלאץ ווי דער אייזענשטאטער רב?
דער ספינקא רבי (18 ענוו) האט באקומען א שיינע אויבן-אן בענקל, איהם אינאיינעם מיטם סקווירא פון בארא פארק, ווען בשעת מעשה זעצט מען הרה"ג ר' זלמן לייב פיליפ און ר' חיים דוד כ"ץ ערגעץ ווי פארשטעקט ציווישען יונגע לייטליך.
פארוואס דארף בני האדמו"ר רבי דוד טווערסקי מסקווירא ה"ה ר' אהרן מענדל אין ר' יצחק זיצען אויף די ריכטיגע אויבן-אן ווען בשעת מעשה זעצט מען דער לימינוב רבי וואס רבים נהנו ממנו עצה ותושיה, ואתו עמו דער דעעש רבי, יאקע רב, בעלעד, קאזלאוו, הורדונקא, הגאון רבי בן ציון שטראססער דומ"ץ נייטרא, הגה"צ מטאשנאד שליט"א, די זעצט מען כאחד הריקים אויף די בליטשערס ציווישען יונגעלייט אין נאך אזעלעכע מי יודע מי המה, ווען בשעת מעשה זעצט מען זמיגראד רבי און רבי שלמה לייפער מנדבורא אויף גאר שיינע פלעצער.
ווער איז דער וואס נעמנט דעם גראבע פינגער אין ווייזט רעכטס אדער לינקס?
האט מען דען נישט געקענט אויסציען דעם טיש נאך אביסל אדער עכ"פ זאלען זיך די גבאים גיין זעצן אויף יענע בליטשערס
אין זאלען די רבנים זיצען עכ"פ דארט, ווער וויל מיר איינרעדען אז דער דינוב רבי דארף צוויי גבאים מיט גוטע פלעצער דורך די גאנצע צייט וואס ער איז געוועהן צו גענאגלט צו זיין זיץ. כאילו זיין פרעזענטליכקייט והדרת פניו מאכט טאקע דער גרויסע תיקון הכללי פון דער היינטיגע נאכט.
בקומט דען נישט ר' בן ציון שטראססער דומ"ץ נייטרא, ר' מיכל שטיינמיץ דומ"ץ סקווירא, ר' חיים דוד כ"ץ דומ"ץ סאטמאר, באקומען זיי דען נישט אזוי פיל שאלות ווי ר' אברהם יהושע העשיל ביק אבד"ק מעזיבוז?
ווי אזוי אין מיט וואס פאר א פרעכקייט חוצפה און עזות, וואס פאר א וואגשאל האבן די אזוי גערופענע עסקנים גענוצט צו מעסטן ווער רעכטס ווער לינקס, ווער איז גרויס ווער איז קליין, צו זמיגראד רבי צו סקאליע רבי איז א גרעסערע בעל מופת ווי דער זידיטשוב באר שבע רבי אדער ווינא רבי מפלעטבוש.
ווען עפעס א בור ריק מיט קנייטש הוט וואס רח"ל פארמאגט דעם טיטול 'ראש ישיבה' זיצט זיך רואיג ווי יעדער קען איהם זעהן אבער דעם באבוב ראש ישיבה הג"ר ברוך אברהם הורוויץ האט מען אריין געשטיפט ערגעץ ווי דארט, פארוואס? ווייל דער טענקא רב לאמיר זיך נישט נער'ן ער שטייט סאך העכער ווי רבי מיכל שטיימיץ האט געדארפט באקומען דעם זיץ.
הייסען הייסט עס אז אלעס איז געווארען געטוהן דורך גדולי ומאורי הדור שליט"א, וועם זיי מיינען מיט דעם ווייס איך נישט, אבער דער כינוס איז דאך מכלומפערשט געוועהן תחת נשיאות פון סקולענ'ער רבי מיטן משגיח ר' מתתיהו סאלאמאן, ס'גלייבט מיר שווער דאס אז זיי האבען אויס געשטעלט די זיצען.
דער תוצאה דערפון איז דער גרויסע דורכפאל אינעם פראגראם פון דעם כינוס, ווייל אנשטאט די "גרויסע, געטרייע" עסקנים זאלען זיך האבען פארלייגט טאקע אויס צו שטעלן א מהלך מיט נארמאלע בעלי דרשים, אזוי ווי דער עולם האט געוואלט, האבען די עסקנים געוועהן פארנומען מיט דעם רבי און רבי, כאילו מיט זייער וועזנהייט ווען קומען די הצלה לדורות.
