ווען חסד ווערט פארוואנדעלט אין ריטואל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
ווען חסד ווערט פארוואנדעלט אין ריטואל
ר' איד! איר קענט מיר העלפן אויפשטיין?
אוי! וואס איז געשען, האט איר זיך אויסגעגליטשט? לאמיך אייך העלפן קומען צו די פוס. ווייסטו וואס? לאז מיינע קינדער דיר אויפשטעלן, וועל איך זיי מחנך זיין צו טוהן חסד אין איינוועגס אויך. יענקי! ברוך! קומט אהער. דער אלטער איד נעבעך האט זיך אויסגעגליטשט, העלפן עם זיך אויפהייבן, גייטס שנעל! נישט אזוי ברוך, מיט די רעכטע הענט! א מצוה מאכט מען מיט די רעכטע הענט! וויפיל מאל דארף איך דיר דאס זאגן? נעכטן ביים צוריק געבן די בייק וואס דו האסט צוגענומען פון רחי האב איך דיר שוין געזאגט, והשיב את הגזילה זאלסטו מקיים זיין מיט די רעכטע הענט!
איר קוקט מיר אן מסתמא אינגאנצען משוגע, וואס איז געשען מיט דעם געפילטע? איז ער אראפ פון זינען? ניין. נאר גענוי אזא מעשה האב איך צוגעזען נעכטן אויפן גאס. איך זע ווי איינער פון די אורחי פורחי אויף טירטינט עוועניו גייט צו צו א טאטע וואס גייט מיט זיינע קינדער און בעט א נדבה, און דאס איז נישט קיין פראפעסיאנאלע שנארער וואס גייט פאר א צוועק, דאס איז א איד וואס גייט פארן אייגענע טאש און כ'גלייב אז ס'קומט עם נישט אן גרינג זיך אזוי אפארצולאזן און קלייבן נדבות. בקיצור דער יונגערמאן נעמט ארויס א דאלער, און ווי יענער שטרעקט אויס זיין האנט עס צו נעמען געט ער זיך א דריי אוועק, און געבט די דאלער פאר זיינע צוויי קינדער דארט, ער קריגט זיך אזוי אפאר מאל ביז זיי שטרעקן אויס די רעכטע האנט, און אזוי מאכט ער זיי צערעמאניאל צוזאמען געבן די דאלער פארן אריממאן. אלעס בשעת דער רחמנות שטייט מיט אויסגעשטרעקטע הענט.
איך קום נישט דא זאגן מוסר פאר דעם יונגערמאן פערזענליך, ס'קומט עם קרעדיט פארן זיך בכלל אפשטעלן, איך אליין פארגעס אסאך מאל אינעם טעגליכן געיעג זיך אפצושטעלן און געבן עפעס א קליינע נדבה, אבער ס'האט מיר געמאכט טראכטן וואס ס'געשעט ווען די עצם אקט פון טוהן חסד ווערט פארוואנדעלט אין א ריטואל, א וועג פון געבן, מיט די האנט, אדער מיט די האנט, ס'ווערט מער ראבאטיש און מ'פארגעסט אינגאנצען פונעם בעטלער וואס שטייט באמאכטערהייט ביז איך קען עם געבן מיין דאלער בתכלית ההידור. מ'איז אזוי אריינגעטוהן אינעם "עבודה" פון געבן צדקה, אז ס'קען זיך דוכטן אז אויב קומט א צווייטער שטערן אינמיטן די עבודה וועט זיך די נותן אויפרעגן פארן עם שטערן אינמיטן געבן צדקה מיט די רעכטע האנט. איך מיין מ'האט שוין אמאל ארום גערעדט דעם ענין דא ווען די rigidity פון אויספאלגן יעדע הלכה בדיקדוק רב נעמט אוועק פון די נשמה פון די מצוה, די מעשה פונעם אלטער פון סלאבודקע וואס האט אמאל געבעטן א יונגע בחור זאל עם ברענגען א גלאז וואסער, דערנאך האט ער געפרעגט דעם בחור פארוואס ער האט עם געברענגט די וואסער, האט די בחור געענטפערט, ס'הייסט? והדרת פני זקן, חסד... זאגט עם דער אלטער אכזר איינער! צו ברענגען פאר אן אלטן איד א גלעזל וואסער מוזטו צוקומען אז אין א געוויסע ספר שטייט טאקע אז מ'דארף אזוי טוהן? ווען מ'נעמט ארויס די מדות פון הארץ און מ'לייגט דאס אריין אין א ספר איז דאס די פארקערטע פון מדות, ווען א חסד טוט מען ווייל מ'דערציילט אויף ר' שעיהל'ה קערעסטירער אז ער האט אויך געטוהן חסד איז דאס אן אכזריות!
