בלאט 1 פון 1
קאושער2גאו - נייע כשר'ע געשעפט אויפ'ן ניו דשערזי 17
נשלח: דאנערשטאג יולי 24, 2014 3:12 pm
דורך שעפטל
עס האט זיך געעפענט א נייע כשר'ע געשעפט אויפן ניו ג'ערזי דעם זיבעצענטן, די געשעפט געפינט זיך אין די לעצטע עקסאן געז סטאנציע פאר'ן טראוועי. ער רופט זיך
קאושער 2 גאוווי איך הער פירט דאס אן איינער ראזענפעלד פון טינעק ניו דזשערזי, און די געשעפט איז אינטער די השגחה פון הרב זושא יוסף בלעך פון מאנסי. אלע מילכיגע פראדוקטן זענען חלב ישראל און אלע געבעקסן פת ישראל.

- אינדרויסן-אינדערזייט
- Kosher2Go 1.jpg (52.9 KiB) געזען געווארן 1193 מאל

- אינעווייניג
- Kosher2Go 2.jpg (56.34 KiB) געזען געווארן 1193 מאל

- פראדוקטן אויף די שעלווס
- Kosher2Go 3.jpg (66.25 KiB) געזען געווארן 1193 מאל
נשלח: דאנערשטאג יולי 24, 2014 3:20 pm
דורך פליקער
וועלכע וועיג, איז עס אויפן וועיג צי קאנטרי אדער קיין ברוקלין
ווי איך קלער איז עס צי קאנטרי, על כן איז מיר שווער ווער ברויך מילכיג אויפן וועיג אהיים, מען ברויך מער פליישיגע עסעכץ, ווי א מעכטיגן טשולענט
נשלח: דאנערשטאג יולי 24, 2014 3:22 pm
דורך שעפטל
ווען מ'שרייבט אויפן 17 ממש פארן טראוועי, מיינט דאס געווענדליך אויפן וועג צו קרית יואל/מאונטענס... וכך הוה...
נשלח: דאנערשטאג יולי 24, 2014 3:23 pm
דורך בן קיש
א גוטער איינפאל. אחוץ וואס אין די זימער מאנאטן איז די רוט פארפלייצט מיט אידן, איז אויך פארהאן טויזענטער אידן וואס שפרייזן אדורך דעם רוט טעיגליך דורכאויס דעם ווינטער.
איך וואונטש אים אסאך הצלחה!
נשלח: דאנערשטאג יולי 24, 2014 3:25 pm
דורך אפטעמיסט
כ'האף ער וועט האבן ספייסי טונא
נשלח: פרייטאג יולי 25, 2014 8:06 pm
דורך MickyMouse
עםםם, עס איז געווען. שוין פארשפארט צוויי וואכן.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 1:44 pm
דורך סמיילי
די געשעפט איז נאך אלץ אפען אדער שוין פארשפארט?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 3:28 pm
דורך קרעמער1
MickyMouse האט געשריבן:עםםם, עס איז געווען. שוין פארשפארט צוויי וואכן.
האט ער אין פלאן צוריק צו עפענען?