דאס איז א מחאה אויף דער גרעסטע בזיון התורה ולומדי' באמת וואס מ'האט נאר אמאהל געזעהן, ווען סאמוט אויף דער קאלור און הענט, מיט נאך אזעלעכע שטותים שטייט אסאך אסאך העכער. אוי לאותו בושה או לאותה כלימה, געהעריג ליצנות געמאכט פאר אסאך אסאך גאר חשוב'ער רבנים.
דאס קען מען נישט און דאס טאר מען נישט פארשווייגען!

"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)

-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 241
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 8:36 pm
- האט שוין געלייקט: 116 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל
דאס מאכן לצנות פון פערציג טויזנט אידן איז א גרעסערע פרעכהייט!
עס איז געווען עטליכע וואכן רעקלאמעס אז די גבאים פון די רבנים וראשי ישיבות זאלן אריינרופן זיך מעלדן פאר א זיץ, פילייכט איז דאס געווען דער אורטייל פון די רבנים וואס האבן געצעגערט צו ארויסווייזן זייער שטיצע פארן מעמד און ווען זיי האבן זיך שוין אויסגעקראצט און באשלאסן צו קומען זענען שוין די סאמע זיצן געווען ארויסגעגעבן.
און צווישן מיר און דיר, די מוצי"ם ורבנים וועלכע האבן געהאט א טייל אין פארדרייען און פארפאטשעקענען די אינהאלט פון די אסיפה קומט זיך בכלל נישט קיין בעסערע זיץ.

- John Doe
- ידיד השטיבל
- הודעות: 169
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 3:38 pm
- האט שוין געלייקט: 119 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל
אז מ׳קוקט מיט א פאזיטיווע בליק איז עס גאר געוועהן א טובה פאר די רבנים, אזוי האבן זיי געקענט רוהיג עסן פרעצלס. חוץ מזה, אונז אידן מאמינים בני מאמינים גלייבן דאך אז א בלעטל פאלט נישט אראפ פון בוים אהנע דעם וואס מ׳רופט אזוי אויס פון הימל. ממילא דארפן מיר מקבל זיין באהבה אפילו אזעליכע שווערע דינים. מ׳קען נישט וויסן וויפיל יאר גיהינום זיי זענען אפגעקומען פון אזעליכע בושות.
If the only way we can sell our children on Judaism is by forbidding everything else, we are bankrupt. ~ R'abbi S Freifeld
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 160
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 3:52 pm
- האט שוין געלייקט: 291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל
דו גרעסטע חיצפה איז אז דער גריביווער רבי, אן עלטערער ביזנעסמאן פון בארא פארק' א געוואלדיגער איש פשוט וועלכער וואלט ווען געמעגט ארויסעעלפן ארי פרענקל טיילן די פרעצלס האט געהאט די שענסטע פלאץ נאך וויזניץ-פשווארסק-סקווער. ער איז געזיצן נאך רז"ל מסטמאר און נאך אים איז געזצן ר' יעקב יוסף אדמור מבית חיייים יושע. די חיצפה איז אז ער באלאננננגט נישט אדארטן נאר זייין זון איז געווען פון די עסקנום אט ער אים דארטןן געשטעלט אןן סתם חויזק געמאכט פון ציבור
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 163
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 01, 2012 12:13 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל
איך פארשטיי נישט די אלארעם.
מיין חבר איז געזעצן אין אפיס, און יעדע פאר מינוט איז געקומען א אנדערע פאדערונג, דער כ"ק אדמו"ר קומט נאר אויב קען ער זיצן נעבן דעם כ"ק אדמו"ר
וכו', איז די וואס האבן זיך געפייט, (איך וויל נישט שרייבן קיין נעמען אבער פון די סאמע גרעסטע, דער לימוד זכות וועט זיין אז די גבאים אין שטוב מענשטן וכו') האבן באקומען,
און די אנדערע האט מען געדראפט ערגעץ אויף די בענקלעך.

יהודי לו "ציוני"
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 879
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
- האט שוין געלייקט: 96 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל
מ'האט שוין געהערט קלאנגען די גאנצע צייט בעפאר די כינוס, אז עס ארבעטן דא מערערע טיעמס פון עסקנים אין מאכערס, אין פארשטייט זיך סתם אנדערייערס, וואס יעדער האט זיך זיינע גאולס אין ציהלן, אין פריוואטע נגיעות, אבער קיינער ארבעט נישט מיט מיטן צווייטן, ס'האט זיך באמת נישט געלאזט גלייבן אז ביי אזא קריטישע אסיפה איז אזויפיל שטותים פאליטיק, אין אינטערעסן אינוואלווד, אבער ליידער האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס איז נאך געווען פיל ערגער ווי מ'האט זיך אפילו געקענט פארשטעלן, והיינו טעמא דליצנותא דרבנים ואדמורי"ם א.א.וו
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
און איך וויל צולייגן - און דאס איז נישט נאר ליצנות, נאר פשוט פערדעריי און אומדאנקבארקייט - אז אזעלכע אידן ווי הגאון הגדול הרב פאדווא אב"ד לאנדאן און הגאון הגדול ר' אהרן שיף אב"ד אנטווערפען, זענען געקומען ספעציעל צו פארן צו דעם מעמד, און מען האט זיי נישט געזעצט געהעריג, נישט מכבד געווען, נישט באדאנקט, און אפילו נישט אויסגערופן אז זיי זענען דא. כ'מיין, וואס איז געווען דער ציהל פון זיי אהערברענגען אויב נישט אויף צו מאכן א ווינט. נו מאך דעם ווינט און לאז דעם עולם וויסן אז זיי זענען דא. אפילו דאס האט מען נישט געטאן.
סתם נארישע אומבאלומפערטע שלימזלנים.
סתם נארישע אומבאלומפערטע שלימזלנים.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
עסן עסט'זיך האט געשריבן:דו גרעסטע חיצפה איז אז דער גריביווער רבי, אן עלטערער ביזנעסמאן פון בארא פארק' א געוואלדיגער איש פשוט וועלכער וואלט ווען געמעגט ארויסעעלפן ארי פרענקל טיילן די פרעצלס האט געהאט די שענסטע פלאץ נאך וויזניץ-פשווארסק-סקווער. ער איז געזיצן נאך רז"ל מסטמאר און נאך אים איז געזצן ר' יעקב יוסף אדמור מבית חיייים יושע. די חיצפה איז אז ער באלאננננגט נישט אדארטן נאר זייין זון איז געווען פון די עסקנום אט ער אים דארטןן געשטעלט אןן סתם חויזק געמאכט פון ציבור
ווי איז ער?? איך האב בכלל נישט געזעהן דעם גריבעווער אויף די פיקשטער׳ס. ברענג ביטע א בילד.
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
אלבערט האט געשריבן:דאס מאכן לצנות פון פערציג טויזנט אידן איז א גרעסערע פרעכהייט!
עס איז געווען עטליכע וואכן רעקלאמעס אז די גבאים פון די רבנים וראשי ישיבות זאלן אריינרופן זיך מעלדן פאר א זיץ, פילייכט איז דאס געווען דער אורטייל פון די רבנים וואס האבן געצעגערט צו ארויסווייזן זייער שטיצע פארן מעמד און ווען זיי האבן זיך שוין אויסגעקראצט און באשלאסן צו קומען זענען שוין די סאמע זיצן געווען ארויסגעגעבן.
און צווישן מיר און דיר, די מוצי"ם ורבנים וועלכע האבן געהאט א טייל אין פארדרייען און פארפאטשעקענען די אינהאלט פון די אסיפה קומט זיך בכלל נישט קיין בעסערע זיץ.
די ביסט נישט אינגאנצען גערעכט וויל הג"ר שלום פסח לאנגזאם דומ"ץ בעלזא האט זיך צוגעשטעלט פון דער ערשטע מינוט, אזוי אויך דער פאפא דיין.
לאז ארויס דער חלק הפאליטיק, איך בעט דיך, ס'דא גענונג אנגפאטשקעטע אשכולות. ס'נאך מער איבריג אדורך צו גיין בפרטיות די נעמען פין רבנים ואדמורי"ם, וואס קומען צו גיין, שטעלן זיך אהער, ווען זיי קומען אן מאכט מען פון זיי דאס גנאי.
אויב די דארפסט טאקע נישט די "קליינע" רבנים, אדער ווי די רופסט זיי מוצי"ם, דעמאלס רוף זיי נישט. אבער טאמער די רופסט זיי יא ברויכסטו אלס א ריכטיגע עסקן וסדר זיך צו צושטעלן צו זיי פונקט ווי צו אנדערע אן קיין זיינטיגע חשבונות ופניות.
זיי האבען דאס נישט געטוהן, זיי האבען געמאכט "סעלעקיציעס", אפגעשאצט דער דא דער דארט.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
יאנקל האט געשריבן:דולה ומשקה האט געשריבן:זיי האבען דאס נישט געטוהן, זיי האבען געמאכט "סעלעקיציעס", אפגעשאצט דער דא דער דארט.