סתם, קצת חומר למחשבה.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געפילטע פיש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2594
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
שטייט טאקע אז דערפאר מאכט מען נישט קיין ברכה פאר צדקה ווייל ביז וואס ווען וואו ווי דער וועט זיך אנטון די גארטל און גיין אין מקוה וועט יענער אויסגיין פאר הונגער, די געדאנק איז די זעלבע אז חז"ל האבן עס נישט געוואלט מאכן פאר א ריטואל נאר עס געלאזט נאטירליך.
והיינו טעמע לענ"ד אז חז"ל האבן נישט מתקן געווען קיין ברכת הנהנין לאותו דבר, ודוק בזה ולא כהטועים בזה.
מאראל אויף דער סטארי : #מיטן עסן קומט דער אפעטיט.
צווייטע נארמאלע אשכול פון אונזער טעק גורו
# קיפ איט קאמין בעיבי.
והיינו טעמע לענ"ד אז חז"ל האבן נישט מתקן געווען קיין ברכת הנהנין לאותו דבר, ודוק בזה ולא כהטועים בזה.
מאראל אויף דער סטארי : #מיטן עסן קומט דער אפעטיט.
צווייטע נארמאלע אשכול פון אונזער טעק גורו
# קיפ איט קאמין בעיבי.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2594
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
דיין אויספיר געפילטע איז שפתיים קישאק סטאף.
שטייט אזוי פון רמב"ם אז מצות שכליות דארף די הארץ וועלן און נישט זאגן, באמת וויל איך יענעם זען אין דער ערד נאר כמוז דאך געבן צדקה... דו פערד, די גאנצע פוינט איז, אז דיין הארץ זאל וועלן געבן.
רבינו יונה זאגט די זעלבע נקודה אויף האומר שלי שלי יש אומרים זו מדת סדום, אז מ'רעדט נישט פון א חזיר וואס געט נישט, נאר פון זיין מדה, מצד זיין הארץ וויל ער נישט געבן, אבער ער מוז דאך זיין אן ערליכער איד און דעריבער אין פאקט געט ער יא.
אט אט דאס איז סדום זאגט רבינו יונה.

- דריידל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1146
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
- געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
- האט שוין געלייקט: 1132 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל
מענטשן מאכן בכלל א טעות ווען עס קומט צו חינוך. מ'מיינט אז מחנך זיין מיינט אז מ'מוז זאגן פאר די קינד פינקטליך וואס און וויאזוי צו טון. חינוך איז אז די קינד זאל זעהן וויאזוי די טאטע פירט זיך אויף, און ער זאל אים וועלן נאכטון. אז די קינד זעהט אז די טאטע געבט צדקה מיט די רעכטע האנט, און לייגט צו א גיט ווארט, דאס הייסט חינוך! מ'קען הייסן א קינד פון היינט ביז מארגן, אבער אויב זעהט ער נישט אינעם טאטען א לעבעדיגע דוגמה, וועט עס גארנישט העלפן
פארדריי די דיר דיין קאפ
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
חזקה על כוכב אז ער וועט צולייגן זאלץ און פעפער מיט מקורות. און ס'געפעלט מיר זייער וואס דו זאגסט וועגן ברכת הנהנין, און די זעלבע איז אויך נוגע ביי אלע מצוות עשה שבין אדם לחבירו, שכר שכיר, עזוב תעזוב עמו, פאת השדה וואס מ'האט ביי זיי נישט מתקן געווען קיין ברכה.
