בלאט 1 פון 1

Contractor referrals

נשלח: דאנערשטאג יולי 24, 2014 9:51 pm
דורך רויטע וואנצעס
מ'עפענט א פאן בוק און מ'זוכט... אמאל זוכט מען אין די אזוי געשטימטע בוק, אמאל אין די אהער געשטימטע בוק. די באטעם ליין איז מ'ווייסט נישט וועם צו נעמען. ווען מ'זוכן א exterminator, נעמט מען געווענדליך ווער ס'האט די גרעסטע בילד פון א מייז סטאק אין אזא צער בעלי חיים טרעפ. ווען מ'זוכט א עלעקטרעישאן, איז עס ווער ס'האט אזא גרויסע טאמאס עדיסאן בליץ וואס לויפט דורכן גאנצן בלאט. און א פלאמבער נעמט מען דער מיט די הויזן טראגער בילד געטינקען אין 3 פיס וואסער...

טויג ער? בעט ער מיט רחמנות? איר ער א באגלייבטע מענטש?

דאס געפינט מען אויס ערשט נאך די דזשאב.

ובכן, עפן איך דעם אשכול אז מ'זאל קענען איינעם דעם צווייטן העלפן מיט referrals איבער עלעקטערישאנס, פלאמבערס, הענדימענס, אפלייענסעס, עקטירמענעיטערס וכדומה. איש את רעהו יעזורו.

ביטע זיך האלטן צו די תקנות דא מיט די פאלגענדע זאכן: 1) די אשכול איז נישט פאר אדווערטייזמענטס. 2) די אשכול איז נאר פאר גוטע רעקאמנדאציעס, נישט פארקערט. אויב איינער האלט אנדערש איבער א געוויסע referral קען ער לאזן וויסן דעם פרעגער אין אישי.

ווען מ'איז מציע איינעם זאל מען ביטע לייגן זיין נאמען און נאמבער, און פארוואס מ'איז יענעם מציע. א דאנק!

נשלח: דאנערשטאג יולי 24, 2014 10:02 pm
דורך משבק
1: טויש דעם קעפל פון CONTRACTOR REFERRALS צו REFERRALS . צווייטנס די זאגסט דאך נישט א ספעציפישע סערוויס אויף וואס דו זוכסט א ריוויו?

נשלח: דאנערשטאג יולי 24, 2014 10:07 pm
דורך רויטע וואנצעס
referrals סתם קען אויך מיינען דאקטורים און נאך 100 זאכן.

איך זיך א קאנטראקטער מיט די פאלגענדע מעלות:

א ארענטליכע גראדע מענטש.
אן טאפ פון די ארבייטערס.
טוט אלעס a-z.

נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 10:44 am
דורך רויטע וואנצעס
Im looking for a reliable guy that installs ac split units. Tnx

נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:32 pm
דורך Kool man
KL, Kalmy Landau

נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:34 pm
דורך רויטע וואנצעס
Number?

נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:52 pm
דורך Kool man
רויטע וואנצעס האט געשריבן:Number?


718-435-3991
קרעדיט: ביזנעס דירעקטארי

נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 1:14 pm
דורך מאטי
רויטע, האסט אנגערירט א ווייטאגליכע נושא. צו וועמען איך רעד נאר זאגט מיר; "מיינער זאלסטו נישט נוצן"

נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 8:35 am
דורך איחוד פעלד
ס'איז דא א טשייניז וואס טוט עס אסאך ביליגער, און טוט אויך די עלעקטריק.

אויף פארשידענע מאדעלס קען מען באקומען א ריבעיט פין קאן עדיסען.

נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 10:18 am
דורך BAL TSHIVA
איחוד פעלד האט געשריבן:ס'איז דא א טשייניז וואס טוט עס אסאך ביליגער, און טוט אויך די עלעקטריק.

אויף פארשידענע מאדעלס קען מען באקומען א ריבעיט פין קאן עדיסען.

די כינעזער פאר ביליג איז אסאך טייערער ווי די טייערסטע איד דו"ק ותשכח

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 9:06 am
דורך רויטע וואנצעס
ווייסט איינער ווער ס'פרודעצירט און אינסאלט ריקעדיגע מחיצות, א שטייגער ווי אין באבובע אדער קלויזענבורגע בתי מדרשים?

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 9:12 am
דורך אפטעמיסט
דו עפענסט א ביהמ"ד? נישט געוואוסט ביסט א רעבעלע.

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 9:15 am
דורך רויטע וואנצעס
:)
קאמערשויל האט אויך א נוצן פאר דעם.

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 7:37 pm
דורך רויטע וואנצעס
רויטע וואנצעס האט געשריבן:ווייסט איינער ווער ס'פרודעצירט און אינסאלט ריקעדיגע מחיצות, א שטייגער ווי אין באבובע אדער קלויזענבורגע בתי מדרשים?

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 10:50 am
דורך Chuchem
I'm looking for an electrician with a flat rate for a service call.

נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2015 7:56 am
דורך רויטע וואנצעס
כ'גלייב נישט ס'דא אזא זאך. אנדערש ווי א פלאמבער וואס קומט נארמאל אויפשטאפן אן קיין זייטיגע הוצאות, האט א עלקטרישאן כמעט אלעמאל עקסטערע הוצאות פאר מאטריאל.

נשלח: דינסטאג יולי 28, 2015 10:58 am
דורך רויטע וואנצעס
ווידיאו, אינטערקאם, ספיקער אינסטאלער? א נארמאלע פארלעסליכע מענטש. א דאנק!