איך האב דיר שוין געפרעגט, ווער זאגט אז עס זענען געווען ״סעלעקציעס״? אפשר איז עס געווען ״פוירסט קאם פוירסט סערוו״, אדער אפשר האט מען געזעצט לויט וואו עס איז געווען פלאץ יענעם מאמענט?
דער אריין גאנג טויער צום חלקת הרבנים איז געוועהן ביים BALLPEN.
דער רב וואס האט געהאט VIP1 איז געווארען צוגעפירט צום ריכטיגע אויבן-אן, דארט אויף דער טיש פאר יעדער זיץ איז געוועהן א נומבער, יעדער רב רבי ראש ישיבה האט זיך געזעצט ביי זיין פרעזנטליכע נומבער. סדרנים האבן שטארק אכטונג געגעבן דערויף, אז קיינער זאל זיך נישט זעצן ביים נישט ריכטיגע נומבער. אדמורי"ם ורבנים האבן געדארפט אדורך שפאצירן דעם גאנצע לענג פון דער אויבן-אן אנצוקומען צו זייער אנגעצייכענטע זיץ.
לאידך דער רב וואס האט אינהאלטן א VIP2 טיקעט, האט דאס צוגעפירט צו די בליטשערס וואס זענען געוועהן אינטערן ריכטיגע אויבן-אן.
קיינער האט זיך נישט אוועק געזעצט ווי אימער, יעדער רב איז צו געגאנגען צו זיין פון פאראויס באשטימטע זיץ, וואס איז פונקטליך געוועהן געדריקט אויף זיין טיקעט וועלעכע רייע און וועלעכע זיץ. דאס איז געטוהן געווארען דורך מחוצפים און יונגע עזות פעינימער, אויב ביסטו אומפארענד און נישט עקספעריענס צו ארגאנאזירען די חלקת הרבנים נעם דיר דאס נישט אינטער.
די סאמע גרעסטע דיינים האבען בעל כרחם ולא לפי כבודם זיך געדארפט זעצן אויף די בליטשערס ווען כלי ריקים זיצען ווי שיינע אידען כאילו אויף זייער פלייצעס שטייט דער עולם החרדית.
דאס איז שוין איינמאהל מעשה "סעלעקיצע" דער אהער דער אהין. אפאר קאפ שטיק האבן דאס אויס געשטעלט, סדרנים האבען געהאט אין זייער הענט ליסטעס מיט נעמען פון די רבנים איז זייער זיצען, מאכען זיכער אז קיין איינער האט נישט זיך בטעות נישט געזעצט אויף זיין ריכטיגע זיץ.
ווער איז געוועהן ממונה דערויף און דאס אויסשטעלן די ליסטעס?
ס'שוין לאחר המעשה, אבער דער בזיון התורה איז געוועהן שרעקליך גרויס. יא ביים גרעסטן מעמד האט מען געוויסען אז די "תורה" איז גארנישט ווערט, ווייל אויב יא וואלט מען דאך זיי געצט לפי מקומם הראוי. די עסקנים וואלט געמעקט גיין בעטן מחילה.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 160
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 3:52 pm
- האט שוין געלייקט: 291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל
ווער סהאט אריינגעשטעלט א לויער אין די אפיס פון איחיד האט באקומען א גיטע זיץ- גריביבער יוכיח.
אדער נאך בעסער ווי אלויער, וועמענס ברודער-שוואגער-קאמפיטישאן סאיז נישט געקומען האט דער קאמפיטישאן וואס איז גקימן באקומען א גיטס. דיניבער יוכיח
די איבריגע איז מסתם געווען שלימזל אדער מזל אדער קאמפפלצירטע פאליטישע חשבונות

- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
וואס איך וויל וויסן איז וואו איז געווען דער בכבודיגסטער זיץ ? איז דאס געווען דארט וואו דע עמוד מיטן רעדנער זענען געווען ? אויב אזוי פארוואס איז יענער זיץ געגאנגען פאר'ן דינוב'ער , פארוואס נישט פארן פעשווארסקער , מהרז"ל, הרב פאדווא, ראחמעסטריווקא אר"י ? אפשר ווייל דער דינובער האט גאר א שיינער שיל געבויעט ?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 139
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 2:48 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל
די אויבן אן (נישט די בליטשערס) איז געווען זייער גוט אויסגעשטעלט
עס איז געווען 6 באזונדערע אויבן אן'ס
ביי יעדע אויבן איז געזעצן אינמיטן די גרויסע אין פון ביידע זייטן האבן זיך געצויגן די קליינע אזוי ווי א געווענליכע אויבן אן ביי א דינער
1) די לינקע אויבן אן אונטן איז געווען די סענטער מהרז''ל פשעווארסק וויזיניץ
2)העכער דעם איז געווען די סענטער ראחמסטריווקא
3) די אינמיטן אויבן אן איז געווען דער שטענדער ממילא איז דאך עס שוין דער סענטער האט שוין נישט אויסגעפעלט קיין גרויסע אדמו''ר וואס זאל מאכן חשוב צו זיצן דארט אין פארדעם האט מען געשטעלט דעם דינובער אין בכלל די גאנצע שטענדער אויבן אן זענען געזעצן נאר קליינער רעבעס
4)העכער דעם איז געווען שוסטאל. אלשין. סאלאמאן.
5)די רעכטע זייט אונטן איז געווען קאטלער סקווירא וויען
6) העכער דעם איז געעווען סקולען. מהרמ''ד.
ס'דערקענט זיך אז מען האט אריינגעלייגט קאפ אין מוח
עס איז זייער שווער אז ווען אזויפיל גרויסע רבנים קומען אויף איינמאל וואס א זעלטענהייט אז יעדער רבי זאל זיין צופרידן
עס איז געווען 6 באזונדערע אויבן אן'ס
ביי יעדע אויבן איז געזעצן אינמיטן די גרויסע אין פון ביידע זייטן האבן זיך געצויגן די קליינע אזוי ווי א געווענליכע אויבן אן ביי א דינער
1) די לינקע אויבן אן אונטן איז געווען די סענטער מהרז''ל פשעווארסק וויזיניץ
2)העכער דעם איז געווען די סענטער ראחמסטריווקא
3) די אינמיטן אויבן אן איז געווען דער שטענדער ממילא איז דאך עס שוין דער סענטער האט שוין נישט אויסגעפעלט קיין גרויסע אדמו''ר וואס זאל מאכן חשוב צו זיצן דארט אין פארדעם האט מען געשטעלט דעם דינובער אין בכלל די גאנצע שטענדער אויבן אן זענען געזעצן נאר קליינער רעבעס
4)העכער דעם איז געווען שוסטאל. אלשין. סאלאמאן.
5)די רעכטע זייט אונטן איז געווען קאטלער סקווירא וויען
6) העכער דעם איז געעווען סקולען. מהרמ''ד.
ס'דערקענט זיך אז מען האט אריינגעלייגט קאפ אין מוח
עס איז זייער שווער אז ווען אזויפיל גרויסע רבנים קומען אויף איינמאל וואס א זעלטענהייט אז יעדער רבי זאל זיין צופרידן
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
אבער אז דו נעמסט אין באטראכט אז כמעט יעדער אינעם סטאדעיום האט נאר מיטגעהאלטן דורכן גרויסן סקרין און דער סקרין האט מער ווייניגער געפאקוסט אויפן שטענדער מיטן רעדנער האט מען א גאנצן צייט געזען דעם דינובער אדער וואכטפויגל. און דאס איז קרעזי!!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
זר זהב האט געשריבן:אבער אז דו נעמסט אין באטראכט אז כמעט יעדער אינעם סטאדעיום האט נאר מיטגעהאלטן דורכן גרויסן סקרין און דער סקרין האט מער ווייניגער געפאקוסט אויפן שטענדער מיטן רעדנער האט מען א גאנצן צייט געזען דעם דינובער אדער וואכטפויגל. און דאס איז קרעזי!!
געשמועסט האט מען אז די פאדיום גייט זיין אויף די גראז און זיך פאוואליע ארומדרייען די פעלד טאקע כדי קיין שום פונקט זאל נישט זיין "די" אויבנאן. אבער דען עיגעין, ס'האט געהייסן אז די עף. עי. עי. גייט פארקירעווען די לופט טראפיק.
ווער ס'געדענקט, די אסיפה פאר רבנים וועלכע האט געדינט אלס א גרינדשטיין פאר די כינוס, דארט האט מען דירעקט נישט געמאכט אן אויבנאן, ווארום קיינער איז נישט דא פאר פערזענליכע אינטערעסע, בלויז פאר די זאך, אויפצוטוהן. די רבנים זענען דא פארן כינוס, נישט די כינוס פאר די רבנים.
פארט, מיר אידן וועלכע זענען עפר תחת רגלם, און קלאמערן זיך צו די אלע רבנים ווי צו די אילנא דחיי, זענען גאר שטארק אויפגעברויזט אז רבנים האבן געברויכט שפירן געוויסע אומבאקוועמליכקייטן וואס אן עמך איד גייט דורך טאג טעגליך.