דריידל כ'האב גראדע געטראכט אז כ'וואלט געדארפט צולייגן אז נישט נאר מצות צדקה האט יענער נישט מקיים געווען בהידור, נאר אפילו חינוך אויך נישט, שקויעך פארן עס ארויסברענגען.

- יין שרף
- חבר ותיק
- הודעות: 2570
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
- געפינט זיך: ביים שוויגער...
- האט שוין געלייקט: 4803 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל
גוטע פאונט געפילטע, אבער ליידער וכן אני נוהג ג"כ, ווייל מיין טאטע האט זיך אזוי געפירט...
איך טוה עס אויך אזוי נאר אביסל אנדערש, די דאללער געב איך אים אליין (צדקה איז א דאורייתא און חינוך א דרבנן!)
דערנאך געב איך נאכאיינס פאר משי און איין פאר יענקי זיי זאלן אויך געבן...
----------------------------------
דערמאנט מיר ווען איך פלעג אמאל נעמען מיינע קינדער יעדע פרייטאג אדער זונטאג צו א פארק, וואסער/פיעלד אד"ג.
און דארט פלעגט כסדר אריבער פארן די "אייזקרים טראק", און מען האט זיך געלאזט וואוילגיין.
איינמאל איז געווען דארט א (נישט) אידיש פרוי מיט איר מיידל, און די מיידל האט געמוטשעט איר מאמע פאר א אייזקרים, אבער זי האט נישט געהאט קיין געלד מיט זיך.
האב איך געפרעגט פון מיינע קינדער ווער וויל אוועקגעבן זייער אייזקרים פאר די מיידל, און איינער האט טאקע.
אהיים געגאנגן און יעדער האט לכאורה פארגעסן פון אלעמען.
ביז אפאר וואכן שפעטער האט מיר מיין טאכטער געזאגט, ווי א גוטע פיהלינג זי האט געהאט פון אווועקגעבן איר אייזקרים פאר א צווייטן, ממש ווי קיינמאל ביפאר!!
האב איך איר געזאגט אמת, ווען זי עסט ווען אויף די אייזקררים דעמאלס האט זי הנאה דערפון מאקסימום א האלבע שעה, און יעצט וואכן שפעטער פיהלט זי נאך די גוטע טעם דערפון...
איי ס'קומט נישט דא אריין? אמת....
איך טוה עס אויך אזוי נאר אביסל אנדערש, די דאללער געב איך אים אליין (צדקה איז א דאורייתא און חינוך א דרבנן!)
דערנאך געב איך נאכאיינס פאר משי און איין פאר יענקי זיי זאלן אויך געבן...
----------------------------------
דערמאנט מיר ווען איך פלעג אמאל נעמען מיינע קינדער יעדע פרייטאג אדער זונטאג צו א פארק, וואסער/פיעלד אד"ג.
און דארט פלעגט כסדר אריבער פארן די "אייזקרים טראק", און מען האט זיך געלאזט וואוילגיין.
איינמאל איז געווען דארט א (נישט) אידיש פרוי מיט איר מיידל, און די מיידל האט געמוטשעט איר מאמע פאר א אייזקרים, אבער זי האט נישט געהאט קיין געלד מיט זיך.
האב איך געפרעגט פון מיינע קינדער ווער וויל אוועקגעבן זייער אייזקרים פאר די מיידל, און איינער האט טאקע.
אהיים געגאנגן און יעדער האט לכאורה פארגעסן פון אלעמען.
ביז אפאר וואכן שפעטער האט מיר מיין טאכטער געזאגט, ווי א גוטע פיהלינג זי האט געהאט פון אווועקגעבן איר אייזקרים פאר א צווייטן, ממש ווי קיינמאל ביפאר!!
האב איך איר געזאגט אמת, ווען זי עסט ווען אויף די אייזקררים דעמאלס האט זי הנאה דערפון מאקסימום א האלבע שעה, און יעצט וואכן שפעטער פיהלט זי נאך די גוטע טעם דערפון...
איי ס'קומט נישט דא אריין? אמת....
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל